בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך שרייב דיר דעם בריוו נאר ווייל דו האסט מיר געבעטן איך זאל דיר זאגן און זיך נישט צוריק האלטן וכו'.
איך האב דיך ליב, איך וויל אזוי שטארק דיין לעבן זאל זיין געבויעט מיט יראת שמים; וויל איך דיר בעטן זאלסט נישט מאכן קיין פארטי אין די צייט וואס מיר זיצן אין שול ביי שלש סעודות. מיר פירן זיך שבת נאכמיטאג נאך מנחה צו זיצן אינאיינעם, מען וואשט זיך צו די דריטע סעודה, מען זינגט זמירות און מען רעדט שיינע התחזקות, עס איז נישט קיין צייט פון ארויסגיין פון שול און זיך צאמזעצן אפאר חברים און רעדן וואס מען רעדט, נישט פאר דעם האב איך מייסד געווען קרית ברסלב, און נישט פאר דעם דארפסטו דא וואוינען.
איך בעט דיר פון מיין הארץ – זיי מבטל די זאך, עס איז דא גענוג צייט ווען מען קען זיך טרעפן מיט חברים, יעדע זאך האט זיין צייט; שלש סעודות איז א הייליגע צייט, דער הייליגער ישמח משה זאגט (ישמח משה, פרשת וזאת הברכה) אז דער שטן קען נישט אריינקומען אין שול ביי שלש סעודות פון גרויס קדושה, בלייב אין שול. (אפשר איז כדאי זאלסט אראפקומען צו אונזער שול אין האשקי, ווי איידער זיצן און רעדן וואס מען רעדט), זינג זמירות, הער זיך צו די שיחות והתחזקות פון רבי'ן, וועסטו האבן א יראת שמים לעבן.
פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.