בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - א יום כיפור הערליך שיין, מיט גרויס התעוררות
תפילה והתבודדות, מקוה, אמונה, התחזקות, הפצה, שטעטל, שלום, תשובה, מנהגים, יאוש, בעל תפלה, גבאי, אחדות, יוצרות, געפילן, יום כיפור, דרך הלימוד, קידוש לבנה, איבערבעטן, נוסח

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה, גאט'ס נאמען, י"א תשרי, שנת תשפ"ד לפרטן קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


געלויבט דעם אייבערשטן אז יום כיפור האט מען אונז מוחל געווען אלע אונזערע עבירות, מיר הויבן אן א נייעם בלאט, מיר זענען ארויס ריין פארן אייבערשטן.


ביי אונז איז געווען זייער שיין; די דאווענען מיט די דרשות, די ניגונים - אלעס אלעס איז געווען זייער זיס און געשמאק. איך האב זייער הנאה אז דו ביסט געבליבן אין שטעטל פירן דעם מנין, דאווענען פארן עמוד און זען אז אלעס זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף זיך פירן. איך האף אז דו וועסט בלייבן די יאר הושענא רבה און אזוי אויך שמחת תורה, און זען עס זאל פארקומען שיינע ווארעמע תפילות און פרייליכע הקפות. עס פעלט נישט אויס אריינצוקומען אין ישיבה צום ראש ישיבה, ענדערש בלייב אין שטעטל; עס פעלט אויס עס זאל זיין שיינע תפילות און פרייליכע הקפות.


ביי אונז איז געווען הערליך שיין, מיט גרויס התעוררות. איך וויל דיר אביסל מיטטיילן דו זאלסט וויסן ווי אזוי מען דאווענט אין היכל הקודש, וואס פאר א שטיקלעך פונעם דאווענען מען זאגט און וואס מען לאזט אויס, און אזוי ווייטער.


דער בריוו איז געשריבן פאר דיר אבער דו קענסט דאס אויפהענגען אין שול ביי ענק; עס איז דא זייער שיינע חיזוק פאר אלעמען, אויך קענסטו דאס ווייזן פאר אלע גבאים.


*ליל כל נדרי*


פונעם זמן הדלקת הנרות האט זיך דער בית המדרש אנגעפילט מיט אנשי שלומינו, מיר האבן געהאט אסאך געסט, זייער אסאך איינוואוינער פון שטעטל, אויך זענען געקומען אנשי שלומינו פון קרית יואל, פון מאנסי און פון בארא פארק, אויך דער דיין שליט"א איז געווען.


מיר האבן אלע געזאגט די תפילת זכה, אויך די ווידוי הגדול לרבינו ניסים זכר צדיק לברכה. איך האב געזאגט אפאר ווערטער איידער כל נדרי, נישט אז איך בין דער וואס קען זאגן פאר אנדערע, נאר איך האב געדענקט וואס דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן, עס האט אויסגעבראכן א פייער אין א שטאט, איז דער שמש ארויסגעלאפן שרייען: "רבותי, עס ברענט א פייער, ראטעווע זיך"; לכאורה דער שמש איז דער קלענסטער פון זיי אלע, איז וואס עפעס שטעלט ער זיך ארויס שרייען: "רבותי... עס ברענט...!!!" נאר יעדער איינער פארשטייט אז דא קוקט מען ווער עס קען אויפוועקן דעם עולם, נישט ווער עס איז מער, ווער עס איז חשוב'ער; האט דער הייליגער ישמח משה אויסגעפירט ביים כל נדרי דרשה: "רבותי, איך בין נישט מער פון ענק, איך דארף אויך תשובה טון, אבער איך בין דער שמש, איך וויל ענק אויפוועקן, דעריבער בין איך קומען שרייען 'רבותי, עס ברענט, מיר גייען אריין אין א ברענעדיגע טאג, לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ'".


*דרשת כל נדרי*


מיר האבן אנגעהויבן מיטן פסוק (ויקרא טז, ל): "כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ", איך האב געטייטשט דעם פסוק ווארט ביי ווארט, ווייל דער פסוק אליינס - איז די בעסטע חיזוק, צו זען אז דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א טאג וואס ער רייניגט אונז אפ, און מיר ווערן ריין פארן הייליגן באשעפער. מיר האבן גערעדט פון דעם דאפלטן לשון, 'כִּי בַיּוֹם הַזֶּה', ווייל אין דעם טאג יום כיפורים, 'יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם', טוט דער אייבערשטער פארצייען, 'לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם', אונז צו רייניגן פון אלע אונזערע עבירות, נאכדעם זאגט ער נאכאמאל, 'לִפְנֵי ה', פארן לעבעדיגן באשפער, 'תִּטְהָרוּ' - ווערט איר ריין; וואס דארף ער איבערזאגן נאכאמאל 'לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ' אז מיר ווערן ריין?!


דער רמב"ם זאגט (פרק ב' מהלכות תשובה, הלכה ב): "וְיָעִיד עָלָיו יוֹדֵעַ תַּעֲלוּמוֹת שֶׁלֹּא יָשׁוּב לְזֶה הַחֵטְא לְעוֹלָם", תשובה איז נאר נאכדעם וואס דער אייבערשטער - וואס ער זעט אלע באהאלטענע זאכן - וועט עדות זאגן, אז דער מענטש מיינט טאקע וואס ער זאגט, און ער טוט טאקע תשובה; יעצט ווען מיר קומען יום כיפורים צום אייבערשטן אז מיר ווילן תשובה טון, קומען אלע מקטריגים און רעדן שלעכטס אויף אונז. ווייל ווען א מענטש זינדיגט, באשאפט ער מיט יעדע עבירה אזויפיל קליפות ומשחיתים וואס שטייען אויבן אין הימל און מאנען מען זאל געבן אן עונש פאר דעם מענטש, און ווען זיי זעען אז דער מענטש קומט תשובה טון, הויבן זיי אן פארפירן אז דער מענטש מיינט עס נישט ערנסט, אזוי ווי מען קען צומאל הערן פון בעלי דרשנים ווי זיי קלאפן דעם עולם, אז תשובה טון איז נישט אזוי פשוט, זיי זענען מבאיש ריח, זיי רעדן קעגן אידן, דאס אלעס איז אין הימל פון די מקטריגים, ווי זיי לאזן ארויס א שלעכטע גערוך אויף נשמות ישראל, און מיט דעם צעברעכט מען אידישע קינדער. עס כאפט זיך אריין מחשבות ביי מענטשן: 'איך מיין עס סיי ווי נישט ערנסט', 'איך האלט סיי ווי נישט ביי אמת'ע תשובה', ביז מענטשן ווערן אזוי מיואש אז מען לאזט אפ אידישקייט.


