בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - ווי אזוי אנשי שלומינו פירן זיך אויף אונטערוועגנס
התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, נסיעה, אמונת חכמים, ראש ישיבה, וועג

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען יעצט אוועקגעפארן פון דינוב, פונעם ציון פונעם הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו, מיר פארן יעצט קיין רימנוב אויסבעטן ישועות ביי אלע מקומות הקדושים. איך בין דיך מזכיר, איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט שוין זען א ישועה.


די וואך האבן מיר אין די פרשה וואס מען טוט ווען מען איז קרעציג, ווען מען איז דערווייטערט פונעם אייבערשטן; די תורה זאגט מען זאל גיין צום צדיק, מען זאל גיין צום כהן. דער צדיק היילט אויס, ער שיינט אריין אינעם מענטש א האפענונג זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן.


פארוואס זאלסטו טראכטן אז דו ביסט שוין דערנאך? פארוואס זאלסטו אויפגעבן? דער הייליגער רבי זאגט דאך (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן",  אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אז דו קענסט פאררעכטן.


מיר זענען אנגעקומען היינט פארמיטאג ארום צוועלף אזייגער און גלייך געפארן קיין ליזענסק צום הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין שינאוו צום הייליגן דברי יחזקאל, דער הייליגער שינאווער רב זכותו יגן עלינו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין לאנצוט צום הייליגן ראפשיצער רב, און פון דארט קיין דינוב.


מיר האבן נאך א לאנגע רייזע, איך האב נישט די ישוב הדעת דא אויפן באס צו שרייבן. איך וועל דיר נאך שרייבן באריכות די גאנצע שיינע נסיעה.


איין זאך קען איך דיר יא זאגן, מיר האט זיך געלוינט צו פארן אויף די נסיעה נאר צו זען ווי אזוי אנשי שלומינו פירן זיך אויף אונטערוועגנס; ווי אזוי יעדער איינער איז זיך מחי' מיט זיינע אוצרות, יעדער איינער מיט זיינע ספרים, און די דבורי אמונה, דיבורי חיזוק, און אפילו די ווערטלעך איז איידל מלא חן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1 - פארגעס נישט דיין זעקל ספרים, נעם עס מיט דיר וואו דו גייסט
מוסדות, שטעטל, אידיש געלט, לימוד התורה, חובות, חתונה, ראש ישיבה, שמחות, וועג

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, טראג מיט זיך א זעקל ספרים צדה לדרך; א חומש'ל מיט א משניות'ל, א תהילימ'ל מיט א גמרא; עס איז דא אזויפיל צייט אין טאג.


היינט בין איך געפארן קיין שטעטל אהין און צוריק, מיר האבן געהאט א מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם בנין התלמוד תורה מיט די אינגעלייט וואס האבן געהאלפן קויפן דעם בנין, עס זענען געווען א צוויי מנינים אינגעלייט. אויפ'ן וועג האב איך זיך איינגעפאקט אפאר ספרים, האב איך געקענט לערנען מיינע שיעורים כסדרן; ח"י פרקים מיט א יום תהילים. אזוי זאלסטו אויך טון, נעם זיך מיט דיין זעקל ספרים - וועסטו אנקומען צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "וְאַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה, שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", זאג נישט ווען איך וועל האבן צייט דעמאלט וועל איך לערנען, קען זיין דו וועסט נישט אנקומען צו האבן צייט; נאר אז מען גנב'עט אראפ צייט, מען כאפט אריין דא אביסל לערנען און דארט אביסל לערנען - אזוי קען מען לערנען.


היינט נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, דער חתן א תלמיד הישיבה און די כלה א תלמידה, ביידע זענען צופרידן חתונה צו האבן אין בית המדרש. עס איז גוט דו זאלסט קומען קוקן מיט דיינע אויגן די חתונות אין ישיבה - וועסטו זען און זיך איבערצייגן אז עס פעלט גארנישט פאר די חתונות; די חתונות זענען מלא טעם, א אידישע טעם, א אידישע שמחה. ווען מען הערט עס פון שמועסן קען זיך דאכטן אז עס איז א נעבעכדיגע זאך, אבער ווען מען זעט עס מיט די אויגן - זעט מען אז מאכן טייערע שמחות איז א נעבעכדיגע זאך. א שאד אויסגעבן געלט פאר די פאר שעה, און ווער רעדט נאך אז עס איז נישטא קיין געלט, מען מאכט חובות פאר אפאר שעה, איז עס ממש א נעבעכדיגע זאך.


עלטערן פאלן פון די כחות, עלטערן ווערן קראנק פון חובות, און אפילו די וואס האבן יא געלט - קענען דאס נוצן צו העלפן די קינדער מיט א הויז, וכדומה.


פארגעס נישט דיין זעקל ספרים, נעם עס מיט דיר וואו דו גייסט - וועסטו קענען אנקומען מיט דיינע שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.