בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי', קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
לעגינגס איז פריצות, פינקט ווי הויזן איז פריצות פאר א פרוי - איז לעגינגס פריצות; אויסער דעם וואס עס איז גועל נפש, א גרויל צו זען אידישע פרויען, הייליגע נשמות - זיך אנטון אזוי.
טוט אויס די פריצות – וועט איר זען ישועות. פריצות איז שווארצע מלאכים, קליפות און שדים, זיי ברענגען די צרות אין שטוב, א אידישע פרוי טאר נישט גיין מיט דעם.
אויך ווען מען מאכט איבונגען (עקסערסייז) - זאלט איר נישט גיין מיט דעם, דאס איז תורת לאקשן אז מען דארף אנטון הויזן ביים מאכן איבונגען (עקסערסייז) צוליב צניעות. חס ושלום גיין מיט הויזן; נישט ביים שלאפן, נישט ביים טאנצן, קיינמאל נישט.
מוהרא"ש שרייבט אין א בריוו פאר די פרויען אין יבנאל, כ"ב טבת תשע"ה: "אני מאד מאד מבקש אותך", איך בעט דיר זייער שטארק, "שתתחזקי יותר ויותר בעניני צניעות", זאלסט זיך שטארקן מיט צניעות, מיט זיין איידל, ווייל דאס היט אונז פון שלעכטס. צניעות היט אפ אידישע טעכטער פון אלע קרענק.
מוהרא"ש שרייבט ווייטער, אזוי שרעקעדיג: "ואני תולה את מחלת אשתי תחי'", איך מאך זיך א חשבון, אויף וואס איז מיין ווייב נישט געזונט געווארן מיט די ביטערע קרענק השם ישמרינו, "מפני שלא עוררתי אותך יותר ויותר בעניני צניעות", ווייל איך האב נישט גענוג מחזק געווען די פרויען אין צניעות.
מוהרא"ש בעט ווייטער אין די בריוו: "ולכן אני מאד מבקש אותך", דעריבער בעט איך דיר זייער, "לקבל על עצמך להתחזק בצניעות", זאלסט זיך פארנעמען זיך צו שטארקן אין צניעות; טו עס פארן אייבערשטן, צו גיין איידל אזוי ווי עס פאסט פאר א אידישע טאכטער, זאלסט אלץ גיין צוגעדעקט דיין קאפ, "שזה היופי והחן של אשה יהודית", וואס דאס איז די אידישע חן, די אידישע שיינקייט. "ואפילו אם את הולכת עם פאה", און אפילו דו גייסט מיט א שייטל, "תקפידי מאד מאד שהפאה תהיה פאה צנועה וכו'", זאלסטו זיך זייער אכטונג געבן צו גיין מיט אן איידעלע שייטל, "לא ארוכה כמו שידה וכו'", עס זאל נישט זיין לאנג אזוי ווי די שדים גייען, "ולא עם צמות וכו'", און נישט מיט קיין ברעיד"ס, "שזה באמת לא צנוע", ווייל דאס איז נישט איידל, און א אידיש קינד דארף זיך זייער דערווייטערן דערפון. מיין נישט אז צניעות איז א חומרא, דער סמ"ק זאגט (מצוה נ"ז) אז צניעות איז א מצוה דאורייתא, עס איז נישט עפעס א חומרא.
מוהרא"ש שרייבט ווייטער: "וכן תשמרי מאד מאד לא ללכת עם בגדים קצרים מעל הברך", זאלסט זיך זייער היטן נישט צו גיין קורצע קליידער העכער די קני, "או בגדים צמודים", אדער אויסגעפאסטע קליידער, "או שקופים וכו' וכו', שזה מגעיל מאד", ווייל דאס איז אן עקל און א גרויל, "ומגרש את השכינה מסביבותיך וכו' וכו'", עס פארטרייבט די שכינה הקדושה פון זיין נעבן דיר, און די פרוי וואס איז נישט מקפיד אויף דעם, ארום איר דרייען זיך אלפים ורבבות קליפות ומשחיתים וכו', צענדליגער טויזנטער קליפות און שדים וואס ברענגען צרות, "ולכן אני מאד מבקש אותך, תהי אשה צנועה כמו שראוי לבת ישראל", איך בעט דיר זייער שטארק, זיי איידל אזוי ווי עס פאסט פאר א אידישע טאכטער, "ועל ידי זה תמשיכי על עצמך חן וחסד", דורכדעם וועסטו האבן חן און חסד, "ולא יחסר לך שום דבר", און עס וועט דיר גארנישט פעלן.
וואס נאך איז דא צוצולייגן אויף אזא הארציגע בריוו, ווי מוהרא"ש בעט זיך צו אונז, ער וויל עס זאל אונז זיין גוט.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.