בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#13 - ערב ראש חודש אלול
תהלים, אומאן, חודש אלול, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, ער"ח מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט וועלן מיר אינאיינעם זאגן יום כיפור קטן. אפילו ביי די חסידים וואס זאגן נישט א גאנץ יאר יום כיפור קטן, זאגן אבער יא ערב ראש חודש אלול, אלע טוען תשובה, עס הויבט אן ציטערן דאס הארץ, מען קומט שוין נענטער צום יום הדין.


באניי זיך אין זאגן תהלים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זיך צוריקקערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהלים, ווייל תהלים איז מסוגל צו תשובה; "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִין, שֶׁבִּימֵי תְּשׁוּבָה דְּהַיְנוּ בֶּאֱלוּל וַעֲשֶׂרֶת יְמֵי תְשׁוּבָה, כָּל יִשְׂרָאֵל עוֹסְקִין אָז בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה כַּנַּ"ל", אזוי ווי מען זעט אין די טעג פון אלול און עשרת ימי תשובה זענען אלע עוסק אין זאגן תהילים, ווייל דאס איז מסוגל צו תשובה, "וְעַל כֵּן, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד לַעֲסֹק תָּמִיד בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי תְּהִלִּים הוּא הִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחַז בּוֹ", דערפאר איז א גרויסע זאך שטענדיג עוסק זיין אין זאגן תהלים.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, צו זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין ניין און צוואנציג טעג פארן מיר קיין אומאן; ביי אנשי שלומינו איז דער מנהג צו גיין אנגעטון ראש השנה מיט ווייסע קליידער; א ווייסע בעקיטשע אדער קיטל, אויך א ווייסע קאפל, גרייט זיך אן די ווייסע קליידער פאר ראש השנה. אויך זאלסטו מיט ברענגען דיינע קינדער, איך ברענג אלע מיינע זין פון די זעקס יאר, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי יודל פון דאשוב - וואס איז אליין געווען א גרויסער צדיק - ווען ער האט נישט געלאזט זיין זון קומען צום רבי'ן, ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט די ווערטער: "איך בין א וואונדער, א טאטע קומט צו מיר, גלייבט ער דאך אין מיר, וואלט ער ווען געדארפט מיט נעמען די קינדער צו מיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#12 - זיך דרייען מיט אנשי שלומינו און הערן די שיעורים
זומער, יום כיפור קטן, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, כ"ט סיון, ערב ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען מיר ארויס פארן זומער מיט די בחורים אין קרית ברסלב אין שטעטל.


די שיעורים וועלן זיין אזוי ווי פאריאר, אינדערפרי וועט זיין די גמרא שיעור, אלע קענען מיט האלטן די שיעור. עס איז א מחי' אנצוהויבן די טאג מיט א בלאט גמרא, די שיעור איז אונטן פון בית המדרש צווישן די ביימער. די פארנאכטס שיעור איז אויסדריקליך נאר פאר די בחורים, און פאר די אינגעלייט וועט זיין די שיעור יעדע ליל שישי.


אויך וועט זיין מוצאי שבת מלוה מלכה, דעמאלט קענען אלע קומען. אבער די משפחות וואס האבן קינדער וואס דארפן אויפשטיין גיין אין חדר - זאלן בלייבן אין שטוב און לייגן די קינדער שלאפן, אז די קינדער זאלן קענען לערנען מיט אן אויסגערוטע קאפ.


איך האף דיך צו זען במשך די זומער, עס איז גוט צו קומען זיך דרייען מיט אנשי שלומינו און הערן די שיעורים, מען רעדט ביי די שיעורים פשוט'ע דיבורים וואס מוהרא"ש האט גערעדט, פון תורה פון תפילה פון תמימות. ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר תמימות ופשיטות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן - וואס לעבן בתמימות ופשיטות מיט אמונה אינעם אייבערשטן - גלייבן; ווי מער תמימות אלץ זיסער איז דער לעבן.


היינט וועלן מיר זאגן אינאיינעם יום כיפור קטן, מיר וועלן שרייען צום אייבערשטן ער זאל שוין רחמנות האבן אויף אידישע קינדער בכלליות און אויף יעדן איינעם בפרטיות. מיר דארפן וויינען אויף די עכטע נוקלעארע שרעקעדיגע וואפן וואס דער סמ"ך מ"ם ברענגט אויף די וועלט, די ביטערע נסיונות; די איראנע אַטעם איז א משל אויף די סכנה פון טעכנעלאגיע, וואס בחורים, מיידלעך, אינגעלייט און ווייבלעך - ווערן אוועק געריסן פונעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין ספרי כי תצא, רנב): "גדול המחטיאו יותר מן ההורגו", דער וואס מאכט זינדיגן איז ערגער ווי דער וואס הרג'עט, ווייל דער וואס הרג'עט הרג'עט נאר דעם גוף, און דער וואס מאכט זינדיגן - הרג'עט די גוף מיט די נשמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - קיינער איז נישט שולדיג אין דאס וואס דו ביסט אריבער
אמונה, מחלוקת, נייעס, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווי מער מען חזר'ט די אמונה - אלץ מער ווערט די לעבן זיס און גוט, ווייל חס ושלום אז מען האט נישט קיין אמונה, מען טראכט אז זאכן פאסירן סתם אן קיין חשבון, מען קוקט אויף די וועלט ווי עס פירט זיך חס ושלום מיט טבע, מקרה און מזל - דעמאלט איז זייער ביטער, מען לעבט שטענדיג מיט פחדים און מען ווערט גייסטיש קראנק.


