בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, טברי'
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט אין שול און אין תלמוד תורה, ווארט מיט סבלנות, עס וועט מיט דער צייט גרינגער ווערן.
לייג אריין אין די קינדער אמונה מיט יראת שמים, אויך זאלסטו זיך פארלייגן אויף די לימוד חומש מיט רש"י, לייג מער א דגוש אויף די לימוד חומש מיט רש"י - ווי אויף אנדערע לימודים, ווייל חומש רש"י - דאס איז יראת שמים, דאס ברענגט אריין אין די קינדער קדושה וטהרה.
בנוגע וכו'; די געב זיך בעיקר אפ מיט די קינדער, זארג נישט פאר די בחורים, עס איז צוויי וועלטן; דו געב דיין גאנצע הארץ, מח און כח - פאר די קינדער.
מאך נישט קיין נייע זאכן מיט לערנען חומש כסדרן; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געזאגט ביים עפענען די חדר איך זאל נישט מאכן אנדערש פון די פריערדיגע צדיקים. ווייל איינער פון די אינגעלייט וואס האבן מיר געהאלפן עפענען די חדר האט זייער שטארק געוואלט מיר זאלן גיין מיט די פראגראם פון 'בן חמש למקרא', לערנען מיט די קינדער חומש כסדרן, מוהרא"ש האט מיר זייער געווארענט נישט משנה זיין קיין זוז כל שהוא פון די מסורה ווי די הייליגע צדיקים האבן געמאכט, נאר לערנען יעדע וואך פון די פרשת השבוע און ביי כיתה ג' אנהויבן לערנען משניות, אין כיתה ה' אנהויבן לערנען גמרא, און אזוי ווייטער.
בנוגע וכו'; מאך זיך נישט צוטון פון די חילול השם וואס איז געווען ביי ענק אין שטאט מיטן חוזק מאכן ברבים פון הייליגן רבי'ן און פון ברסלב'ער חסידים, עס וועט נישט העלפן דאס גיין רעדן צום וכו', מיר דארפן רעדן צום אייבערשטן, מיר דארפן וויינען צום אייבערשטן היתכן דער רבי איז אזוי פארשעמט, היתכן ברסלב'ער חסידים וואס זענען די צדיקי הדור, די וואס זענען מקבל אנפי שכינתא - פון זיי לאכט מען און מען שפעט.
עס איז טאקע זייער שווער וואס מיר גייען אריבער, די בזיונות וכו'; אבער פון די אנדערע זייט דארפן מיר וויסן אז דאס איז מתנות פון רבי'ן. דער רבי - אויפן וועג צוריק פון ארץ ישראל - האט געזאגט: "איך האב ענק געברענגט א מתנה 'מחלוקת', פון יעצט וועט מען קריגן אויף מיר", און אזוי איז געווען. עס האט זיך אנגעהויבן א מחלוקת אויפן רבי'ן וואס האלט נאך אן ביזן היינטיגן טאג; וועסטו פרעגן וואס איז די מתנה? וואס האט מען פון בזיונות? נאר וויסן זאלסטו, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תב): "תַּאֲמִינוּ לִי", גלייבט מיר, "שֶׁיֵּשׁ בְּיָדִי כֹּחַ לַעֲשׂוֹת שָׁלוֹם עִם כָּל הָעוֹלָם", איך האב די כח צו מאכן שלום מיט די גאנצע וועלט, "שֶׁלֹּא יִהְיֶה שׁוּם חוֹלֵק עָלַי", קיינער זאל מער נישט קריגן אויף מיר, "אֲבָל מָה אֶעֱשֶׂה שֶׁיֵּשׁ מַדְרֵגוֹת וְהֵיכָלוֹת כָּאֵלּוּ שֶׁאִי אֶפְשָׁר לָבֹא אֲלֵיהֶם רַק עַל יְדֵי מַחֲלֹקֶת", אבער וואס זאל איך טון אז עס איז דא אזעלכע הויכע מדריגות און אזעלכע היכלות וואס מען קען נישט צוקומען צו זיי נאר דורך מחלוקת, אזוי ווי מיר געפונען ביי משה רבינו עליו השלום. משה רבינו דער רבי פון כלל ישראל האט דאך געהאט אזא כח צו קענען צוזאמנעמען גאנץ כלל ישראל, אזוי ווי עס שטייט (שמות לה, א): "וַיַּקְהֵל משֶׁה אֶת כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל", משה רבינו האט צוזאמגענומען אלע אידן; משה רבינו איז דאך געווען די דעת פון כלל ישראל, ער האט געהאט די כח צו קענען צוציען צו זיך גאנץ כלל ישראל, דאך שטייט (שם לג, ח): "וְהִבִּיטוּ אַחֲרֵי משֶׁה", דרשנ'ען די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (קדושין לג:) מען האט גערעדט אויף משה רבינו שלעכטס; ווי קען זיין אז אידישע קינדער זאלן רעדן אויף משה רבינו? וואס גייט דא פאר? וואס דארף אזוי זיין? זאגט דער רבי, אזוי מוז זיין, אויף א צדיק דארף מען קריגן.
זיי מחזק אנשי שלומינו זאלן קיינעם נישט וויי טון און קיינעם נישט ענטפערן, אויך די קינדער אין חדר זאלסטו אויסלערנען גוטע מידות, זיי זאלן זיין פון די פארשעמטע, נישט פון די וואס פארשעמען. מיינע קינדער פארשעמט מען נאכאלץ, די שכינים שפעטן. מיין קליינע טאכטער פון אכט יאר האט מיר געפרעגט פאריגע וואך: "טאטע, פארוואס לאכט מען נאר פון ברסלב?" זי פרעגט מיר: "ווער האט געזאגט פאר יעדן איינעם צו לאכן פון אונז? פארוואס לאכט מען נישט פון אנדערע שולעס?" וואס איז שייך צו ענטפערן פאר א קליינע מיידל? איך האב איר געזאגט: "דער רבי האט דאס געברענגט פון ארץ ישראל א מתנה פאר אונז, מיר זענען דעם אייבערשטנ'ס ליבהאבער, אזוי ווי עס שטייט (שופטים ה, לא): 'וְאֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבוּרָתוֹ'" (שבת פח:).
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.