דאס זאגט אונז דער פסוק: "כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ", ווען אלע מקטריגים זאגן 'פארוואס זאל מען מוחל זיין אידישע קינדער, זיי מיינען עס נישט ערנסט, זיי זאגן נאר מיטן מויל אז זיי טוען תשובה, אבער עכט מיינען זיי עס נישט', אויף דעם זאגט דער פסוק 'לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ', דער אייבערשטער ווייסט דעם אמת, דער אייבערשטער קוקט אריין אין אונזערע הערצער, דער אייבערשטער איז דער 'יודע מחשבות ביום דין', ער זעט אונזערע מחשבות, ווי שטארק מיר ווילן זיין גוט, 'לצופה נסתרות ביום דין', דער אייבערשטער זעט אלע פארבארגענע זאכן, ער זעט די הארץ פון אידישע קינדער, ווי אלע ווילן זיין גוט, נאר מען האט אזא שווערע יצר הרע, מיט אזעלכע שווערע נסיונות, 'לפני השם' פארן לעבעדיגן באשעפער ווערן מיר ריין.


*מוחל זיין אנדערע*


אויך האבן מיר גערעדט, מענטשן פרעגן, 'ווי אזוי קענען מיר מוחל זיין אנדערע ווען זיי האבן אונז שלעכט געטון? מיר ווילן אלעמען מוחל זיין, אבער עס איז אזוי שווער, מיר שפירן ווי מיר קענען נישט פארגעבן, וואס איז די עצה?' אז מען נעמט אריין אמונה, מען ווייסט און מען חזר'ט זיך 'אלעס איז פונעם אייבערשטן, קיינער קען נישט טון שלעכטס דעם מענטש, קיינער קען נישט וויי טון, קיינער קען נישט פרייליך מאכן, אלעס אלעס קומט פון אויבן מיט א חשבון' - נישט צו זאגן אז מען מעג וויי טון ווייל אלעס איז פון אויבן, חס ושלום אזוי צו זאגן; אויב מען טוט וויי, מען טשעפעט, מען פארשעמט - מוז מען תשובה טון, מען מוז איבערבעטן, אז נישט באקומט מען אן עונש; מען רעדט פונעם מענטש וואס איז וויי געטון געווארן, מען רעדט צום פארשעמטער, ער זאל וויסן, אויב וועט ער זיך חזר'ן די אמונה - דעמאלט וועט אים זיין גרינג יעדן איינעם מוחל זיין, אז עס איז 'לפני ה', מען ווייסט אז מען שטייט פארן אייבערשטן, אלעס איז פון אים, דעמאלט - 'תטהרו' ווערט מען ריין, דאס הארץ איז ריין, מען האלט נישט קיין פיינטשאפט צו קיינעם.


*בעלי מוסר*


מיר האבן גערעדט זייער וויכטיגע זאכן, הלואי אז איינער וועט דאס אפשרייבן, אז אלע אנשי שלומינו זאלן זיך קענען שטארקן מיט די דיבורים. עס איז וויכטיג פאר א גאנץ יאר, נישט נאר פאר ליל כל נדרי. ווייל דער שטן פארדרייט אזוי דעם קאפ, און ליידער איז צוריק געקומען די אמאליגע בעלי מוסר וואס צעברעכן אידישע קינדער, וואס איז געווען איידער דער הייליגער בעל שם טוב איז געקומען. מען האלט דרשות אז תשובה טון איז נישט אזוי פשוט, איך וויל נישט אראפשרייבן די דברי ניאוץ וואס זיי רעדן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד) אז מען טאר נישט נאכזאגן ווערטער פון כפירה, אפילו מען וויל נאר זאגן וואס יענער זאגט, אפילו מען האלט נישט ווי יענעם, מען וויל נאר איבערזאגן - טאר מען אויך נישט עיין שם.


איך וועל דיר שרייבן וואס מען האט גערעדט אין היכל הקודש, דיבורים וואס מיר האבן געהערט אלע יארן פון מוהרא"ש; אז דער אייבערשטער האט ליב אידן און ער ווארט מיר זאלן זיך צוריקקערן צו אים, מיר זאלן תשובה טון, מיר זאלן טראכטן אפילו נאר פאר איין סעקונדע אז 'מיר גייען שוין זיין וואויל', און כל שכן אז מען קען ארויסזאגן א ווארט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל, העלף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר, ברענג מיך צו דיר", ווי חשוב דאס איז, און ווי דער אייבערשטער ווארט אויף די ווערטער.


