בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט יעצט דאס ערשטע מאל אין לעבן געענדיגט ספר בראשית שנים מקרא ואחד תרגום; דו ביסט מעביר סדרה יעדן טאג אביסל, זונטאג הייבסטו אן די פרשה און דו לערנסט ביז שני, מאנטאג לערנסטו ביז שלישי און אזוי ענדיגסטו יעדע וואך די פרשה.
דער הייליגער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים, שער הנהגת הלימוד [ע' שנז]) מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת; אבער א מענטש טאר זיך נישט נארן, מען דארף קוקן צי מען איז מעביר סדרה, אז עס גייט אריבער וואך נאך וואך אן קיין חומש רש"י, אן קיין מעביר סדרה זיין - דארף מען טון אזוי ווי די הלכה זאגט, דער שולחן ערוך פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין, און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.
אויף דיין פראגע וועגן רעדן צו די טעכטער וכו'; וויסן זאלסטו אז מיידלעך דארפן א שטארקע שמירה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יא, סימן ה): "וְיִשְׁמְרֶךָ בְּבָנוֹת", א מיידל דארף א שטארקע שמירה; בפרט היינטיגע טעג איז דא אסאך פריצות, דארף מען אכטונג געבן אויף די קינדער, זיי אנזאגן זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון מניוולים און משחיתים.
ווען מען רעדט צו די קינדער טאר מען נישט דערשרעקן; מען טאר נישט אריינלייגן אין קינדער זיי זאלן לעבן אין שרעק, מען דארף זיי אבער אנגרייטן זיי זאלן זיך אכטונג געבן נישט אריין צו פאלן אין שלעכטע זאכן.
די אלע אויבער חכמים וואס האלטן זיך קלוג און זאגן מען זאל נישט רעדן, מיט'ן טענה 'וואס דארף מען רעדן צו קינדער וכו'?' די זענען נישט גערעכט, ווייל דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמאר האט געהייסן די מלמדים זאלן רעדן צו די קינדער זיי זאלן זיין הייליג; וויפיל מען האט געזאגט דעם רבי'ן 'פארוואס פעלט אויס צו רעדן צו קינדער?' האט דער רבי זיך גע'עקשנ'ט און געזאגט: "ענדערש זאלן זיי דאס הערן פונעם מחנך אויף א הייליגע וועג ווי איידער אריינפאלן אין עבירות".
יפה שעה אחת קודם, מיט א קליינע שמועס וואס טאטע מאמע רעדן צו די קינדער קענען זיי געבן לעבן דעם קינד; ווער עס טוט מיט מענטשן ווייסט וויפיל מענטשן ליידן אין לעבן און וויפיל מענטשן זענען צוגרינד געגאנגען נאר פון דעם וואס מען האט זיי ב'עולה'ט רחמנא לצלן, מען האט זיי גענוצט פאר עבירות; וואלטן זיי געוויסט זיך צו היטן וואלטן זיי זיך נישט געלאזט און זיי וואלטן געבליבן געזונט און ערליך.
בנוגע וואס איר זענט אריבער; דו פרעגסט וואס מען וויל פון הימל, פון הימל וויל מען ענק אויפוועקן איר זאלט אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייך. מענטשן כאפן זיך נישט וויפיל מען דארף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים, מען קוקט אויפ'ן לעבן ווי א זאך וואס קומט אזוי צו זיין, ביז זאכן הייבן אן גיין שלא כסדר, דעמאלט וועקט מען זיך אויף פון שלאף.
בנוגע וואס דו מוטשעסט זיך מיט שמירת עיניים וכו'; איידער דו גייסט ארויס פון שטוב זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ביי די מזוזה אז דו זאלסט האבן שמירת עיניים. זאג דעם פסוק (ישעיה לג, ז): "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה, מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן", אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות ראיה, חלק ב', סימן ט): "כְּשֶׁאָדָם יוֹצֵא לַשּׁוּק וּמִתְיָרֵא שֶׁלֹּא יָבוֹא לִידֵי הִרְהוּר עַל יְדֵי הָרְאִיָּה שֶׁיִּרְאֶה נָשִׁים יָפוֹת, יֹאמַר הַפָּסוּק 'הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חוּצָה' וְכוּ', וְעַל יְדֵי זֶה יִנָּצֵל מֵרְאוֹת", אויב מען האט מורא אז מען וועט נכשל ווערן מיט ראיות אסורות ווען מען גייט אין גאס זאל מען זאגן דעם פסוק פאר מען גייט ארויס פון שטוב; און בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן, העלף מיר איך זאל נישט ווערן פארברענט פונעם יצר הרע וואס וויל מיר אויסרייסן פון די וועלט און פון יענע וועלט, ברענג מיר צוריק אהיים בשלום.
רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל היטן מיינע אויגן, העלף מיר איך זאל געדענקען פון דיר, איך זאל נישט נאכגיין דעם יצר הרע".
די פאר ווערטער ביי די מזוזה וועט דיר געבן הימלישע כוחות צו קענען היטן די אויגן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.