בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת תזריע מצורע, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס דארפסטו מאכן א גאנצע פרשה פון יעדע קליינע זאך? אז דיין ווייב וויל מאכן שיינע בילדער פונעם אפשערן פון דיין זון נרו יאיר - וואס דארפסטו זיך מיט איר קריגן? אמת עס איז א נארישקייט, אמת עס איז נישט קיין שכל אויסצוגעבן געלט פאר די זאכן, אבער זיך קריגן מיט די ווייב איז א גרעסערע נארישקייט און אסאך מער נישט שכל.
אז דיין ווייב וויל מאכן בילדער און זי וויל זיך קויפן שיינע קליידער פאר שמחות, און וויל זיך אנטון אייניג מיט די משפחה - וואס דארף מען מאכן א גאנצע מלחמה? וואס איז מיט דיר? דאס איז היכל הקודש?!
איך בעט דיר זייער, געב איר נאך די אלע זאכן; די בילדער מיט די קליידער וכו' וכו'. קוק ווי די צדיקים האבן געלעבט, רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו זאגט (שער המצוות, פרשת עקב): "רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁלֹא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי", איך האב געזען ביי מיין רבי'ן דער הייליגער אריז"ל, ווען עס איז געקומען צו קויפן בגדים פאר זיך האט ער נישט געקויפט קיין טייערע קליידער, "גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְּאֹד", אויך ביי עסן - ווען עס האט זיך גערעדט פאר זיך - האט ער נישט געגעסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, "אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ הָיָה זָהִיר מְאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ", אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, "וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּךְ", ער האט איר צופרידן געשטעלט דאס מערסטע וואס מען קען, אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט דאס צו קענען טון; קוק ווי די הייליגע צדיקים האבן געלעבט, איז דאך זיכער אונז מענטשעלעך וואס מיר זענען ניטאמאל מענטשעלעך, "אם ראשונים כבני אדם אנו כחמורים וכו'" (שבת קיב:).
עס זענען דא פרישע מקורבים וואס זיי טוען זיך אליינס גורם זיין אז די ווייב זאל זיי דערקוטשען מיט היכל הקודש. ווייל אז מען הויבט אן ארויפלייגן אויף די ווייב זאכן וואס מען רעדט ביי אונז, ווי למשל מאכן חתונה יונג, מאכן שיינע פשוט'ע שמחות פאר ביליג, לעבן מיט זיך, נישט אנגיין וואס אנדערע טון, און ווען די ווייב וויל נישט הערן די זאכן, איר מח קען דאס נאכנישט נעמען, זי וויל נאך יא טייערע שמחות, זי וויל יא אויסגעבן געלט פאר שטותים פאר אפאר שעה, זי איז נאך אין גלות ביי חברט'עס - צווינגט מען דאס ארויף אויף איר מיט כח - איז דאך אודאי אז זי וועט נישט וועלן היכל הקודש.
איך בעט דיר זייער, זיי איר מכבד, מאך איר פרייליך - דעמאלט וועט זי דיך פרייליך מאכן. אז דו וועסט איר געבן די גאנצע כבוד, דו וועסט איר נישט דערקוטשען מיט היכל הקודש - וועט זי דיך נישט דערקוטשען וועגן היכל הקודש.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.