בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
בנוגע דעם בחור; דו זיי אים נאר מחזק, זארג נישט פאר וכו'.
בנוגע דיין זון נרו יאיר; דו דארפסט אים מחנך זיין, אים זאגן אז מען רעדט נישט אזוי צו א טאטע, מען זאגט נישט אזוי פאר א מאמע; חינוך איז א שווערע עבודה, אבער עס צאלט זיך אויס, מען זעט הערליכע ערליכע פירות.
בנוגע אויפשטיין וכו'; עס זענען דא מענטשן וואס דארפן מער שלאף, צעברעך זיך נישט מיט דעם. ביים רבי'ן איז געווען א מעשה, דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' בער זכרונו לברכה פון מעדוועדיווקע, ער פלעגט זיך זייער מוטשען אויפצושטיין חצות, יעדע נאכט איז ער פארשלאפן - יעדעס מאל מיט אנדערע תירוצים, אבער עס פלעגט אים זייער וויי טון אז ער פארשלאפט זיינע טעג און יארן.
ער איז אויפגעקומען מיט א פלאן, ער האט געדינגען א גוי זאל אים קומען אויפוועקן יעדע נאכט ביי חצות, דער גוי פלעגט קומען צוועלף אזייגער קלאפן אויף זיין פענסטער, ער האט געקלאפט און געקלאפט ביז ר' בער איז אויפגעשטאנען, אבער אזוי ווי ער איז געווען א שוואכער כאראקטער, פלעגט ער נאך זיין זייער מיד, נאכדעם וואס דער גוי האט אים אויפגעוועקט האט ער געטראכט צו זיך 'איך לייג זיך צוריק נאר פאר אפאר מינוט'; פארשטייט זיך אז ער איז געבליבן שלאפן ביזן טאג אריין, אזוי איז געווען נאכט נאך נאכט. ווען ער האט געזען אז די עצה העלפט נישט און ער פארשלאפט יעדע נאכט איז ער געווארן זייער צעבראכן, האט ער געטראכט א צווייטע עצה, ער האט געבעטן דעם גוי ער זאל נישט אוועקגיין פון זיין שטוב ביז ער קומט ארויס. פון דעמאלט און ווייטער, ווען דער גוי איז געקומען קלאפן אים אויפצואוועקן און ר' בער האט אים געזאגט אז ער איז שוין אויף און ער קען שוין אהיים גיין, האט אים דער גוי געזאגט: "איך גיי נישט אוועק ביז דו טוסט זיך אן דיינע קליידער און דו קומסט ארויס - אזוי ווי מיר האבן אפגעשמועסט"; פלעגט ר' בער טאקע אויפשטיין ווייל ער האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, דער גוי איז נישט אוועק פון דארט ביז ווילאנג ער איז ארויסגעקומען, אבער ער פלעגט האבן שרעקליכע קאפ ווייטאג, ביז ער איז שיעור משוגע געווארן.
ווען ער איז געקומען צום רבי'ן האט ער זיך אויסגעגאסן זיין הארץ, ער האט דערציילט פאר'ן רבי'ן אז ער איז זייער מיד וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "שלאף און עס, נאר היט די צייט", שפעטער האט אים דער רבי געזאגט: "דיין חצות וועט זיין דריי אזייגער".
זעט מען פון דעם, אז מען קען נישט נאכמאכן א צווייטן; איינער דארף שלאפן מער און איינער קען שלאפן ווייניגער. פארגעס נישט, דעמאלט איז מען געגאנגען שלאפן פרי, נישט אזוי ווי היינטיגע טעג וואס מען בלייבט אויף ביז שפעט.
דער עיקר זאלסטו אויסנוצן די צייט וואס דו ביסט יא אויף; שלאף וויפיל דו דארפסט און עס וויפיל דו דארפסט, העיקר ווען דו ביסט אויף זאלסטו נישט מסיח דעת זיין פון אייבערשטן, זאלסט לערנען אדער דאווענען אדער טון מצוות און גמילות חסדים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.