עס איז נישט כדאי צו הערן און ליינען די נייעס פון די וועלט, די נייעס מאכט פארגעסן פונעם אייבערשטן, עס מאכט פארגעסן אז עס איז דא א בעל הבית, די נייעס רעדט פון די פירער פון די לענדער כאילו עס האט מיט זיי, מען פארגעסט אז עס איז דא א בעל הבית אויף די וועלט וואס מאכט אלעס און טוט אלעס.


דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון אמונה, אז אמונה איז דער עיקר און מען דארף שטרעבן צוצוקומען צו דעם. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן; ווי אזוי איז מען זוכה צו א קלארע אמונה? דורכדעם וואס מען רעדט פון אמונה. אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי"; ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן פונעם אייבערשטן, אלץ שטערקער ווערט אין אים איינגעבאקן די אמונה.


טייערער ברודער, לאז שוין אפ דיינע חשבונות מיט דעם און יענעם, קיינער איז נישט שולדיג אין דאס וואס דו ביסט אריבער, און אין דאס וואס דו גייסט אריבער, עס אלעס דער אייבערשטער, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס און ער איז אלעס, און אז דו וועסט חזר'ן אמונה - וועסטו ארויסגיין פון דיינע דמיונות, פחדים נערוון וכו'. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה), דער עיקר דארף א מענטש ארבעטן צוצוקומען צו אמונה, ווייל אן אמונה איז זייער שווער דאס לעבן. עס זענען דא זייער אסאך קרענק וואס קומט נאר צוליב דעם ווייל מען האט נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם. זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", ווייל ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות; דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש, עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


היינט ערב ראש חודש זאגט מען יום כיפור קטן, און היינט נאכט וועט זיין א ראש חודש סעודה אינאיינעם מיט א מסיבה הכרת הטוב, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר זענען ביים רבי'ן, מיר קריגן נישט אויפן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#10 - זאג די תפילה אלע טעג פון חודש ניסן ביז פסח
תפילות אויף אידיש, פסח, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט זאגן מיר יום כיפור קטן; ווען ראש חודש געפאלט אויס זונטאג פעדערט מען און מען זאגט יום כיפור קטן דאנערשטאג, היינט איז א טאג וואס מען טוט תשובה.


זאג די תפילה היינט און אויך אלע טעג פון חודש ניסן, ביז יום טוב פסח:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו מקבל זיין מיט פרייד די הייליגע טעג פון חודש ניסן, און איך זאל תשובה טון און אפלאזן אלע נארישקייטן. העלף מיר איך זאל אנקומען צו לערנען הלכות פסח, צו וויסן אלע הלכות אויף יום טוב, אז איך זאל חס ושלום נישט צוקומען צו די עבירה פון חמץ, און אויך זאל איך געראטעוועט ווערן פון האבן קשיות אויף דיר הייליגער באשעפער, וואס די צדיקים האבן אונז מגלה געווען אז חמץ מיינט מען אויך די שלעכטע מחשבות, די קשיות און תרעומות וואס מען האט אויפן אייבערשטן.


הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל געבן יעצט אין חודש ניסן אסאך צדקה, און אויך זאל איך ארום גיין צאמנעמען צדקה פאר משפחות וואס דארפן הילף אריינצוברענגען דעם יום טוב פסח, און בזכות וואס איך געב צדקה און איך נעם צאם צדקה - זאל איך געראטעוועט ווערן פון אלע קרענק, ובפרט פון חולי נופל רחמנא לצלן, איך זאל קיינמאל נישט פאלן, נישט בגשמיות און נישט ברוחניות.


הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל מקבל זיין דעם הייליגן יום טוב פסח מיט גרויס שמחה, און זוכה זיין צו מקיים זיין די אלע מצוות מיט גרויס שמחה, און איך זאל יעדן טאג באשטימען א צייט דיך צו דאנקען אויף אלע חסדים וואס דו מאכסט מיר שטענדיג, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#9 - דו קומסט אלעס אפ אונטן
התחזקות, מוהרא"ש, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו גייסט אריבער שווערע טעג - זאלסטו געדענקען אז דו קומסט אפ אלע דיינע עבירות מיט דעם, דו וועסט געראטעוועט ווערן פון די בריען אין גיהנום. מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט זיך אמאל גע'חלומ'ט ווי ער איז אויבן אין הימל און מען פירט אים אריבער די טירן פון גיהנום, עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און ער האט אנגעהויבן שרייען: "געוואלד! ראטעוועט! טראגט מיך אוועק פון דא!" ביז עס איז געקומען צו פליען א מלאך און אים געפרעגט: "זושא, וואס שרייסטו?" האט ער געענטפערט: "איך ציטער און איך שרעק זיך פון די ביטערע שטראפן וואס קומען פאר דא אויבן אין גיהנום", האט אים דער מלאך געזאגט: "ניין זושא, דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א ווייב גענענדל, דו קומסט אלעס אפ אונטן".