*מיין דאווענען איז נישט ווערד*


די דרשה איז געווען נישט קיין לאנגע דרשה, עס איז געווען קורץ, אבער די פאר ווערטער האט מיר זייער געעפנט די הארץ, איך האב זייער תשובה געטון; מיר האבן גערעדט אז די אלע טריפה'נע מחשבות וואס כאפן זיך אריין, מען טראכט 'וואס האב איך צו דאווענען? איך בין סיי ווי א פארפאלענער, איך בין סיי ווי א שגץ, איך בין אזוי ווייט, מיינע תפילות זענען נישט חשוב', ווער רעדט נאך ווען מען האט ראיות, אז מען קען נישט וויינען, מען איז טרוקן, מען איז פארקלאפט, מען זעט א גאנצע בית המדרש ווי יעדער דאווענט, 'יעדער גיסט זיך אויס דאס הארץ, און נאר איך בין אזוי טרוקן'; דארף מען געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כריתות ו:): 'כָּל תְּפִלָּה שֶׁאֵין בָּהּ מִתְּפִלַּת פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל אֵינָהּ תְּפִלָּה", מיר האבן דערמאנט דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער, ווי דער רבי האט מחזק געווען איינעם וואס האט געהאט די טריפה'נע מחשבות (שיחות הר"ן, סימן רצה) אז דיקא דורך אים וועלן ארויפגיין אלע תפילות. דער רבי זאגט אים, טראכט אזוי: 'הֲלֹא אִם אֲנִי רָחוֹק בְּעֵינַי מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כָּל כָּךְ מֵחֲמַת רִבּוּי עֲווֹנוֹתַי', אויב בין איך אזוי ווייט פונעם אייבערשטן צוליב מיינע עבירות, 'אִם כֵּן אַדְּרַבָּא עִקַּר שְׁלֵמוּת הַתְּפִלָּה עַל יָדִי דַּיְקָא', קומט אויס אז נאר דורך מיר וועלן אלע תפילות ארויפגיין צום אייבערשטן, 'כִּי הֲלֹא אָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ ז"ל (כְּרִיתוֹת ו:) 'כָּל תְּפִלָּה שֶׁאֵין בָּהּ מִתְּפִלַּת פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל אֵינָהּ תְּפִלָּה', נאר דורך תפילות פון בעלי תשובה גייען ארויף די תפילות אויבן אין הימל, 'וְיַלְפִינָן מִקְּטֹרֶת שֶׁהָיָה בָּהֶם חֶלְבְּנָה', מען לערנט דאס ארויס פון די קטורת. 'וְאִם כֵּן, אִם אֲנִי בְּעֵינַי כְּפוֹשֵׁעַ יִשְׂרָאֵל חַס וְשָׁלוֹם', אויב אזוי, אז איך בין אזוי ווייט – 'אִם כֵּן אַדְּרַבָּא, כָּל שְׁלֵמוּת הַתְּפִלָּה עַל יָדִי דַּיְקָא וְכַנִּזְכָּר לְעֵיל', איז דורך מיר וועט ווערן אנגענומען די תפילות; דאס דארף מיך מאכן דאווענען שטערקער און בעסער, עיין שם.


*א קרעכץ פון א צעבראכן הארץ*


אויך האבן מיר דערמאנט די ווערטער פון הייליגן זוהר (פרשת בלק, קצה.), דוד המלך האט געזען אז אויבן אין הימל איז דאס גרעסטע זאך תפילות וואס קומט פון א צעבראכן הארץ, ער האט געזען די תפילות פון אן ארעמאן, אז דאס גייט ארויף צום אייבערשטן, מען קען דאס נישט אפשטעלן, אנדערע תפילות ווערן צומאל אפגעשטעלט דורך מלאכים. ווען דוד המלך האט געזען דאס חשיבות פונעם ארעמאנ'ס תפילה האט ער אויסגעטון זיינע קעניגליכע קליידער, זיך געזעצט אויף דער ערד און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים פו, א): "תְּפִלָּה לְדָוִד, הַטֵּה ה' אָזְנְךָ עֲנֵנִי", הייליגער באשעפער העלף מיר און הער אויס מיין געבעט, "כִּי עָנִי וְאֶבְיוֹן אָנִי", ווייל איך בין אזוי ווי אן ארעמאן. דער זוהר הקדוש זאגט, ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך וויל נישט אז בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר, "אֲנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", נאר איך וויל זיין אליין מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגעניגן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס פארן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס – די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער ענטפערט פאר אן ארעמאן שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


איך האב נישט געהאט א מינוט פארדעם קיין אנונג וואס איך גיי זאגן, איך גרייט זיך נישט אן איידער איך געב א שיעור, איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל ארויסקומען ריכטיגע דיבורים און עס זאל ארויסקומען גוטס פון די ווערטער.


מיר האבן געזאגט אז מיר גייען ארויסנעמען די ספר תורה, מיר גייען איבערבעטן די ספר תורה און מיר וועלן זיך פארנעמען צו לערנען יעדן טאג.


איך האב יעדן איינעם איבערגעבעטן און איך האב קלאר געזאגט אז איך בין אויך יעדן איינעם מוחל. דארפסט פארשטיין, א מענטש וואס האט צוטון מיט א רבים איז זייער שווער, ווייל עס קומט אויס פעלער וואס מען דארף זאגן וכו' און מען באליידיגט זיך.


*אור זרוע לצדיק*


מיר גייען ארום דעם בית המדרש מיטן ספר תורה אז אלע זאלן קענען איבערבעטן די תורה, אלע זאלן קענען האלזן און קישן די תורה, דאס איז א גרויסער תיקון פארן מענטש, און דער חזן זאגט פָאר דעם פסוק (תהילים צז, יא): "אוֹר זָרֻעַ לַצַּדִּיק וּלְיִשְׁרֵי לֵב שִׂמְחָה", און דער גאנצער עולם זאגט נאך הויך אויפן קול. אויך זאגן מיר די פסוק (שם קיט, קלו): "פַּלְגֵי מַיִם יָרְדוּ עֵינָי עַל לֹא שָׁמְרוּ תוֹרָתֶךָ", אלע בייגן זיך צו צום ספר תורה און מען בעט איבער די תורה, און מען נעמט זיך פאר גוטע קבלות, בעיקר אז מען וועט לערנען די הייליגע תורה; ווייל דאס איז דאס ערשטע זאך וואס מען פרעגט אויבן אין הימל ווען א נשמה קומט ארויף: "האסטו געלערענט תורה?" אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ:): "תחילת דינו של אדם, אלא על דברי תורה", דאס ערשטע זאך פרעגט מען אויב מען האט געלערנט תורה; ווייל אלעס איז תלוי אין דעם. אז מען לערנט תורה האט מען אלעס, מען ווערט פריי פון אלע שלעכטס, די הייליגע חכמים זאגן (אבות ו, ב): "אֵין לְךָ בֶן חוֹרִין אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה", ווער עס לערנט תורה ווערט פריי, "וְכָל מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה הֲרֵי זֶה מִתְעַלֶּה", און ווער עס לערנט תורה ווערט דערהויבן.


אלע האבן זיך צוגעבויגן ארומנעמען די ספר תורה, עס איז א גרויסע זאך ארום צו נעמען די ספר תורה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות כבוד, סימן ז): "חִבּוּק הַסֵּפֶר תּוֹרָה מְסֻגָּל לְכָבוֹד", דורך האלזן דעם ספר תורה איז מען זוכה צו כבוד; ווייל אז מען איז מכבד די ספר תורה, מיט דעם ווייזט מען אז מען האט ליב די תורה, איז מען זוכה צו כבוד אלוקי, מען ווערט נאנט צום אייבערשטן.


נאכן ארומגיין די שול האבן מיר געזאגט די שטיקל זוהר פון "קָם רַבִּי שִׁמְעוֹן סַלִיק יָדוֹי לְגַבֵּי עֵלָּא".


