בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בלק, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד חבורת היכל הקודש בית שמש, ה' עליהם יחיו
איך באקום גוטע גריסן פון ענקער חבורה, פון די אחדות צווישן ענק, פון די שמחה וואס הערשט ווען איר קומט זיך צוזאמען.
איך וויל בעטן די גבאים זאלן אכטונג געבן עס זאל זיין בעלי תפילות וואס דאווענען געשמאק; מען קען נישט צושיקן אבי ווער זאל אפכיפערן דאס דאווענען. דער בעל תפילה דארף דאווענען געשמאק, איינגענעם, מיט א זיסקייט; דער בעל תפילה איז אזוי ווי א דרייווער, אז דער דרייווער פארט ווילד - ווערן אלע אויפגעשאקלט, מען ווערט נאושעס; אזוי אויך א בעל תפילה קען נישט אפכאפן דאס דאווענען, מען דארף דאווענען געשמאק, נישט אויסציען און נישט כיפערן.
עס איז בעסער איר זאלט צושיקן אינגעלייט פאר בעלי תפילות, נישט קיין בחורים; אויב איז נישטא קיין פאסיגע בעלי תפילות קען מען צושיקן א בחור.
מיר זענען זייער מקפיד אויף זמן רבינו תם, חס וחלילה צו טון מוצאי שבת א מלאכה פאר'ן זמן רבינו תם; אבער דאווענען מעריב קען מען שוין אביסל פאר'ן זמן. אזוי פלעגט זיין ביי מוהרא"ש, ער האט שוין געדאווענט אביסל פריער, און הבדלה איז געווען גלייך ביים זמן רבינו תם.
מען דארף נישט ווארטן אויף ז' ימים צו מקדש זיין די לבנה; מוהרא"ש פלעגט נישט ווארטן אויף זיבן טעג, און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו.
בנוגע ווער עס זאל פארלערנען ביי שלש סעודות; מען קען מאכן יעדע וואך זאל א צווייטער פארלערנען. אזוי האבן מיר אנגעהויבן דעם בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג, יעדע וואך האט א צווייטער פארגעלערנט. מען איז געזיצן אין א רינג ארום דעם טיש, יעדער האט געהאט זיין מקום קבוע, און יעדע וואך האט א צווייטער פארגעלערנט, עס האט געהאט אלע טעמים. מען האט געלערנט שיחות הר"ן; דער ערשטער האט אנגעהויבן שיחה א', דער צווייטער שיחה ב', אזוי האבן מיר געלערנט ביז מיר האבן מסיים געווען שיחות הר"ן. דערנאך זענען מיר געגאנגען צו חיי מוהר"ן, ביז שפעטער האט מוהרא"ש ממנה געווען איינעם צו רעדן, און נאכדעם האט מיר מוהרא"ש געזאגט איך זאל רעדן.
אויך איז כדאי איינער זאל זיך אפגעבן מיט די קינדער, זיי זאלן דאווענען און זינגען זמירות.
איין זאך קען איך אייך זאגן: "אויב איר וועט זיך ליב האבן - וועט איר זייער מצליח זיין".
א גוט שבת.