איך האב אזוי ליב די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט, מען קען דאס לערנען אן א שיעור מאל, בפרט די פאר שורות (צוואת מוהרא"ש, אות יד): מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, וָואס זָאל אִיךְ אַייךְ זָאגְן? אִיר קֶענְט זִיךְ נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וִויפִיל יִסוּרִים אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ אִיךְ הָאבּ גֶעלִיטְן אוֹיף דֶער וֶועלְט, אִיךְ הָאבּ מַמָשׁ נִישְׁט גֶעהַאט קַיין אֵיין גוּטְן טָאג אִין מַיין לֶעבְּן, אָן קַיין גֻּזְמָא. אִיךְ הָאבּ יֶעדְן טָאג גֶעוֵויינְט פוּן דִי פִילֶע צַעַר אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעהַאט פוּן אַלֶע זַייטְן, פוּן אִינֶעוֵויינִיג אוּן פוּן אִינְדְרוֹיסְן. אָבֶּער אִיךְ הָאבּ זִיךְ שְׁטֶענְדִיג גֶעטְרֵייסְט מִיט דֶעם אַז בָּרוּךְ ה' אִיךְ גְלֵייבּ אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אִיךְ וֵוייס אַז אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אַלֶעס וֶוערְט גֶעפִירְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אִיךְ בִּין נָאר אַנְטְלָאפְן שְׁטֶענְדִיג צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן נָאר דָאס הָאט מִיר גֶעהָאלְפְן אִיבֶּערְקוּמֶען מַיינֶע צָרוֹת אוּן יִסוּרִים, דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר אוֹיךְ טוּן דִי זֶעלְבֶּע, אִיר זָאלְט חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט הָאבְּן קַיין טַעֲנוֹת אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, זִיךְ נִישְׁט אָפְּרֶעדְן אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. גֶעדֶענְקְט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (תַּנְחוּמָא תֵצֵא): "צָרִיךְ הָאָדָם לְהַחְזִיק טוֹבָה לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּזְמַן שֶׁהַיְסוּרִין בָּאִין עָלָיו, לָמָה? שֶׁהַיְסוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וֶוען עֶר שִׁיקְט אִים יִסוּרִים. פַארְוָואס? וַוייל דִי יִסוּרִים שְׁלֶעפְּן דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. נָאךְ זָאגְן דִי חֲזַ"ל (סִפְרִי וָאֶתְחַנַּן): "יְהֵא אָדָם שָׂמֵחַ בְּיִסּוּרִין יוֹתֵר מִן הַטוֹבָה, שֶׁאִילוּ הָאָדָם בְּטוֹבָה אֵין נִמְחָל לוֹ עָווֹן שֶׁבְּיָדוֹ, וּבִּיְסוּרִין נִמְחָל לוֹ" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף זִיךְ מֶער פְרֵייעֶן מִיט דִי יִסוּרִים וָואס עֶר בַּאקוּמְט וִוי מִיט דִי גוּטְס וָואס עֶר בַּאקוּמְט, וַוייל וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט נָאר גוּטְס וֶועט עֶר מִיט דֶעם נִישְׁט אָפְּקוּמֶען זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער וֶוען עֶר הָאט יִסוּרִים וֶועט דָאס אָפְּמֶעקְן אַלֶע זַיינֶע עֲבֵירוֹת.


היינט ערב ראש חודש חשון זאגט מען נישט קיין יום כיפור קטן, ווייל עס איז נאך אין חודש תשרי וואס מען זאגט נישט קיין תחנון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - די עבודה פון חודש אלול
מחלוקת, מנהגים, חודש אלול, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קומענדיגע וואך מאנטאג ערב ראש חודש אלול - איז א טאג וואס אלע קומען אין שול זאגן יום כיפור קטן; אפילו די וואס זאגן נישט יעדן ערב ראש חודש יום כיפור קטן, אבער ערב ראש חודש אלול זאגן אלע יום כיפור קטן.


ביי אונז איז דער מנהג אז מען הויבט אן זאגן קאפיטל (כז) "לדוד ה' אורי וישעי" - ביי מנחה פון ערב ראש חודש אלול נאך יום כיפור קטן, פאר קדיש תתקבל.