*כל נדרי*


מען האט ארויסגענומען צוויי ספרי תורות, איין ספר האט דער דיין שליט"א געהאלטן, און דער צווייטער ספר - דער מגיד שיעור אין שטעטל ר' ישראל יוסף שניצלער שליט"א. איך בין צוגעגאנגען צו תפילת כל נדרי; "על דעת המקום ועל דעת הקהל" דריי מאל, "כל נדרי" דריי מאל, מיטן הערליכן נוסח וואס איז אנגענומען בכל תפוצות ישראל. די ערשטע מאל הויבט מען אן שטילער און מען גייט אלץ העכער און העכער, "ונסלח" דריי מאל, און "סלח נא" מיטן נוסח וואס מיר זאגן אינדערפרי ביי "אדם יסודו מעפר". דער עולם שרייט אויס "ויאמר ה' סלחתי", די ברכה פון שהחיינו האבן מיר געזאגט מיט גרויס שמחה אז מיר האבן זוכה געווען צו קומען צו דעם טאג וואס דער אייבערשטער איז אונז מוחל אלע עבירות. מען האט צוריקגעלייגט די ספרי תורה און אנגעהויבן ברכו מיטן הערליכן נוסח, (קומענדיגע יאר שנת תשפ"ה וועט מען אויך זאגן קבלת שבת; יום כיפור וועט זיין אום שבת קודש).


נאך שטילע שמונע עשרה זאגן מיר די סליחות 'יעלה תחנוננו' מיט די שיינע זיסע ברסלב'ער נוסח; אוי ווי זיס די ווערטער פון די סליחות אינאיינעם מיטן נוסח - זענען, עס עפנט די הארץ, מען קען זיך אזוי גוט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן. נאכדעם זאגן אלע אינאיינעם 'שומע תפלה', און דער חזן פירט אויס: 'הנשמה לך' די נשמה איז דיינס, 'והגוף שלך', און דער גוף איז דיינס, בעטן מיר האב רחמנות, 'ה' עשה למען שמך', טו פאר דיין נאמען. נאכדעם זאגן מיר 'דרכך אלוקינו' חזן וקהל, 'למענך אלוקינו עשה' חזן וקהל, 'אמנם אשמינו' לאזט מען אויס, 'תעלה ארוכה' זאגט מען חזן וקהל, נאך 'ורב חסד לכל קוראיך' זאגט מען די סליחה פון 'סלח נא אשמות', אזוי איז נאכדעם די זעלבע, מען זאגט 'קל מלך יושב' און נאך 'לכל קוראיך' זאגט מען 'אמנם כן יצר סוכן', מען זאגט נישט 'אל תבוא' און 'כרחם אב'.


עס איז וויכטיג א בעל תפילה זאל זיך פארקוקן דאס דאווענען און די סליחות, די פירוש המילות. עס איז גאר אנדערש דאס דאווענען ווען מען קען די טייטש.


נאכדעם זאגט מען די פזמון 'כי הנה כחומר ביד היוצר'. די פיר פזמונים פון ליל כל נדרי 'יעלה תחנוננו', 'סלח נא', 'אמנם כן', 'כי הנה כחומר', אלע פיר פזמונים האבן הערליכע ברסלב'ער נוסחאות וואס מאכט אזוי בענקען צום אייבערשטן. דער בעל תפילה זינגט דאס הויך אויפן קול און דער עולם ברומט זיך אונטער מיט א גלוסטעניש צום אייבערשטן, נאכדעם זאגט מען סליחות, 'זכור רחמיך'. 'אל נא תשת' זאגט חזן וקהל, מען לאזט אויס 'אותך אדרוש', מען זאגט 'זכור לנו', 'שמע קולינו'. 'אתה מבין' לאזט מען אויך אויס, 'שמך מעולם' זאגט חזן וקהל, נאכדעם ענדיגט מען צו אלעס ביז נאך 'אבינו מלכינו', 'לדוד מזמור', און מען זינגט 'תתקבל' מיט א לעבעדיגע ניגון. נאך עלינו זינגען מיר 'אדון עולם' און מען זאגט די פיר ערשטע קאפיטלעך פון תהילים.


מיר זאגן שיר היחוד, מען שיקט צו צום עמוד יעדן 'יום' אן אנדערער בעל תפילה, און ביים סוף, די לעצטע יום פון 'אז ביום השביעי', האבן מיר געזינגען אינאיינעם.


*שחרית יום הקודש*


מיר הויבן אן דאס דאווענען מיט אנעים זמירות. מיין זון הרב שלמה נרו יאיר האט געדאווענט פסוקי דזמרה, ער האט פארגעזינגען אנעים זמירות מיט די חב"ד ניגון וואס זיי זינגען אויף אזמר בשבחין, דער בעל תפילה זינגט פאר און דער עולם ענטפערט, נאכדעם זינגט מען אדון עולם מיט די נוסח וואס אלע זינגען.


שחרית האב איך פארגעדאווענט, איך טראכט אז קומענדיגע יאר וועל איך מכבד זיין א צווייטן, ווייל אין אנהויב ווען איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש האט מיר דער גבאי געבעטן איך זאל דאווענען ביים עמוד, זיין דער שליח צבור, היות עס איז געווען א קארגער מנין, און קיינער האט נישט געוואלט דאווענען פארן עמוד, האט מען מיר געבעטן איך זאל דאווענען און אזוי האב איך געטון, איך האב געדאווענט פון כל נדרי ביז נאך נעילה פארן עמוד, אבער היינט איז די קהלה שוין גרויס און עס זענען דא שיינע בעלי תפילות, איז יא גוט עס זאל זיין צעטיילט דאס דאווענען. איך שרייב דיר דאס אלעס ווייל איך קוק ארויס אויף דיר דו זאלסט מיר העלפן אין שטעטל, זאלסט וויסן ווי צו פירן אין שטעטל, ווי אזוי אוועק צו שטעלן די בתי מדרשים עס זאל זיין אויף די ריכטיגע וועג.


מיר זאגן נישט די יוצרות פאר שמונה עשרה, נאר די ערשטע שטיקל 'אור עולם', 'סלח לגוי קדוש', חטאנו צורנו', חזן וקהל.


