בעזרת ה' יתברך
א' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
די מעשה וואס דו גייסט יעצט אריבער, דיין ווייב האט דיר געכאפט ביי די שלעכטע זאכן, זי האט דיר געטראפן קוקן עבירות ה' ישמרינו – דאס דארף דיר אויפוועקן פון דיין טיפע שלאף.
יעצט איז די צייט דו זאלסט זען וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן דש): "אָדֶער אַ נִסָּיוֹן אָדֶער אַ בִּזָּיוֹן"; אז מען טוט עבירות, מען קוקט מיסט – ווערט אויס נסיון, עס ווערט א בזיון, מען ווערט פארשעמט. יעצט איז א צייט דו זאלסט אוועקווארפן דיין טעלעפאן, אייפאד, אייפעד; די אלע מאשינדלעך אויף וואס דו קוקסט די זאכן, צעברעך עס אויף פיצלעך און מאך זיך א קבלה אז דו נעמסט מער נישט אריין אין די הענט די זאכן. אין דעם זכות וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף דיר, עס וועט צוריק ווערן ליבשאפט צווישן ענק.
דו דארפסט וויסן, ווען די ווייב זעט איר מאן איז נישט ערליך קען די גאנצע שטוב ווערן אויס. דער רבי האט דאס שוין געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קח): "אַ מֶענְטְשׁ פוּן אֵיין תַּעֲנוּג'ל וֶועגְן פוּן אַ פֶערְטְל שָׁעָה, קָאן עֶר אָן וֶוערְן גָאר דֶעם עוֹלָם הַזֶּה מִיט דֶעם עוֹלָם הַבָּא", וועגן א תאוה'לע פון א פערטל שעה קען א מענטש פארלירן די וועלט און יענע וועלט; דעריבער, אז דאס האט יעצט פאסירט, דיין ווייב איז אזוי פארשעמט און דו ביסט פארשעמט – זאלסטו נישט טראכטן קיין צוויי, נאר גלייך צעברעכן אלע עבודה זרה'ס, מער נישט האבן ביי זיך קיין שום מאשין וואס מען קען קוקן דערויף עבירות.
איך זע מיט מיינע אויגן דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ג.): "אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת", א מענטש זינדיגט נישט נאר נאכדעם וואס ער ווערט משוגע; ווייל שכל'דיג האט דאס נישט קיין זין. דו האסט א טייערע ווייב, זי איז דיר אזוי געטריי, זי וויל נאר דיר, זי דארף נאר דיר, פארוואס אין דער וועלט זאל אפילו אינטערעסירן צו זוכן אין מיסט? וואס האט מען פון מיסט?! איין תירוץ איז דא, דער רוח שטות, דאס שטופט צו די זאכן.
דער רבי האט אן עצה ווי אזוי מען קען פטור ווערן פונעם רוח שטות, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן א): "הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה הִיא מַכְנִיעַ אֶת הַיֵּצֶר הָרָע", די תורה אונטערטעניגט דעם יצר הרע, "שֶׁרוֹצֶה לַעֲשׂוֹת אֶת הָאָדָם מְשֻׁגָּע מַמָּשׁ, חַס וְשָׁלוֹם", - וואס וויל משוגע מאכן דעם מענטש חס ושלום, "כִּי בַּעַל עֲבֵרָה הוּא מְשֻׁגָּע", א בעל עבירה איז א משוגע'נער; זאלסטו זיך צוריק נעמען לערנען די הייליגע תורה. מאך זיך א שיעור אין משניות, זע צו לערנען יעדן איינציגסטן טאג אכצן פרקים משניות, כסדרן דיקא, על פי סדר דרך הלימוד שקבלנו מרבינו (עיין שיחות הר"ן, סימן עו); אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט – זאלסטו זאגן די ווערטער, דאס וועט דיר ארויס קלאפן די שגעון פון קוקן אויף עקלדיגע אויסגעלאסענע עבירות. אויך וועט דיר דאס צוריק ברענגען דיין חן; דו דארפסט דאך יעצט חן, דיין ווייב איז אזוי צעבראכן, זי ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיך, זי האט דיר אזוי ארויפגעקוקט, און יעצט איז זי אזוי אויסער זיך.
איך וועל פרובירן רעדן צו דיין ווייב, אבער נאר אז דו ווארפסט אוועק די זאכן. דו ווייסט ווי שטארק מיך באדערט ווען איך זע ביי תלמידי הישיבה, בחורים, אינגעלייט – די זאכן; איך זאג נישט גארנישט צוליב מיינע פריוואטע טעמים, אבער עס טוט מיר אזוי וויי צו זען אז מען פאלגט נישט מוהרא"ש, מען האלט זיך קלוגער, מען גייט קעגן די רבנים וצדיקים וואס זאגן מען זאל נישט האבן קיין טעלעפאן וכדומה.
ווער ליידט ביים סוף? דער מענטש אליין! די שלום בית פלאצט, מען פארלירט די ווייב און די קינדער.
וואויל איז דעם מענטש וואס האט שכל אוועק צו ווארפן זיין שכל, ער ווייסט צו פאלגן צדיקים, ער איז פעלזן פעסט נישט צו האבן א טעלעפאן, קאמפיוטער, אייפאד וכדומה – וואס מען קען זען עקלדיגע זאכן, ער האלט זיין שטוב ריין – ווערט ער האבן די וועלט און יענע וועלט.
אז דו נעמסט זיך אונטער די צוויי זאכן, דו ווארפסט אוועק די זאכן און דו גייסט לערנען אכצן פרקים משניות – וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה; דיין שלום בית וועט נאר ווערן שטערקער און בעסער, דו וועסט צוריק באקומען דיין חן ביי איר און דו וועסט ווערן אן ערליכער איד.
ביינאכט זאלסטו אהיים גיין, בלייב נישט שמועסן מיט קיינעם; געדענק איינער ווארט דיר אין שטוב, דו האסט א ווייב, זי ווארט אין שטוב. שמועס מיט איר, פארברענג מיט איר, שפאציר מיט איר. נישט לאנג צוריק ביסטו געווען אליין, האסט געוויינט אז דו ווילסט חתונה האבן, האסט געטראכט 'איינמאל איך וועל חתונה האבן וועל איך נאר קוקן אויף מיין ווייב, איך וועל דעמאלט זיין ערליך'; זאלסטו זיך אויפפרישן, דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א שטוב, האסט א ווייב מיט קינדער.
ביי מיר ביסטו גארנישט ווייניגער געווארן, איך האב דיר נאכאלץ זייער ליב; ביי מיר ביסטו זייער חשוב, איך וויל נאר דיין גוטס, איך וויל דיין טובה.