די ספרדי'שע אידן זאגן גאנץ חודש אלול סליחות, מיר זאגן נאר די וואך פון ראש השנה, אבער מיר האבן אויך א קליינע סליחות וואס מיר זאגן יעדן טאג. קאפיטל (כז) "לדוד ה' אורי וישעי", די קאפיטל איז א מורא'דיגע קאפיטל, מען קען זיך גוט אויסוואשן דאס הארץ מיט די קאפיטל; "לְדָוִד" דוד המלך זינגט צום אייבערשטן, "ה' אוֹרִי וְיִשְׁעִי" דער אייבערשטער איז מיין ליכטיגקייט און מיין העלפער, "מִמִּי אִירָא" פון וועם זאל איך זיך פארכטן? "ה' מָעוֹז חַיַּי" דער אייבערשטער איז דער שטארקקייט פון מיין לעבן, "מִמִּי אֶפְחָד" פון וועם זאל איך ציטערן? אזעלכע שיינע ווערטער, "אִם תַּחֲנֶה עָלַי מַחֲנֶה לֹא יִירָא לִבִּי" אויב וועלן אויפשטיין אויף מיר א גאנצע באנדע שלעכטע מענטשן - האב איך אויך נישט מורא, "אִם תָּקוּם עָלַי מִלְחָמָה בְּזֹאת אֲנִי בוֹטֵחַ" און אויב וועט מען מאכן אויף מיר א מלחמה - פארלאז איך זיך אויפן אייבערשטן.


מיר פירן זיך צו בלאזן שופר גאנץ חודש אלול נאך קדיש דרבנן, פאר מען זאגט עלינו לשבח. דעם הייליגער אריז"ל זאגט, די ראשי תיבות פון שופ"ר איז (דברים כט, יז): "שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה", דו ווייסט אודאי וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן, לכאורה וואס האט דער פסוק מיט בלאזן שופר? נאר רש"י זאגט, וואס איז דאס שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה? "שׁוֹרֶשׁ מְגַדֵּל עֵשֶׂב מַר כְּגִידִין שֶׁהֵם מָרִים, כְּלוֹמֶר מַפְרֶה וּמַרְבֶּה רֶשַׁע בְּקִרְבְּכֶם" ווען מען הערט דעם שופר - דארף דאס אויפוועקן מען זאל תשובה טון, ארויסנעמען פון זיך דאס רשעות און מען זאל אנהויבן קוקן גוט אויף אנדערע, און טון נאר חסד מיט אנדערע.


מוהרא"ש זאגט, אלע עבודות וואס מען דינט דעם אייבערשטן, אויב האט מען פיינט א צווייטן איד - לאכט מען אין הימל פון דעם איד. יעצט אלול מוז מען דאס פאררעכטן, די דורשי רשומות זאגן, אלול איז ראשי תיבות (אסתר ט, כב): "אִ'ישׁ לְ'רֵעֵהוּ וּ'מַתָּנוֹת לָ'אֶבְיוֹנִים", מוהרא"ש זאגט, די עבודה פון אלול איז מרבה זיין ליבשאפט, זיך מוחל זיין, זיך איבערבעטן, זיך פארגינען; כל זמן מען האט פיינט א צווייטן איד - איז מען זייער ווייט פון תשובה, מוהרא"ש זאגט: "אדם יכול לקום בחצות", א מענטש קען אויפשטיין זאגן תיקון חצות, "ולהתבודד", און רעדן צום אייבערשטן, "וללמוד", און לערנען, "לעשות עבודות קשות", און טון שטארקע עבודות בעבודת השם יתברך, "אבל הוא שונא את הזולת", אויב האט ער פיינט א צווייטן, "על לא דבר", פאר גארנישט, "אזי למעלה בשמים צוחקים מכל עבודות הקשות שלו", אין הימל לאכט מען פון אלע זיינע עבודות, "והקדוש ברוך הוא אומר לו", און דער אייבערשטער זאגט אים, "איך אקבל את העבודות שלך", ווי אזוי ווילסטו איך זאל אננעמען דיינע עבודות, "בשעה שאתה שונא את הזולת", ווען דו האסט פיינט א צווייטן, "ועובר על (ויקרא יט, יז) 'לֹא תִשְׂנָא אֶת אָחִיךָ בִּלְבָבֶךָ'", (אשר בנחל חלק לט, מכתב ו'תשט).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7 - מיט אפאר ווערטער צום אייבערשטן, ווערט מען ניי געבוירן
תשובה, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז א טאג פון תשובה, היינט זאגן מיר יום כיפור קטן; זאלסטו זיך ארויס'גנב'ענען פון דיינע געשעפטן, זיך טרעפן א ווינקל און זיך גוט אויסוויינען: "הייליגער באשעפער וואס וועט זיין מיט מיר, איך בין אזוי ווייט פון דיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל תשובה טון, זיי מיך מקרב צו דיר".


ווען מען רעדט אפאר ווערטער צום אייבערשטן, מען טוט תשובה, מען זאגט: "איך גיי שוין זיין גוט" - ווערט מען ניי געבוירן, מען נעמט אראפ פון זיך אלע דינים.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור אין אונזער שול אין סטעטן איילענד, איך וויל מחזק זיין אנשי שלומינו פון סטעטן איילענד.


