בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב
שטארק זיך און זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, אריינברענגען אין די וועלט דעם הייליגן רבינ'ס עצות אויף די וועג ווי אזוי מיר האבן דאס מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. די נייע וועכנטליכע קונטרסים, עצתו אמונה, איש אמונות - זענען מחי' טויזנטער אידן איבער די גאנצע וועלט; דו האסט נישט קיין אנונג וואס דאס טוט, וויפיל מענטשן באקומען לעבן פון דעם.
איך וויל דיר זייער בעטן, עס איז ענדערש דו זאלסט זיך אריינלייגן צו ענדיגן די מעשה'לעך פאר קינדערלעך - ווי אנדערע זאכן. ווייל די מפיצים זאגן פה אחד אז די קונטרס "מעשה'לעך פאר קינדערלעך" גייט די מערסטע ביי די הייזער, אלע נעמען דאס.
וויל איך דיר בעטן, היות דו האסט זיך פארגענומען דאס יאר ארויסצוגעבן יעדע חודש א פרישע ספר, זאלסטו לייגן אלעס אין דער זייט און ארויסגעבן יעדע חודש נאך א מעשה'לעך. דאס וועט אריינברענגען אין קינדער אמונה מיט יראת שמים; די מעשיות זענען נישט סתם מעשיות, די מעשיות זענען מעשיות וואס יעדע קינד קען נאכמאכן, מעשיות פון צדיקים ווי אזוי די צדיקים זענען געווארן צדיקים. זארג נישט פאר געלט, איך וועל דיר העלפן דאס דרוקן.
דא האסטו נאך א מעשה פאר די עצתו אמנה פאר קינדער.
די נאמען פון די מעשה איז "אלעס האט א חשבון".
אההה קוק... די פייגל איז טויט...!
פינקט ווען דער בעל עגלה האט אויפגעהויבן די רוט צו שמייסן די פערד - איז דאס פייגן אריבערגעפלויגן און געכאפט א שמייס פונעם רוט און איז אראפגעפאלן טויט... אזוי אינטערעסאנט...
די מעשה האט פאסירט ווען דער הייליגער צדיק רבי נחום פון טשערנאביל זכותו יגן עלינו איז אמאל געקומען צו פארן קיין מעזיבוזש צום ציון פון זיין הייליגע רבי, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו.
דער צדיק וויינט ביים קבר פון בעל שם טוב, ער בעט דעם אייבערשטן פאר אידישע קינדער, אלע אידן זאלן האבן פרנסה, אלע אידן זאלן זיין געזונט און האבן ישועות. דער קבר פון בעל שם טוב איז זייער הייליג, עס קומען אהין זייער אסאך אידן מתפלל זיין.
ווען דער הייליגער צדיק רבי נחום טשערנאבלער איז ארויף אויפ'ן וואגן אהיים צו פארן איז דער רבי געשטאנען פון דער זייט און געקוקט אויפ'ן הייליגן צדיק, און אין די מינוט וואס דער בעל עגלה האט אויפגעהויבן די רוט צו שמייסן די פערד - איז אריבערגעפלויגן א פייגל, עס האט געכאפט דעם שמייס און איז אראפגעפאלן טויט, דער הייליגער רבי רופט זיך אן הויך: "עס איז אים געקומען".
ווען דער צדיק רבי נחום מטשערנאביל האט דאס געהערט איז אים דאס זייער געפאלן, און ער האט געזאגט דאס וואס שטייט אין פסוק אויף דוד המלך: "יְפֵה עֵינַיִם", ער האט געהאט שיינע אויגן, "וְטוֹב רֹאִי", און א גוטע אויסזען, דאס איז געזאגט געווארן אויף דעם קינד, ווייל ער זעט גוט; ווייל די פייגל איז געווען א גלגול פון א נשמה וואס האט יעצט באקומען איר תיקון.
פון די מעשה זען מיר אז יעדע זאך האט א חשבון, קיין שום זאך פאסירט נישט נאר אויב דאס איז אנגעשריבן פון הימל עס זאל אזוי פאסירן, און דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו, ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד - האט ער שוין געזען וואס טוט זיך מיט נשמות און גלגולים.
אזוי אויך מיר, אפילו מיר זעען נישט די זאכן, אבער מיר דארפן האבן א שטארקע אמונה צו גלייבן און פארשטיין, אזוי ווי די פייגל האט געכאפט א שמייס און געשטארבן - איז דאס איר געקומען, אזוי אויך יעדע זאך וואס פאסירט - האט א חשבון, און מיר זאלן קיינמאל נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן.
אלע קינדער זינגען אינאיינעם: "באשעפער איך בעט דיר, איך זאל אייביג נאר גיין צו דיר, און נישט האבן קיין קשיות אויף דיר".
בעט דעם מעלער ער זאל מאכן א בילד ווי מען זעט א וואגן, א בעל עגלה מיט א רוט. דער צדיק זיצט אין וואגן, נעבן וואגן שטייט א קינד מיט צוויי שיינע פיאות, און א פייגל אין די לופט איבערגעדריידט און פאלט אראפ נעבן די רוט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.