בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, ישיבה קטנה היכל הקודש ירושלים
איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו לערנסט פלייסיג סדר דרך הלימוד, און אויך גייסטו הפצה.
בנוגע דיין פראגע וואס פאר א שיעורים דו זאלסט לערנען; מאך זיך א סדר צו לערנען יעדן טאג חומש - שנים מקרא מיט'ן תרגום, איינגעטיילט לויט די וואך: זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי - און אזוי ווייטער.
די צווייטע שיעור זאלסט לערנען משניות; לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, זאג די ווערטער שיין, הויך און קלאר, אויפ'ן קול. אויב איז דיר שווער צו זאגן אכצן - קענסטו עס איינטיילן אויף זעקס פרקים אינדערפרי, שפעטער נאך זעקס פרקים און פארנאכטס נאך זעקס פרקים; אזוי זאלסטו טון יעדן טאג - וועסטו ענדיגן גאנץ ששה סדרה משנה יעדע חודש.
די דריטע שיעור זאלסטו לערנען גמרא. האסט שוין זוכה געווען צו ענדיגן איין מאל ש"ס - זאלסטו אנהויבן נאכאמאל און גיין כסדרן א בלאט נאך א בלאט, א מסכתא נאך א מסכתא, ביז דו וועסט ענדיגן נאכאמאל ש"ס - וועסטו אנהויבן א דריטע מאל; אזוי זאלסטו טון יעדן טאג.
דאנק דעם אייבערשטן אז דו לערנסט אין היכל הקודש, ביי אונז אין ישיבה וועט מען דיר נישט שטערן פון לערנען פלייסיג; דיין מגיד שיעור הרב משה שמואל שליט"א וועט דיר מחזק זיין צו לערנען נאך און נאך בלעטער גמרא.
לאז זיך נישט שטערן פון קיינעם, זיץ אין דיין ווינקעלע און זאג בלעטער גמרא אויפ'ן קול מיט א ניגון, און יעדע מאל דו זאגסט א נאמען פון א תנא אדער פון אן אמורא - זאלסטו זיך פארשטעלן ווי דו שטייסט פאר דעם הייליגן תנא אדער אמורא, און דו זאלסט רעדן צו אים און אים בעטן אז דיין קאפ זאל זיך עפענען, דו זאלסט פארשטיין די גמרא. אזוי פירן זיך די צדיקים, ווען זיי לערנען תורה - מאלן זיי זיך אויס ווי דער תנא, דער אמורא - שטייט דא; זיי לערנען תורה מיט קדושה וטהרה.
נאכדעם מאך זיך א שיעור אין ספר המידות. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שעט), דער ספר האט אים געמאכט פאר א איד; לערן דאס, און ביי יעדע אות זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו קענען צוקומען צו דעם, און אויב איז דאס א שלעכטע זאך - זאלסטו וויינען צום אייבערשטן דו זאלסט פטור ווערן פון די שלעכטע מידה.
שרייב מיר יעדע וואך וואס טוט זיך אין ישיבה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.