די וואך שבת פרשת ויקהל, שבת מברכים אדר ב', שבת שקלים - וועל איך זיין מיטן אייבערשטנ'ס הילף אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - אז מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זעט מען ניסים
מוסדות, תשובה, חובות, חנופה, תפילה, יום כיפור קטן, ערב ראש חודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ערב ראש חודש, א טאג פון תשובה. ביי אנשי שלומינו פירט מען זיך צו זאגן אלע חדשים יום כיפור קטן; ערב ראש חודש איז א טאג פון חשבון הנפש, זיך נאכאמאל בארעכענען, אפלאזן די נישט גוטע מעשים.


אז דו ביסט געדרוקט, דו האסט חובות - זאלסטו נאכאמאל גיין אין א ווינקל און זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן אין דיין אייגענע שפראך, אין דיין וועג פון רעדן: "הייליגער באשעפער איך האב חובות, נעם מיך ארויס פון מיינע חובות, געב מיך גרויס שפע"; וועט פאסירן א מעשה פון תפילה, דו וועסט זען עס וועט קומען מן פון הימל, דו וועסט ארויסגיין פון דיינע חובות.


איך האב געהאט די וואך א גרויסע מעשה פון תפילה, איך בעט דעם אייבערשטן צו קענען באצאלן די מלמדים - סיי אין אמעריקע, סיי אין ארץ ישראל. די מלמדים אין אמעריקע אין די דריי תלמוד תורה'ס - איז א חשבון פון אכציג טויזענט דאלער א חודש, דאס איז אויסער די טיטשערס און אויסער אלע אנדערע הוצאות, אויך אין ארץ ישראל איז די חשבון אלעס צוזאמען דרייסיג טויזנט א חודש. איך בעט שטילערהייט דעם אייבערשטן; ווען איך גיי אין גאס, ווען איך זיץ אויף מיין פארטש, ווען איך ליג אין בעט; ווען איך דערמאן זיך אז איך דארף באצאלן מלמדים - וויין איך צום אייבערשטן ער זאל מיר העלפן, און די וואך איז אנגעקומען אין פאסט א טשעק פון זעקס און דרייסיג טויזנט דאלער, א טשעק אן א נאמען, א נס, געלט פון הימל, געלט פון אייבערשטן; אן חנפ'נען, אן זיך ביקן פאר עבודה זרה, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט, ווי קען זיין מיר ליינען יעדן טאג אין קריאת שמע, דער אייבערשטער זאגט (דברים יא, טז): "הִשָּׁמְרוּ לָכֶם פֶּן יִפְתֶּה לְבַבְכֶם", איך ווארן ענק אויב ענק וועלן זיך ביקן פאר עבודה זרה; פרעגט מוהרא"ש, ווי קען זיין אזא זאך, אידן זאלן זיך בוקן צו א שטיין? צו ביימער? עס האט נישט קיין שכל צו טון אזוינס, וואס חזר'ט מען דעם פסוק יעדן טאג ביי קריאת שמע?! זאגט מוהרא"ש, דאס מיינט מען ווער עס חנפ'עט א צווייטן, ער מאכט א מציאות פון א צווייטן, ער בייגט זיך פאר אן עושר - דאס איז עבודה זרה, דער אייבערשטער צערנט אויף דעם, מען פארלירט אלעס אויב מען חנפ'עט און מען ביקט זיך צו א בשר ודם, מען דארף זיך אינגאנצן מבטל זיין צום אייבערשטן, נאר צו אים גיין, נאר אים בעטן.


דאס איז איינע פון די טויזנטער זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו לערנען ביי מוהרא"ש, נישט חנפ'נען קיינעם, נישט מאכן קיין מציאות פון געלט און פון די וואס האבן געלט. ביי מהורא"ש איז ממש געווען די זאך וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, דער רבי זאגט, ווען משיח וועט קומען, מען וועט וועלן איינעם טשעפען וועט מען אים טשעפען אז ער האט געלט, דאס וועט זיין די גרעסטע בזיון, אז מען וועט וויסן מען האט געלט, ווען משיח וועט קומען וועט געלט שמעקן ווי צואה, און אזוי אין א געוויסע בחינה האבן מיר געשפירט ביי מוהרא"ש, עס איז נישט געווען די זאך פון געלט, מען האט נישט געמאכט פון דעם קיין עסק.


ברודער, אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט גיין בתמימות אין א ווינקל און זיך גוט אויסוויינען - וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט מאכן א גרויסע נס, דו וועסט האבן גרויס שפע, נאר שטארק זיך און דערהאלט זיך.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף, היינט נאכט - וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אינאיינעם מיט א סעודת ראש חודש אין לעיקוואד, אין אונזער בית המדרש. איך דארף אמאל אהין גיין זיי מחזק זיין, מען דארף אסאך אסאך חיזוק צו בלייבן פריש ביים רבי'ן, מיט א פרישע געפיל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - אזוי גייט עס, מען שפירט נישט ווי זאכן זאלן זיך רוקן
תפילה והתבודדות, התחזקות, יאוש, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז א טאג פון תשובה, מען זאגט יום כיפור קטן און מען הייבט שוין אן זאגן היינט ביי מנחה (תהילים, קאפיטל כז): "לְדָוִד ה' אוֹרִי וְיִשְׁעִי"; ביי אונז איז דער מנהג צו זאגן לדוד ה' ביי שחרית נאכן יום און ביי מנחה - נאך חזרת הש"ץ, איידער קדיש תתקבל, און מען זאגט דאס ביז שמחת תורה.


