בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת תולדות, א' דראש חודש כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וויי און ביטער איז אז מען גייט זיך באהאלטן מיט אן ערלית טון אן עבירה, קען מען זיך דען באהאלטן פונעם אייבערשטן? פריער אדער שפעטער ווערט מען פארשעמט פאר די גאנצע וועלט.
די הייליגע חכמים זאגן (במדבר רבה ט, א): "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר, אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי, לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", א מענטש מיינט אז ער קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, וואס טוט דער אייבערשטער? "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם", ער פארשעמט אים פאר די גאנצע וועלט.
ווי וועסטו קענען קוקן אין פנים דיין ווייב און דיינע קינדער? ווי וועסטו קענען קוקן אין פנים דיין משפחה ווען מען וועט זיך דערוויסן וואס דו טוסט? אוי וויי, וועסט דאך אלעס פארלירן, ווי קענסטו טון אזא זאך?!
איך בעט דיר זייער, האק אפ אלע קשרים, טו תשובה; עיקר תשובה איז אפהאקן אלע קשרים, און מאך זיך א שיעור אין לערנען תורה; הויב אן מיט משניות, לערן יעדן טאג לכל הפחות צוויי פרקים משניות און א בלאט גמרא, וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין.