בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש, קרית ברסלב ליבערטי
זיי מודיע פאר אנשי שלומינו אז דאנערשטאג וועלן מיר זאגן יום כיפור קטן אינאיינעם אום 8:15 אונטן אין ישיבה, אינאיינעם מיט די בחורים; זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן מיר זאלן קענען אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה.
איך מוז דיר זאגן, איך בין זייער איבערגענומען פונעם שטעטל; עס איז מיר געווען אזא פארגענוגן דא צו זיין במשך דעם זומער, איך און מיין משפחה האבן זייער הנאה געהאט.
זיי נישט דערשראקן ווען איך זאג מוסר, אדער ווען דו זעסט אין די בריוון מוסר; דאס איז נאר בעסער צו מאכן. אזוי ווי מוהרא"ש ברענגט פונעם צדיק רבי מיכל'ע זלאטשובער זכותו יגן עלינו, איידער ער פלעגט זאגן א דרשה מיט מוסר, איז ער צוגעגאנגען צום ארון הקודש און געזאגט: "רבונו של עולם, דו האסט א טייער פאלק; אידישע קינדער זענען זייער וואויל, איך וויל זיי מאכן נאך בעסער, נאך וואוילער".
איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אויפ'ן בית המדרש עס זאל זיך פירן מיט כבוד, מיט דרך ארץ. מען זאל דאווענען צייטליך, מען זאל נישט שמועסן ביים דאווענען. א גבאי טראגט די אחריות אז דער בית המדרש זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף זיך פירן, האב נישט מורא צו זאגן ווען מען דארף איינעם זאגן; אז מען זאגט שיינערהייט - גייען אריין די ווערטער און מען איז מקבל.
ביי רבי נתן האט איינעם אנגעכאפט א שווייגעניש, ער האט געוואלט ווערן ערליך; האט רבי נתן געזאגט: "שווייגן איז נישט קיין עסק, מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן"; אז מען רעדט מיט דעת - איז דאס בעסער פון שווייגן.
בנוגע די ימים טובים; ביז דערווייל זעט אויס אז תשרי וועל איך זיין אין שטאט, זאלסטו זען אנצוגרייטן בעלי תפילות פאר יום כיפור.
זיץ מיט די גבאים פון די אנדערע שולן, האברך ... גבאי אשר בנחל, האברך ... גבאי מקור השמחה, האברך ... גבאי עצתו אמונה - אויב מען זאל דאווענען יום כיפור אין אלע שולן באזונדער וכו', און בנוגע די בעלי תפילות.
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין מיט ענק נאך צוויי שבתים, ראה און שופטים, און נאך צוויי שבתים - כי תצא און כי תבא - אין וויליאמסבורג, און נצבים וועלן מיר זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן.
קוק זיך פאר מערבית פאר ראש השנה.
א כתיבה וחתימה טובה.