דאס וואס דו ביסט מיואש, אז שוין א לאנגע צייט וואס דו ווילסט זיין ערליך, דו בעטסט און דו שפירסט ווי עס גייט נישט, עס רוקט זיך נישט, אדרבה דו שפירסט ווי דו ווערסט ווייטער און ווייטער פונעם אייבערשטן; ליבער ברודער, דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן יב): "הָיָה נִדְמֶה לוֹ תָּמִיד שֶׁאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל וְאֵין שׁוֹמְעִין לוֹ כְּלָל", ווען ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים שטענדיג געדאכט אז מען הערט נישט אויס אויבן אין הימל וואס ער בעט און אז קיינער קוקט נישט אויף אים, "רַק אַדְּרַבָּה, נִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּכָל מִינֵי הַרְחָקוֹת וּכְאִלּוּ אֵין רוֹצִין בּוֹ כְּלָל וּכְלָל", פארקערט, ווי מער ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים אלץ מער געדאכט ווי מען דארף אים נישט, "כִּי הָיָה רוֹאֶה שֶׁחוֹלְפִין וְעוֹבְרִין כַּמָּה וְכַמָּה יָמִים וְשָׁנִים וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלא זָכָה עֲדַיִן לְשׁוּם הִתְקָרְבוּת", ווייל ער האט געזען אז עס גייען אריבער אסאך יארן און ער האט נאכאלץ נישט זוכה געווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נִדְמָה בְּעֵינָיו שֶׁאֵין שׁוֹמְעִין דְּבָרָיו כְּלָל, וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, רַק אַדְּרַבָּא, מַרְחִיקִין אוֹתוֹ בְּכָל מִינֵי הִתְרַחֲקוּת מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", דערפאר האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, אדרבה עס האט אים אויסגעזען ווי מען שטופט אים אוועק פון די קדושה, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן הָיָה מְחַזֵּק עַצְמוֹ מְאֹד, וְלֹא הִנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ", מיט דעם אלעם האט זיך דער רבי זייער געשטארקט און נישט אויפגעהערט מיט זיין עבודת השם יתברך.


טייערער ברודער, נעם די ווערטער פאר חיזוק, אז אלע צדיקים האבן געשפירט אין אנהויב פון זייער עבודת השם ווי מען הערט זיי נישט אויס און מען איז זיי מרחק. דער רבי דערציילט (שם): "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה שֶׁהָיָה נוֹפֵל בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת זֶה שֶׁרָאָה שֶׁהוּא מִתְפַּלֵּל וּמַעְתִּיר וּמַפְצִיר כָּל כָּךְ שֶׁיִּתְקָרֵב לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, וּמֵחֲמַת זֶה נָפַל לִפְעָמִים בְּדַעְתּוֹ וְלֹא הָיָה מְדַבֵּר עוֹד כָּל כָּךְ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ אֵיזֶה יָמִים", אסאך מאל האט זיך געמאכט ביים רבי'ן אז ער איז געווארן זייער צעבראכן, זעענדיג אז ער האט שוין אזוי סאך געדאווענט און געבעטן, אבער עס דאכט זיך אים אז מען דארף אים נישט, און ער האט אויפגעהערט מאכן התבודדות, "אַחַר כָּךְ נִזְכַּר בְּעַצְמוֹ וְהִתְבַּיֵּשׁ בְּעַצְמוֹ עַל שֶׁהִרְהֵר אַחַר מִדּוֹתָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בֶּאֱמֶת בְּוַדַּאי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ חַנּוּן וְרַחוּם וְכוּ', וּבְוַדַּאי הוּא רוֹצֶה לְקָרְבוֹ וְכוּ', וְחָזַר וְנִתְחַזֵּק בְּדַעְתּוֹ וְהִתְחִיל שׁוּב לְהַעְתִּיר וּלְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כַּנַּ"ל", ביז ער האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון און ער האט זיך זייער פארשעמט אז ער האט נאכגעלאזט פון די הייליגע עבודות השם, האט ער צוריק אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, "וְכֵן הָיָה כַּמָּה פְּעָמִים", אזוי איז געווען אסאך מאל, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#4 - דאווען מיט מנין און טשעפע נישט דיין ווייב, וועסטו האבן שפע
שלום בית, תשובה, פרנסה, דאווענען, פסח, מנין, יום כיפור קטן, ערב ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ערב ראש חודש ניסן איז א צייט פון תשובה. מיר זאגן אלע חדשים יום כיפור קטן, אבער היינט ערב ראש חודש ניסן, און ערב ראש חודש אלול - זאגן אלע יום כיפור קטן, בעט איך דיר זייער זאלסט זיך בארעכענען און תשובה טון, סיי אויף בין אדם למקום און סיי אויף בין אדם לחבירו. נעם זיך פאר צו דאווענען מיט מנין און נישט טשעפען דיין ווייב; ביי די צוויי זאכן דארפסטו א גרויסער תיקון, דו דאווענסט טאג איין טאג אויס ביחידות, און דו פליקסט און שטעכסט דיין ווייב; די צוויי זאכן נעמט אוועק די שפע.