ביי הויכע שמונה עשרה זאגט דער בעל תפילה דעם הארציגן שטיקל 'אימיך נשאתי' הויך ווארט ביי ווארט, נאכדעם זאגן אלע 'אמצת עשור', און 'תאות נפש'. 'עד יום מותו' זאגט מען חזן וקהל, 'אנוש מה' לאזט מען אויס, 'אחדת יום זה בשנה' לאזט מען אויך אויס. 'מלך מאזין שועה' זאגט מען חזן וקהל און מען זאגט גלייך נאכדעם 'היום יכתב' חזן וקהל. 'אדר יקר אלי' לאזט מען אויך אויס', 'אימה בחר' לאזט מען אויך אויס, מען לאזט אויס אלעס ביז מען זינגט 'אמרו לאלוקים', אויך זינגט מען 'מעשה אלוקינו'. 'אשר אמץ' זאגט מען, 'על ישראל אמונתו' זינגט מען, נאכדעם לאזט מען אלעס אויס ביז 'האדרת והאמונה' - דאס זינגט מען, נאכדעם לאזט מען אלעס אויס ביז 'ליושב תהילות' דאס זאגט מען חזן וקהל, 'זה אל זה' זאגט מען אויך חזן וקהל, און נאכדעם זאגט מען 'לקל עורך דין', און מיר לאזן אויס דעם לאנגן שטיקל פון 'מי יתנה תקף', מיר גייען גלייך צו 'כתר'.


מיר זאגן נישט די סליחות צווישן 'ובכן'. נאך 'יעלה ויבוא' זאגט מען סליחות אבער נישט אלעס, מיר לאזן אויס 'אדברה' אויך לאזן מיר אויס 'אתה מבין', און מיר דוכנ'ען יום הקודש אויך ביי שחרית.


שבת און יום טוב זאגן מיר תיקון הכללי נאך תפילת מוסף, אבער ראש השנה און יום הקדוש זאגן מיר תיקון הכללי נאך שחרית. אויך שמחת תורה ווען מען ענדיגט שפעט און מען ווייסט אז נאך מוסף וועט נישט זיין דער עולם דערביי, זאגן מיר תיקון הכללי נאך שחרית.


מיר האבן נישט קיין מקוה אין ישיבה, אבער דו דארפסט וויסן, אלס גבאי אין שטעטל, צו אפן לאזן די מקוה. אויב איינער איז נכשל געווארן יום הקדוש מיט מקרה לילה - זאל ער זיך גיין טובל'ן. אזוי האט דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער געזאגט, אז מען זאל לאזן אפן די מקוואות, אז אויב איינער איז נכשל געווארן מיט מקרה לילה - זאל ער גיין אין מקווה.


*מוסף יום הקדוש*


מיר האבן געמאכט א שטיקל פאזע פאר מוסיף און א צווייטע פאזע פאר מנחה. מענטשן פרעגן 'וואס קען מען נישט מאכן איין גרויסע פאזע?' איך וועל דיר זאגן דעם טעם, איך וויל דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו מאכן אין שטעטל. איך האב פארשטאנען פון מוהרא"ש מען זאל צעטיילן דעם טאג, נישט מאכן איין גרויסע פאזע, ווייל יום כיפור איז נישט קיין צייט פון אהיים גיין פארברענגען, יום כיפור איז א טאג פון תשובה טון און אויסנוצן די צייט מיט דאווענען. אזוי אויך רופט מען אויס אביסל קערצער ווי מען מאכט, אז מען זאל בלייבן אין שול וד"ל.


איך האב געליינט קריאת התורה. זייט ר' מרדכי אינדיג האט זיך אריבערגעצויגן אין שטעטל האב איך אים איבערגענומען, איך האב געליינט מיטן נוסח וואס מען ליינט ימים נוראים, אבער ביי מנחה ליינען מיר נישט מיטן ימים נוראים נוסח. דער גבאי שבתי מארקוס האט פארקויפט די עליות, מיט די געלט האלטן מיר אויף די שול, מען פעינט איבער און מען פאררעכט דורכן יאר וואס עס פעלט זיך אויס. עס אזי א גרויסע זאך צו קויפן אן עליה, סיי דאס עולה זיין איז א גרויסע זאך, און סיי די צדקה פארן רבינ'ס שול איז א גרויסע זאך. האברך אברהם אלי' פרידריך האט מיר געקויפט שישי, איך האב געמאכט א מי שברך פאר אים און פאר זיין גאנצע משפחה, אויך פאר מיין טאטע מאמע, פאר מיין שווער און שוויגער און פאר מיין ווייב און קינדער.


איך האב אנגעהויבן 'אשרי יושבי ביתך' מיט די הארציגע נוסח פון 'אשרי העם יודע תרועה', נאכדעם 'הנני העני ממעש'. ביי הויכע שמונה עשרה זאגן מיר 'שושן עמק', 'יום מימים'. 'עוד בו נשמתו' זאגט מען חזן וקהל, 'צפה בבת' זאגן מיר נישט. 'נחשב כצג' זאגן מיר חזן וקהל, אזוי אויך זאגן מיר די גאנצע פזמון פון 'אשא דעי למרחוק' חזן וקהל. אויך זאגן מיר 'את לחשי' חזן וקהל, 'אדון לקול עמך' חזן וקהל. 'אמרו לאלוקים' זינגען מיר, 'מעשה אלוקינו' זינגען מיר. 'אשר אימתך' זאגן מיר, 'ליושב תהילות' זאגט מען חזן וקהל, 'אלו לאלו' חזן וקהל, נאכדעם 'ונתנה תקף' וכו'.


מנחה האט געדאווענט ר' שלמה לאנדא נרו יאיר, ער האט געדאווענט זייער הארציג, זייער שיין; ער האט געדאווענט מיטן סאטמערע נוסח, דער עולם האט זייער הנאה געהאט.


