בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, טראג מיט זיך א זעקל ספרים צדה לדרך; א חומש'ל מיט א משניות'ל, א תהילימ'ל מיט א גמרא; עס איז דא אזויפיל צייט אין טאג.
היינט בין איך געפארן קיין שטעטל אהין און צוריק, מיר האבן געהאט א מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם בנין התלמוד תורה מיט די אינגעלייט וואס האבן געהאלפן קויפן דעם בנין, עס זענען געווען א צוויי מנינים אינגעלייט. אויפ'ן וועג האב איך זיך איינגעפאקט אפאר ספרים, האב איך געקענט לערנען מיינע שיעורים כסדרן; ח"י פרקים מיט א יום תהילים. אזוי זאלסטו אויך טון, נעם זיך מיט דיין זעקל ספרים - וועסטו אנקומען צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "וְאַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה, שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", זאג נישט ווען איך וועל האבן צייט דעמאלט וועל איך לערנען, קען זיין דו וועסט נישט אנקומען צו האבן צייט; נאר אז מען גנב'עט אראפ צייט, מען כאפט אריין דא אביסל לערנען און דארט אביסל לערנען - אזוי קען מען לערנען.
היינט נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, דער חתן א תלמיד הישיבה און די כלה א תלמידה, ביידע זענען צופרידן חתונה צו האבן אין בית המדרש. עס איז גוט דו זאלסט קומען קוקן מיט דיינע אויגן די חתונות אין ישיבה - וועסטו זען און זיך איבערצייגן אז עס פעלט גארנישט פאר די חתונות; די חתונות זענען מלא טעם, א אידישע טעם, א אידישע שמחה. ווען מען הערט עס פון שמועסן קען זיך דאכטן אז עס איז א נעבעכדיגע זאך, אבער ווען מען זעט עס מיט די אויגן - זעט מען אז מאכן טייערע שמחות איז א נעבעכדיגע זאך. א שאד אויסגעבן געלט פאר די פאר שעה, און ווער רעדט נאך אז עס איז נישטא קיין געלט, מען מאכט חובות פאר אפאר שעה, איז עס ממש א נעבעכדיגע זאך.
עלטערן פאלן פון די כחות, עלטערן ווערן קראנק פון חובות, און אפילו די וואס האבן יא געלט - קענען דאס נוצן צו העלפן די קינדער מיט א הויז, וכדומה.
פארגעס נישט דיין זעקל ספרים, נעם עס מיט דיר וואו דו גייסט - וועסטו קענען אנקומען מיט דיינע שיעורים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.