איך שרייב דיר דאס, עס איז מיר נישט גרינג. איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער און אנהויבן דאווענען מיט מנין אלע דריי תפילות און נישט נעמען דעם טעלעפאן ביים דאווענען, און זיך פארמאכן דאס מויל אין שטוב, נישט ענטפערן; וועסטו האבן גרויס שפע, דו וועסט נישט זיין קיין נצרך לבריות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#3 - אז דו וועסט נישט היטן די אויגן, וועסטו אלעס פארלירן
תפילה והתבודדות, שמחה, קדושה, אמונה, משפחה, בזיונות, מאוויס, עבירות, חסד, תכלית, ישיבה, מנהגים, ראש ישיבה, שמירת עינים, דאווענען, קשיות, פרויען צאמקום, ניחום אבלים, הצלה, סיפוק, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן האב איך זיך זייער נישט גוט געשפירט, עס האט געהייסן איך וועל אויפנעמען אינגעלייט, אזוי ווי געווענליך יעדע זונטאג נעם איך אויף די חתונה געהאטע תלמידי הישיבה, אבער איך האב נישט געקענט, איך האב שווער געאטעמט, איך בין פארקילט.


דיר בעט איך זייער, היט דיינע אויגן; קוק נישט קיין שמוציגע בילדער, עקעלדיגע ווידיאוס. אויב מען איז מפקיר די אויגן - פאלט מען אראפ אין די שרעקליכע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. די עבירה הרג'עט דעם מענטש, מען פארלירט אלעס; מען פארלירט די פרנסה, מען פארלירט די ווייב מיט די קינדער, מען פארלירט די טעם פון דאווענען און לערנען, ועל כולם פארלירט מען די הייליגע אמונה; מען ווערט אנגעפילט מיט קשיות אויפ'ן הייליגן באשעפער, אלץ דורך די עבירה פון פגם הברית.


דו ווייסט דאס אז יעדער גנב לאזט נאך פיס טריט אונטער זיך, נישטא אזא זאך איינער זאל זיך קענען ארויסדרייען, ביים סוף קומט מען אן אין תפיסה. אזוי אויך, ווער עס באהאלט זיך מיט אן עבירה מיינט אז ער קען זיך באהאלטן, אבער ביים סוף קומט ארויס די סוד, דעמאלט איז גאר ביטער, מען ווערט פארשעמט פאר אלעמען; די ווייב אנטלויפט, און אפילו מען וועט איר זאגן נישט אנטלויפן האט דאס שוין יענע טעם, יענץ פנים; זי קען נישט לעבן מער אינאיינעם וכו' וכו', די קינדער שעמען זיך פון אזא טאטע, און אזוי ווייטער, דעריבער זאלסטו שוין באצייטנס אפלאזן אלע דיינע קשרים וכו'.


זוך דיר נישט קיין צרות. אפילו ווען דו ווילסט טון א חסד וכו' - זאלסטו טון חסד מיט מענער, און דיין ווייב זאלסטו לאזן טון חסד מיט פרויען, דו געב אכטונג פאר דיין לעבן. דערפאר האב איך גרויס חשק אין שטעטל אז פרויען זאלן זיך אויסלערנען צו קענען ראטעווען לעבנס, ווייל די שטעטל איז קליין, אלע קענען זיך, איז וואס פעלט אויס אינגעלייט זאלן זיך באשעפטיגן מיט זיי; ענדערש זאלן פרויען טון חסד מיט פרויען און מענער מיט מענער.


איך בין נעכטן געווען מנחם אבל זיין מיין מחותן, דער שווער פון אונזער מנהל ר' מרדכי אינדיג נרו יאיר, הרב ..., ער זיצט שבעה נאך א ברודער זיינע, טאטע פונעם מלמד ...; וואס זאל איך דיר זאגן, מען זעט ממש וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן, מען גייט מנחם אבל זיין, דארט הערט מען נאר רעדן פון תורה, תפילה און תמימות; קיינער רעדט נישט פון קיין געלט, מען רעדט נישט פון הייזער, מען רעדט נאר דבורי תכלית.


ביינאכט האב איך זיך שוין בעסער געשפירט, בין איך צוריק אין ישיבה פארלערנען דעם בלאט גמרא. אם ירצה ה' מיטוואך זענען מיר מסיים מסכת כתובות און מען הויבט אן מסכת נדרים.