תפילת נעילה האב איך געדאווענט. איך ווער זייער נתעורר פון די פסוקים וואס מען זאגט ביי שמונה עשרה, ווי דער אייבערשטער ווארט מיר זאלן תשובה טון: "רוֹצֶה אַתָּה בִּתְשׁוּבָתָן שֶׁל רְשָׁעִים", דער אייבערשטער וויל מיר זאלן אלע תשובה טון, "וְאֵין אַתָּה חָפֵץ בְּמִיתָתָן", ער וויל נישט די רשעים זאלן שטארבן, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט, "אֱמֹר אֲלֵיהֶם, חַי אָנִי נְאֻם ה' אֱלֹקִים", איך שווער, זאגט דער אייבערשטער, "אִם אֶחְפֹּץ בְּמוֹת הָרָשָׁע", אויב איך וויל הרג'ענען דעם רשע, "כִּי אִם בְּשׁוּב רָשָׁע מִדַּרְכּוֹ", איך וויל ער זאל תשובה טון, "וְחָיָה", און בלייבן לעבן, "שׁוּבוּ שׁוּבוּ מִדַּרְכֵיכֶם הָרָעִים", קערט אייך צוריק אידישע קינדער, "וְלָמָּה תָמוּתוּ בֵּית יִשְׂרָאֵל", און פארוואס זאלט איר שטארבן, "וְנֶאֱמַר", און עס שטייט, "הֶחָפֹץ אֶחְפֹּץ מוֹת רָשָׁע", צו דען וויל איך שטראפן דעם רשע, ער זאל שטארבן? "נְאֻם ה' אֱלֹקִים", זאגט דער אייבערשטער, "הֲלוֹא בְּשׁוּבוֹ מִדְּרָכָיו", איך וויל ער זאל תשובה טון, "וְחָיָה", און בלייבן לעבן; אוי ווי זיס די ווערטער זענען, עס צעפלאצט די הארץ פון זיסקייט, ווי דער אייבערשטער בעט זיך ביי אונז, מיר זאלן תשובה טון און מיר וועלן לעבן.


מיר בלאזן נישט שופר אינמיטן קדיש; מיר ענדיגן קדיש, מען זינגט און מען טאנצט ביי תתקבל, מען פרייט זיך אז דער אייבערשטער האט אנגענומען אונזערע תפילות.


נאך קדיש - בין השמשות, פינקט עלף מינוט פארן רבינו תם - האט דער דיין שליט"א אויסגעשריגן: "תקיעה גדולה!" און איך האב געבלאזן איין תקיעה גדולה און אויסגעשריגן: "לשנה הבא בירושלים!" און האברך שמעון איינהארן איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מעריב.


קידוש לבנה איז נישט געווען, ביי אונז רעגנט די לעצטע וואך צייט; לאמיר האפן אז מיר וועלן קענען מאכן קידוש לבנה.


איך בין אהיים מאכן הבדלה, אויסגעפאסט און געגעסן א סעודה. איך האב זיך געלייגט שלאפן, איך בין געווען גוט אויסגעמאטערט פון דאווענען א גאנצן טאג, דריי אזייגער פארטאגס וועק איך זיך אויף, איך האב שוין נישט געקענט שלאפן, האב איך דיר אפגעשריבן אביסל פון אונזער שיינעם יום טוב, איך האף דו וועסט ארויסנעמען שיינע זאכן אויף לעובדא ולמעשה.


*וואס איז די פליכט פון א גבאי*


די שטעטל איז א וואונדערבארע פלאץ, אויב מיר וועלן זיך ליב האבן און זוכן די מעלות איינער ביים צווייטן וועלן מיר האבן ערליכע דורות און גרויס הצלחה, און דאס איז די פליכט פון די גבאים, אריינבלאזן א חיות און א פרייליכקייט אין דעם עולם, מען זאל טאנצן נאכן דאווענען, און אז מען זעט איינעם וואס קריגט זיך מיטן צווייטן - זאל מען אים פרייליך מאכן. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "עס זענען דא מענטשן וואס דרייען זיך ארום זייער צעבראכן פון די יסורים וואס זיי גייען אריבער און זיי קענען קיינעם נישט דערציילן וואס זיי ליידן. זיי וואלטן ווען געוואלט דערציילן פאר איינעם וואס זיי גייען אריבער, אבער זיי האבן נישט מיט וועמען צו שמועסן, און ווען זיי זעען א מענטש מיט א שמייכל, ווערן זיי אויפגעלעבט דורכדעם"; ביי דעם איז יעדער איינער א גבאי, יעדער איינער דארף זען עס זאל זיין שלום און ליבשאפט, און אז איינער האט זיך פארזויערט זאל מען יענעם פרייליך מאכן.


דער רבי ברענגט אראפ די מעשה (שם) וואס די גמרא דערציילט (תענית כב.) רב ברוקא איז געגאנגען אויפן גאס און ער האט געטראפן אליהו הנביא, האט ער געבעטן פון אליהו הנביא ער זאל אים ווייזן ווער דא עס האט עולם הבא, האט אים אליהו הנביא געוויזן אויף צוויי מענטשן: "זיי זענען מענטשן וואס וועלן זוכה זיין צו עולם הבא", איז רב ברוקא געלאפן צו זיי און געפרעגט: "זאגט מיר, וואס טוט איר?" האבן זיי געזאגט: "מיר זענען בדחנים; ווען מיר זעען אז מענטשן קריגן זיך, גייען מיר צו צו זיי און מיר מאכן זיי פרייליך מיט אונזערע ווערטלעך, ביז זיי ווערן פרייליך און מאכן שלום", דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו זיין בני עולם הבא; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן א צווייטן.


*ווערט נישט אלט*


טייערער ברודער, הארציגער חבר - האלט זיך פריש; בעט דעם אייבערשטן זאלסט בלייבן פריש, זיך מחי' זיין מיטן רבינ'ס עצות, גיין אין די וועגן פון רבי'ן, זיך מתבודד זיין יעדן טאג און זיך מחי' זיין מיט יעדע גוטע זאך, און לערנען שיעורים בכל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


אלס קינד פלעג איך זייער וויינען ביי 'אל תשלכינו לעת זקנה', איך האב געמיינט אז מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל נישט אלט ווערן; איך האב א טעות געהאט, איך האב געמיינט מען בעט מען זאל נישט ווערן אן אלטער איד, היינט וויין איך ביי דעם שטיקל איך זאל נישט אלט ווערן, נישט אין יארן, נאר וואס דער רבי זאגט, ווי רבי נתן ברענגט (לקוטי הלכות תפילין הלכה ה, אות ה): "הזהיר רבינו ז"ל על זה ואמר", דער הייליגער רבי האט אונז געווארנט און געזאגט "שאסור להיות זקן", מען טאר נישט זיין אלט, "הן צדיק זקן", נישט קיין אלטער צדיק, "הן חסיד זקן", נישט קיין אלטער חסיד, "זקן אינו טוב", אלט איז נישט גוט, "כי צריכים להתחיל בכל פעם מחדש", מען דארף זיך שטענדיג באנייען; עס איז זייער שרעקעדיג אז מען ווערט אלט, מען דארף זיין פריש אין עבודות השם.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער יעצט דארף איך גיין בויען מיין סוכה און זיך אנגרייטן פאר יום טוב סוכות.


