בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת תרומה, ב' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אז דיין ווייב תחי' זאגט דיר בפה מלא אז דו קענסט פארן קיין אומאן - קענסט שוין יעצט דינגען א בעט; וואס נאך דארפסטו? נאר דאנקען דעם אייבערשטן און בעטן יעדן טאג דו זאלסט טאקע קענען זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה די יאר און אלע יארן; דו, דיינע דורות און אלע אידן.
בתחילת התקרבותי ווען עס איז אויף מיר אריבער שווערע מניעות צו פארן אויף ראש השנה, איך פלעג דערציילן פאר מוהרא"ש מיינע מניעות, פלעגט מוהרא"ש מיר פרעגן: "וואס זאגט דיין ווייב? דיין ווייב איז מסכים זאלסט פארן?" ווען איך פלעג ענטפערן פאר מוהרא"ש: "מיין ווייב איז מיט מיר, זי וויל איך זאל גיין צום רבי'ן" - פלעגט מוהרא"ש מיר זאגן אלע יארן די זעלבע זאך: "זאלסטו איר קויפן א שיינע מתנה און איר ווייטער מכבד זיין", אזוי ווי דער רבי לערנט אונז מען זאל מכבד זיין די ווייב.
העיקר שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן. מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג מקרא - שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י. פארלייג זיך אויף לימוד חומש רש"י. מוהרא"ש זאגט בשם דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו, ער האט געזאגט: "ווער עס וועט לערנען און ענדיגן יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י"; אויך שטייט פון הייליגן רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו אז לערנען חומש רש"י יעדע וואך איז מסוגל צו האבן אמונה; אזוי אויך זאגט מען נאך פון צדיקים אויף דעם לשון וואס שטייט אין מחבר (סימן רפה, סעיף ב): "וִיְרֵא שָׁמַיִם יִקְרָא תַּרְגוּם, וְגַם פֵּירוּשׁ רַשִּׁ"י", א ירא שמים זאל מעביר סדרה זיין סיי תרגום און סיי מיט רש"י; אז דאס אליינס מאכט א מענטש ער זאל ווערן א ירא שמים. אזוי אויך זאגט מוהרא"ש בשם דעם הייליגן צדיק רבי ישכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן".
נאכדעם זאלסטו לערנען א שיעור אין משניות; מוהרא"ש פלעגט זיך שטענדיג בארומען, ווען מען זעט א אינגערמאן אדער א בחור מיט א משניות, זאגט מען גלייך אויף אים: "דו ביסט א תלמיד היכל הקודש". מוהרא"ש האט געלייגט זייער א שטארקע דגוש אויף לימוד משניות, ווייל דורך לערנען משניות וועלן מיר ארויסגיין פון גלות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות, נאך זאגן חז"ל (סנהדרין מב.): "בְּמִי אַתָּה מוֹצֵא מִלְחַמְתָּהּ שֶׁל תּוֹרָה? בְּמִי שֶׁיֵּשׁ בְּיָדוֹ חֲבִילוֹת שֶׁל מִשְׁנָה".
מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס פאר א כח משניות האט, און וואס עס טוט פאר'ן מענטש; מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", וואס דאס איז ראשי תיבות "מִשְׁנָה"; אז א מענטש זאגט משניות - נעמט דאס אים ארויס פון שאול תחתית.
דיין דריטע שיעור זאל זיין אין גמרא; מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט בשם הרב הקדוש רבי יהושע'לע בעלזער זכותו יגן עלינו וואס ער האט נאכגעזאגט פון זיין גרויסן טאט'ן דער הייליגער שר שלום זכותו יגן עלינו: "אז מען לערנט א דף גמרא מיט רש"י, איז עס מסוגל פאר הצלחה"; און ער האט געזאגט אז ער האט געזען אסאך מענטשן וואס זיי זענען אין זייערע יונגע יארן געלעגן טיף אין שאול תחתית רחמנא לצלן, און זיי האבן זיך אונטערגענומען צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא, דורכדעם זענען זיי ארויסגעגאנגען פון זייער פלאנטער, זיי האבן זיך געקענט שטארקן אויף זייערע ביטערע נסיונות וכו' און זיי זענען געווארן גרויסע תלמידי חכמים.
איך האב נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף מקצר זיין, איך לויף אריין צו די בחורים; זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.