בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קיין שום זאך זאל דיך נישט אפהאלטן פון גיין אין שול דאווענען
שידוכים, התחזקות, בית המדרש, קבלה טובה, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר א', שושן פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


זיי שטארק מיט'ן גיין דאווענען אין שול די דריי תפילות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן?" ווען איז אן עת רצון, "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען מען דאווענט מיט מנין – איז אן עת רצון, די תפילות ווען דעמאלט אנגענומען.


נאך זאגן די הייליגע חכמים (תענית ח.): "כָּאן בְּיָחִיד, כָּאן בְּצִבּוּר", ווען מען דאווענט מיט מנין גייען אלע תפילות ארויף, אפילו דער מענטש האט נישט אינזין אזוי ווי עס דארף צו זיין, מה שאין כן ביחידות ווערט נאר אנגענומען די תפילות מיט כונה.


נעם דאס פאר דיין קבלה, זיי זיך מקבל אז דו גייסט אין שול דריי מאל א טאג דאווענען, זאל זיין וואס זאל זיין, לייג אלעס אין דער זייט, קוק נישט אויף גארנישט, קיין שום זאך זאל דיך נישט אפהאלטן פון גיין דאווענען.


איך פרוביר צו טון פאר דיר, אויך מיין ווייב פרובירט טאג און נאכט צו טון פאר א שידוך פאר דיר. מיר ווערן נישט אפגעשוואכט, מיר ווערן נישט פארלוירן ווען מיר זעען ווי עס גייט אריבער א יאר נאך א יאר און ביז דערווייל האסטו נאכנישט דיין שידוך. מיר גלייבן באמונה שלמה יעדן טאג אז אט אט ווערסטו א חתן און דו וועסט אזוי שיין אויפגעראכטן ווערן, דו וועסט פארגעסן בכלל אז דו ביסט געווען אמאל איינער אליין.