זאג דיינע בחורים זאלן קומען אין ישיבה מיט א מסכת נדרים, און אויב דיין בחור האלט מיט די הלכה שיעור - זאל ער ברענגען א הלכות שבת, מען גייט לערנען סימן שי"ח - הלכות בישול. און דיינע יונגערע בחורים זאלן אויך ברענגען מסכת סוכה.


היינט זאגט מען נישט יום כיפור קטן, וסימנך מלבד ח'ט'א'ת הכיפורים, יעדע ערב ראש חודש זאגט מען יום כיפור קטן, אויסער די פיר חדשים וואס איז ראשי תיבות חטא"ת: ח'שון ט'בת א'ייר און ת'שרי - זאגט מען נישט יום כיפור קטן.


היינט נאכט וועט זיין די פרויען צאמקום, מען האט צעטיילט די צאמקום, מען קען מיטהאלטן די שיעורים סיי אין בית המדרש עצתו אמונה און סיי אין בית המדרש אשר בנחל; זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין שעפן פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - אז מען זאגט שיינערהייט, גייען אריין די ווערטער און מען איז מקבל
דרך ארץ, שטעטל, בית המדרש, מוסר, בעל תפלה, גבאי, יום כיפור קטן, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש, קרית ברסלב ליבערטי


זיי מודיע פאר אנשי שלומינו אז דאנערשטאג וועלן מיר זאגן יום כיפור קטן אינאיינעם אום 8:15 אונטן אין ישיבה, אינאיינעם מיט די בחורים; זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן מיר זאלן קענען אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה.


איך מוז דיר זאגן, איך בין זייער איבערגענומען פונעם שטעטל; עס איז מיר געווען אזא פארגענוגן דא צו זיין במשך דעם זומער, איך און מיין משפחה האבן זייער הנאה געהאט.


זיי נישט דערשראקן ווען איך זאג מוסר, אדער ווען דו זעסט אין די בריוון מוסר; דאס איז נאר בעסער צו מאכן. אזוי ווי מוהרא"ש ברענגט פונעם צדיק רבי מיכל'ע זלאטשובער זכותו יגן עלינו, איידער ער פלעגט זאגן א דרשה מיט מוסר, איז ער צוגעגאנגען צום ארון הקודש און געזאגט: "רבונו של עולם, דו האסט א טייער פאלק; אידישע קינדער זענען זייער וואויל, איך וויל זיי מאכן נאך בעסער, נאך וואוילער".


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אויפ'ן בית המדרש עס זאל זיך פירן מיט כבוד, מיט דרך ארץ. מען זאל דאווענען צייטליך, מען זאל נישט שמועסן ביים דאווענען. א גבאי טראגט די אחריות אז דער בית המדרש זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף זיך פירן, האב נישט מורא צו זאגן ווען מען דארף איינעם זאגן; אז מען זאגט שיינערהייט - גייען אריין די ווערטער און מען איז מקבל.


ביי רבי נתן האט איינעם אנגעכאפט א שווייגעניש, ער האט געוואלט ווערן ערליך; האט רבי נתן געזאגט: "שווייגן איז נישט קיין עסק, מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן"; אז מען רעדט מיט דעת - איז דאס בעסער פון שווייגן.


בנוגע די ימים טובים; ביז דערווייל זעט אויס אז תשרי וועל איך זיין אין שטאט, זאלסטו זען אנצוגרייטן בעלי תפילות פאר יום כיפור.


זיץ מיט די גבאים פון די אנדערע שולן, האברך ... גבאי אשר בנחל, האברך ... גבאי מקור השמחה, האברך ... גבאי עצתו אמונה - אויב מען זאל דאווענען יום כיפור אין אלע שולן באזונדער וכו', און בנוגע די בעלי תפילות.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין מיט ענק נאך צוויי שבתים, ראה און שופטים, און נאך צוויי שבתים - כי תצא און כי תבא - אין וויליאמסבורג, און נצבים וועלן מיר זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן.


קוק זיך פאר מערבית פאר ראש השנה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1 - יעדער זאל קומען צו יום כיפור קטן, איינרייסן פאר אידישע קינדער
תפילה והתבודדות, קבלה טובה, נסים, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קרח, ערב ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית ברסלב


זיי מודיע פאר די גאנצע שטעטל, אלע זאלן קומען היינט זאגן יום כיפור קטן.


מיר דארפן גרויסע ישועות, מען דארף איינרייסן פאר אידישע קינדער; עס איז דא אין שטעטל אפאר משפחות וואס דארפן גרויסע ניסים, איך וויל נישט ארויסשרייבן, מיר דארפן גרויסע ישועות און רפואות.


נעם צאם דעם עולם און זאגט אינאיינעם יום כיפור קטן, און יעדער זאל זיך פארנעמען עפעס צו פאררעכטן, תשובה טון - עס זאל זיין א זכות פאר די משפחות וואס דארפן יעצט גרויסע נסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.