אויך האבן מיר היינט א ברית אין ישיבה, ביי האברך דודי נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אנהאלטן אלע אונזערע קבלות, אים דינען מיט שמחה און נישט אויפהערן דאנקען און לויבן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אונז, בעיקר אז מיר ווייסן פון אזא רבי, מיר ווייסן פון אזעלכע עצות, און מיר זאלן זוכה זיין צו טון אין הפצה, האבן א שייכות מיט פארשפרייטן די עצות פאר די וועלט, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה.

#2 - די הרגשה פון א שבת צווישן אנשי שלומינו
שידוכים, התחזקות, הפצה, רפואה, תהלים, עבודת השם, סיום, שבת קודש, תכלית, ראש ישיבה, פירושים, קידוש לבנה, אבות ובנים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה איז געווען הערליך שיין, קענסט זיך נישט פארשטעלן די הרגשה וואס מען שפירט ווען מען איז א שבת צווישן אנשי שלומינו; די תמימות, די שמחה פון שבת קודש - איז אזוי שטארק. איך וועל דיר שרייבן אויפ'ן שפיץ גאפל אפאר שיינע זאכן וואס איז געווען ביי אונז.


פרייטאג צו נאכטס נאך די סעודת ליל שבת זענען זיך צאמגעקומען בחורים ביי מיר אין שטוב, מען האט געזינגען זמירות שבת און גערעדט התחזקות. עס איז געווען זייער פרייליך, די וואך איז געווען נאך א שידוך אין ישיבה, דער חתן איז ארויפגעקומען צו די באטע. איינער פון די בחורים האט זיך אנגערופן: "דער ראש ישיבה זאל געבן חיזוק פאר די בחורים וואס דארפן שידוכים", האבן מיר גערעדט אז דאס איז דאך די גרעסטע חיזוק, אז מען זעט א צווייטן א חתן ווערן. ווען מען זעט א צווייטן מאכן א שמחה; א שידוך, אדער קינדער - איז דאס די גרעסטע חיזוק צו זען ווי דער אייבערשטער מאכט ניסים, דאס געבט חיזוק אז איך וועל אויך האבן א ישועה.


שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען האב איך נישט פארגעלערנט, איך בין געווען זייער פארקילט. איך בין נאכאלץ פארקילט, איך היס זייער שטארק, עס איז מיר שווער דאס רעדן. נאכן דאווענען ביי די קידוש האב איך יא פארגעלערנט ספורי מעשיות, איך האב זיך זייער אנגעשטרענגט, איך האב אסאך געהיסט, אבער ברוך ה' עס איז געווען שיינע התחזקות.


מיר האלטן ביי די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג), דער רבי דערציילט, אמאל איז געווען א גרויסע יריד אין א גרויסע שטאט, זענען אהינגעגאנגען אלע בעטלערס און די קינדער זענען אויך אהינגעגאנגען. האבן די בעטלערס געטראכט 'אפשר קען מען מאכן א שידוך צווישן די צוויי קינדער?' האבן מיר גערעדט, דער רבי ווייזט אונז דא אז מען קען זיין אינמיטן מארק, אינמיטן מאכן געשעפטן - און עוסק זיין אין די העכסטע זאכן. מענטשן טראכטן 'א איד קען מען זיין נאר אין בית המדרש, אין ישיבה, אין כולל, אבער אז מען דריידט זיך אין מארק, מען דריידט זיך צווישן אומות העולם, מען האנדלט - קען מען נישט זיין אן עובד השם'; דא זעען מיר אז דיקא אין מארק איז געווארן די שידוך פון די הייליגע קינדער.


דער רבי לערנט אונז מיר זאלן בענקען און גליסטן צום אייבערשטן סיי וואו מיר זענען; סיי אין שול, סיי אין מארק; מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן וואו מיר געפונען זיך, סיי אין שול און סיי אין גאס צי אין מארק.


ביי שלש סעודות איז געווען זייער פייערדיגע דיבורים. מיר האבן גערעדט, עס שטייט אין פסוק (בראשית ו, ט): "אֶת הָאֱלֹקִים הִתְהַלֶּךְ נֹחַ", נח איז געגאנגען מיט'ן אייבערשטן; וואס מיינט דאס ער איז געגאנגען מיט'ן אייבערשטן? ווי אזוי גייט מען מיט'ן אייבערשטן? נאר מיט'ן רבינ'ס ווערטער קען מען דאס פארשטיין. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן א): "כִּי אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי צָרִיךְ תָּמִיד לְהִסְתַּכֵּל בְּהַשֵּׂכֶל שֶׁל כָּל דָּבָר, וּלְקַשֵּׁר עַצְמוֹ אֶל הַחָכְמָה וְהַשֵּׂכֶל שֶׁיֵּשׁ בְּכָל דָּבָר, כְּדֵי שֶׁיָּאִיר לוֹ הַשֵּׂכֶל שֶׁיֵּשׁ בְּכָל דָּבָר לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל־יְדֵי אוֹתוֹ הַדָּבָר", א איד דארף שטענדיג אויפזוכן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך, דאס הייסט, וואס ער טוט זאל ער טראכטן צי איז דאס די ווילן פונעם אייבערשטן; אויב איז דאס רצונו יתברך  - זאל ער דאס טון און אז נישט - נישט. אזוי אויך, וואס ער זעט און וואס ער הערט זאל ער טראכטן אז דאס איז פאר אים א רמז ווי אזוי זיך צו פירן. דער רבי זאגט (שם) דאס ווערט אנגערופן אות ח', מען לעבט, חיות; מען זעט אין יעדע זאך דעם אייבערשטן. אבער די מדריגה, צו זען אין יעדע זאך דעם אייבערשטן - איז זייער א גרויסע מדריגה, מען דארף האבן א לייטער צו קענען צוקומען צו דעם; אז מען בעט דעם אייבערשטן און מען גלייבט אז אין יעדע זאך איז דא חיות אלוקותו יתברך - דעמאלט קומט מען אן צו שפירן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך, דאס איז די אות נ', ביידע אינאיינעם איז די אותיות נח; דאס זאגט די תורה, נח איז געגאנגען מיט'ן אייבערשטן, ער האט אין יעדע זאך געקוקט וואס איז די ווילן פונעם אייבערשטן.


