בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי "בית פיגא" תלמידות דארפן זיך פירן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שידוכים, דרך ארץ, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די טייערע בית פיגא תלמידות שתחיו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט אכטונג געבן איינער אויפ'ן צווייטן, איר זאלט טראכטן פאר איר רעדט און ווי אזוי איר רעדט; איר זאלט קיינמאל נישט שטעכן א צווייטן.


נוצט אויס די וואכן וואס איר געפונט זיך צווישן די בערג און ביימער, איר וועט זיך בענקען א גאנץ יאר צו די צייט. דער זומער גייט פארביי, מען פארט שוין צוריק - יעדער צו זיין וואוינארט; איר וועט זיך בענקען צו דעם שיינעם זומער.


שפאצירט מיט'ן אייבערשטן; יעדע מיידל זאל זיך מאכן אביסל צייט צו שפאצירן אין קעמפ מיט'ן אייבערשטן. דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה התבודדות, מען זאל שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף מאמע לשון, אים אלעס דערציילן, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטע פריינט.


ווען מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן דארף מען שוין גארנישט אויף די וועלט; מען שפירט זיך מער נישט אליין, מען שפירט זיך ארום גענומען מיט'ן אייבערשטן, מען שפירט א זיסע טעם אין לעבן, מען איז פרייליך און צופרידן.


איך בעט אייך נאכאמאל רעדט נישט צווישן זיך פון בחורים, מאכט אייך נישט קיין אייגענע שידוכים; איך ווייס אז איר ווילט שוין זייער חתונה האבן, איר ווילט אנהייבן לעבן, איר זענט קלוג און שארף צו וויסן אז לעבן איז נישט חבר'טעס, איר שפירט ווי איר קענט מער נישט; דאך בעט איך אייך איר זאלט זיך פירן איידל און נישט רעדן צווישן זיך פון שידוכים. אז עס פאלט אייך איין א שידוך קענט איר דאס דורך רעדן מיט אייערע עלטערן אדער מיט אייער חשוב'ע מנהלת; צווישן זיך זאלט איר רעדן נאר קלוגע זאכן און שיינע איידעלע רייד.


נישט אלעס וואס מען זעט פון אינדרויסן איז אזוי ווי עס זעט אויס, א זאך קען אמאל אויסזען גלאנציג און בליטשקעדיג פון אינדרויסן אבער אינעווייניג איז עס נישט געזונט, עס איז פארפוילט. איך געדענק ווי מוהרא"ש האט אמאל גערעדט מיט א מיידל וועגן א שידוך אבער די מיידל האט נישט געוואלט דעם שידוך, זי האט געוואלט עפעס שענערס וכו', האט מוהרא"ש איר געזאגט: "איך בעט דיר, געב אכטונג זאלסט נישט ווערן אריינגענארט מיט א מאן וואס וועט דיר נישט פארגינען דאס לעבן, ער וועט דיר נישט פארגינען א באטל סאודע..." שפעטער האט זיך דאס ווייבל גע'גט ווייל זי האט גענומען וואס איז שיין פון אינדרויסן, אבער באמת איז דאס געווען א באטל ווערעם, ער האט איר געפייניגט און געשלאגן.


נאך איין זאך בעט איך אייך, איר דארפט אהיים רופן יעדן טאג. כיבוד אב ואם איז נישט קיין קליינע מצוה, כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה און ווען מען איז נאך קינדעריש כאפט מען נישט דאס גרויסקייט פון די מצוה.


איך האף אז איר שעמט זיך נישט מיט אייערע עלטערן; בעט דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן אייער מאמע, נישט קוקן אויף איר ווי זי איז אלטמאדיש. וואס וועט איר טון ווען אייערע קינדער וועלן קוקן אויף אייך ווי אלטמאדישע מענטשן, זיי וועלן נישט וועלן רעדן מיט אייך, זיי וועלן נישט וועלן גיין צו שמחות וואו איר זענט, זיי וועלן זיך שעמען מיט אייך? וואס וועט איר טון? דעמאלט וועט איר טראכטן: 'א שאד איך האב דאס געטון צו מיין מאמע'.


איר דארפט יעדן טאג אהיים רופן, און די מיידלעך וואס וואוינען דא אין שטעטל דארפן בעטן רשות יעדן טאג אהיים צו גיין העלפן די עלטערן מיט די שטוב ארבעט; דאס איז אונזער קעמפ, דאס איז אונזער פארגעניגן - צו העלפן די עלטערן.


איך וועל זיך פרייען אז איר וועט מיר שרייבן בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.