בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער, שטארק זיך זייער מיט אמונה, זיי מקבל אויף זיך אלעס וואס דער אייבערשטער מאכט. מיר ווייסן נישט דעם אייבערשטנ'ס דרכים; דאס וואס דו גייסט אריבער, די שרעקליכע פיין, דאס איז זיכער אז דער אייבערשטער האט דיך ליב און ער וויל דיר נאר מאכן גוט, און פארוואס דו דארפסט אזוי ליידן? דאס איז פון די באהאלטענע זאכן וואס מיר ווייסן נישט.
זיי גוט-מוטיג, לאז זיך נישט פאלן; וואס ווייסטו וואס דו קומסט אפ מיט די יסורים? די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (שוחר טוב, צד): "צֵא וּרְאֵה, אֵי זֶה מֵהֶן מְבִיאָה לְחַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא", וואס ברענגט דעם מענטש ער זאל זוכה זיין צו זיין א בן עולם הבא? "הֱוֵי אוֹמֵר, הַיִּסּוּרִין", ליידן יסורים, "שֶּׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְיַחֵל שְׁמוֹ עַל מִי שֶׁיִּסּוּרִין בָּאִין עָלָיו", ווייל דער אייבערשטער איינציגט און מאכט רוען זיין נאמען אויף די מענטשן וואס ליידן ווייטאג.
נאך זאגן זיי (ברכות ה.): "כֹּל שֶּׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא חָפֵץ בּוֹ", וועם דער אייבערשטער האט ליב, "מְדַכְּאוֹ בְּיִסּוּרִים", ברענגט ער אויף אים יסורים, "וְאִם קִבְּלָם בְּאַהֲבָה", און אויב מען נעמט דאס אן מיט ליבשאפט, "יִרְאֶה זֶרַע", וועט מען זען דורות, "יַאֲרִיךְ יָמִים", מען וועט האבן אריכות ימים.
נאך זאגן די הייליגע חכמים (שבת פח:): "עוֹשִׂין מֵאַהֲבָה", די וואס דינען דעם אייבערשטן מיט ליבשאפט, "וּשְׂמֵחִים בְּיִּסּוּרִין" און זיי האבן נישט קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן, זיי פרייען זיך מיט וואס דער אייבערשטער טוט מיט זיי, "עֲלֵיהֶן הַכָּתוּב אוֹמֵר" אויף זיי זאגט דער פסוק (שופטים ה, לא): "וְאֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבֻרָתוֹ", זיי זענען די ליבהאבער פונעם אייבערשטן, עיין שם.
דיינע קינדער זארגן זייער פאר דיר, זיי בעטן מיר איך זאל דיר שרייבן, איך זאל דיך מחזק זיין. דו האסט טייערע קינדער, זיי לערנען און דאווענען און פירן זיך מיט יראת שמים. איך פרוביר צו מאכן פאר זיי שידוכים, איך האף צו זיין דער גוטע שליח פון הימל זיי צו העלפן.
אז דו קענסט נישט אראפגיין פון בעט, דו קענסט זיך נישט באוועגן - זאלסטו דארט רעדן צום אייבערשטן, דער אייבערשטער געפונט זיך נעבן דיר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת יב:): "שְׁכִינָה לְמַעְלָה מְרַאֲשׁוֹתָיו שֶׁל חוֹלֶה", די שכינה רוט אויפ'ן קאפ פונעם חולה; רעד צום אייבערשטן אין בעט, שמועס מיט אים, און בעט אים ער זאל דיר געבן כח צו קענען ביישטיין און נישט האבן קיין קשיות אויף די אמונה.
דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן, זאלסט וויסן אז דער אייבערשטער האט דיך ליב, און דאס וואס גייט אריבער - דאס איז זאכן וואס מיר קענען נישט פארשטיין.