בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - רעד שיין צו דיינע עלטערן, נישט מיט חוצפה, וועלן זיי דיר חתונה מאכן
קינדער, תפילות אויף אידיש, כיבוד אב ואם, שידוכים, דרך ארץ, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע מצורע, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קריג זיך נישט מיט דיינע עלטערן, רעד צו זיי מיט דרך ארץ. און אפילו די הלכה זאגט מען קען מאכן א שידוך אן עלטערן - טאר מען אבער נישט זיך קריגן מיט עלטערן און רעדן מיט חוצפה.


איך בין זיכער אז אויב דו וועסט רעדן מיט דרך ארץ, מיט הכנעה, זאגן: "טייערע טאטע, איך וויל זייער חתונה האבן, איך וועל דיר נאר ברענגען נחת" - וועט ער מסכים זיין. און אז ער טענה'ט: 'וואס וועט זיין מיט פרנסה? ווער וועט דיר העלפן מיט געלט?' זאלסטו אים דערמאנען וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ג): "אֵין צָרִיךְ לָאָדָם לִדְאֹג עַל פַּרְנָסַת בָּנָיו", מען דארף זיך נישט זארגן פון וואו די קינדער וועלן האבן פרנסה, "כִּי כְּשֶׁהֵם גְּדֵלִים, גְּדֵלָה פַּרְנָסָתָם עִמָּהֶם", ווייל ווען זיי ווערן עלטער, זיי וואקסן אויף - דעמאלט וואקסט מיט זייער פרנסה.


ממש די ווערטער זאגט רש"י הקדוש אין מסכת עירובין (דף נד.) אויף די ווערטער וואס דער הייליגער רב האט געזאגט פאר זיין תלמיד רב המנונא: "בני אם יש לך", מיין קינד אויב האסטו געלט, "היטב לך", נוץ עס פאר דיר, "שאין בשאול תענוג", ווייל אין קבר האט מען נישט קיין הנאה פון געלט, "ואין למות התמהמה", און מען ווייסט נישט ווען מען גייט אוועק גיין פון דער וועלט, איז א שאד אוועק צו לייגן געלט. "ואם תאמר, אניח לבני חוק", אויב וועסטו טראכטן, איך וועל אוועק לייגן פאר מיינע קינדער זיי זאלן האבן עסן, קודם כל: "בשאול מי יגיד לך", ווער וועט דיר מודיע זיין אין קבר אז דיינע קינדער האבן טאקע די געלט און זיי נוצן דאס? און נאך א זאך, "בני האדם דומים לעשבי השדה", מענטשן זענען אזוי ווי גראז און בלומען, "הללו נוצצין", די שפראצן, "והללו נובלין", און די שטארבן. זאגט רש"י (דבור המתחיל הללו נוצצין): "כשהן גדילין", ווען די קינדער וואקסן, "גדילה פרנסתן", וואקסט זיי די פרנסה, "ועושרן עמהן", זיי ווערן רייך, "ואינך צריך להדאג עליהן", און מען דארף זיך נישט זארגן פאר דעם.


דו זיי ממשיך מיט תפילה והתבודדות, בעט דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך: "הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל חתונה האבן און מיינע עלטערן ווילן נישט, זיי זאגן איך דארף ווארטן אפאר יאר. איך קען נישט ווארטן, איך וויל שוין חתונה האבן, איך וויל זיין א שומר הברית, אן ערליכער איד. איך פאל, איך האלט אין איין פוגם זיין. הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר", אזוי זאלסטו בעטן מיט עקשנות נאכאמאל און נאכאמאל.


אז דו וועסט רעדן שיין צו דיינע עלטערן - וועלן זיי מסכים זיין דיך חתונה צו מאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.