בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, ערב ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו
בשורה טובה פאר אנשי שלומינו, איך האב געעפנט א דזשים אין שטעטל, א פלאץ וואו מען קען מאכן עקסערסייז פאר די נשמה.
די פלאץ איז אין שול; מען קען קומען יעדן אינדערפרי לערנען און דאווענען, זיך אויפבויען די נשמה; מען זאל האבן א געזונטע נשמה, א שטארקע נשמה.
אויך ווערט די גוף אויפגעבויט און געזונט, עס ווערט זייער שטארק. אזוי זאגט די תורה (משלי א, ג): "כִּי לִוְיַת חֵן הֵם לְרֹאשֶׁךָ", אז מען לערנט תורה - ווערט די קאפ געזונט און בא'חן'ט, "וַעֲנָקִים לְגַרְגְּרֹתֶךָ", אז מען לערנט תורה - ווערט די האלז געזונט און באצירט. נאך שטייט (שם ג, ח): "רִפְאוּת תְּהִי לְשָׁרֶךָ", אז מען לערנט תורה ווערט די בויך אויסגעהיילט, "וְשִׁקּוּי לְעַצְמוֹתֶיךָ", און אז מען לערנט תורה ווערן די מארך פון די ביינער געשטארקט (עירובין נד).
איך בעט דיר זייער, נישט וואס יעדער איינער טוט - דארפסטו נאכטון. ענדערש קום מאכן עקסערסייז אויף דיין נשמה, בוי אויף דיין נשמה. קום אין שול לערנען, מאך נאך די אינגעלייט וואס קומען אין שול, וואס זענען זיך קובע עתים לתורה. דער גוי האט נישט קיין תורה, האט נישט קיין מקוה און נישט קיין דאווענען - גייט ער אינדערפרי אויפבויען זיין קערפער, דער גוי האט נישט קיין עתיד, ביי אים איז דער גוף די גאנצע לעבן, לויפט ער אינדערפרי טון דאס. דו ביסט א איד, דו האסט א נשמה - קום אין שול, זיי זיך קובע עתים לתורה.
מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים - וועט מען דיר נישט קענען פארנארן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס) דער וואס האט געטרינקען פון די אונגארישע וויין - אים קען מען נישט פארנארן.
גיי אביסל התבודדות, גיי שפאצירן הינטער דיין שטוב, רעד זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער, געב מיר אביסל שכל, איך זאל געדענקען וואס איז תכלית, וואס וועט בלייבן פון מיר".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.