דער רבי ברענגט אונז הויכע מדריגות, זאכן וואס איז געמאכט פאר גרויסע צדיקים - ברענגט דער רבי פאר אונז קליינע מענטשעלעך, מיר זאלן אויך ארומגיין בענקען און גליסטן צום אייבערשטן און אויפזוכן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך.


מוצאי שבת האבן מיר געמאכט קידוש לבנה, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפג) מען דארף נישט ווארטן קיין ז' שלמים, מען קען שוין מאכן נאך דריי טעג.


נאכדעם איז געווען אבות ובנים. דער מלמד ר' יחזקאל סאמעט נרו יאיר מאכט זייער שיין די אבות ובנים, מען טיילט אויס פאר די קינדער וואס לערנען מיט די טאטעס - טיקעטס, נאש מיט פרסים. איך האב געלערנט מיט מיינע קינדער, אויך האב איך פארגעלערנט דעם בלאט גמרא.


מלוה מלכה האב איך נישט געגעסן מיט די בחורים, עס איז מיר שווער צו זיצן מיט מענטשן און היסן אין זייער פנים. אבער מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א איז אריבערגעקומען מיר ברענגען נחת, ער האט געמאכט א סיום משניות, די זעקס און פופציגסטע מאל. ביים סוף האב איך שוין זייער געהיסט, האבן מיר געבענטשט.


 אזוי אויך וועל איך נישט אויפנעמען היינט קיין קאפלס, ווייל איך היס זייער שטארק, איך קען נישט זיצן און היסן פאר מענטשן אין זייער פנים; בעט פאר מיר איך זאל האבן א גאנצע רפואה.


איך טו וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט צו טון, טרינקען טיי און זאגן תהילים; איך טרינק טיי און איך זאג כי טוב ה' לעולם חסדו, קאפיטל ק' - מזמור לתודה.


איך וויל ענדיגן מיט א קליינע שיינע זאך וואס מוהרא"ש פלעגט דערציילן. איינער האט דערציילט פאר א צווייטן, די יאר ראש השנה האב איך זייער שטארק געוויינט ביי די ווערטער: "אדם יסודו מעפר" א מענטש קומט פון ערד, "וסופו לעפר" און ער גייט צוריק צו ערד; פרעגט אים זיין חבר: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער? מילא ווען דו וואלסט באשאפן געווארן פון גאלד און ביים סוף גייט מען דיר לייגן אין ערד - איז דא וואס צו וויינען, אבער א זאך וואס קומט פון ערד און עס גייט צוריק צו ערד און דו האסט נאך אריינגעכאפט אינדערמיט בלעטער גמרא, אנגעטון טלית און תפילין און זיך מתבודד געווען צום הייליגן באשעפער - וואס איז דא צו וויינען...?"


דאס איז ממש אין קורצן וואס מוהרא"ש האט אלע יארן אונז געלערנט, מיר קומען פון ערד און מיר גייען באלד צוריק צו די ערד; און וואויל איז דעם וואס כאפט אריין, נישט א גלעזל וואדקא, נאר א פרק משניות און א בלאט גמרא און הפצה - אשרי לו!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - דער בעל תפילה איז אזוי ווי א דרייווער
חינוך הילדים, שבת קודש, שלום, דאווענען, חבורות, שלש סעודות, בעל תפלה, אחדות, קידוש לבנה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בלק, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד חבורת היכל הקודש בית שמש, ה' עליהם יחיו


איך באקום גוטע גריסן פון ענקער חבורה, פון די אחדות צווישן ענק, פון די שמחה וואס הערשט ווען איר קומט זיך צוזאמען.


איך וויל בעטן די גבאים זאלן אכטונג געבן עס זאל זיין בעלי תפילות וואס דאווענען געשמאק; מען קען נישט צושיקן אבי ווער זאל אפכיפערן דאס דאווענען. דער בעל תפילה דארף דאווענען געשמאק, איינגענעם, מיט א זיסקייט; דער בעל תפילה איז אזוי ווי א דרייווער, אז דער דרייווער פארט ווילד - ווערן אלע אויפגעשאקלט, מען ווערט נאושעס; אזוי אויך א בעל תפילה קען נישט אפכאפן דאס דאווענען, מען דארף דאווענען געשמאק, נישט אויסציען און נישט כיפערן.


עס איז בעסער איר זאלט צושיקן אינגעלייט פאר בעלי תפילות, נישט קיין בחורים; אויב איז נישטא קיין פאסיגע בעלי תפילות קען מען צושיקן א בחור.


מיר זענען זייער מקפיד אויף זמן רבינו תם, חס וחלילה צו טון מוצאי שבת א מלאכה פאר'ן זמן רבינו תם; אבער דאווענען מעריב קען מען שוין אביסל פאר'ן זמן. אזוי פלעגט זיין ביי מוהרא"ש, ער האט שוין געדאווענט אביסל פריער, און הבדלה איז געווען גלייך ביים זמן רבינו תם.


מען דארף נישט ווארטן אויף ז' ימים צו מקדש זיין די לבנה; מוהרא"ש פלעגט נישט ווארטן אויף זיבן טעג, און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו.


בנוגע ווער עס זאל פארלערנען ביי שלש סעודות; מען קען מאכן יעדע וואך זאל א צווייטער פארלערנען. אזוי האבן מיר אנגעהויבן דעם בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג, יעדע וואך האט א צווייטער פארגעלערנט. מען איז געזיצן אין א רינג ארום דעם טיש, יעדער האט געהאט זיין מקום קבוע, און יעדע וואך האט א צווייטער פארגעלערנט, עס האט געהאט אלע טעמים. מען האט געלערנט שיחות הר"ן; דער ערשטער האט אנגעהויבן שיחה א', דער צווייטער שיחה ב', אזוי האבן מיר געלערנט ביז מיר האבן מסיים געווען שיחות הר"ן. דערנאך זענען מיר געגאנגען צו חיי מוהר"ן, ביז שפעטער האט מוהרא"ש ממנה געווען איינעם צו רעדן, און נאכדעם האט מיר מוהרא"ש געזאגט איך זאל רעדן.


אויך איז כדאי איינער זאל זיך אפגעבן מיט די קינדער, זיי זאלן דאווענען און זינגען זמירות.


איין זאך קען איך אייך זאגן: "אויב איר וועט זיך ליב האבן - וועט איר זייער מצליח זיין".


א גוט שבת.