בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי מער מען איז מחזק אנדערע, אלץ מער כח באקומט מען
חברים, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, חסידות ברסלב, בושה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך מיט די הייליגע ארבעט פון צאמנעמען נשות אנשי שלומינו - זיי מחזק זיין; נישטא קיין גרעסערע תענוג ביים אייבערשטן, צו זען ווי מען טוט פאר אנדערע אידן.


דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו האט נאכגעזאגט פון זיין רבי'ן דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו, וואס ער האט דאס געהערט פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט און לעבט דא אפ א זיבעציג אכציג יאר - נאר כדי א טובה טון פאר א צווייטן איד"; דאס מיינט צו זאגן "עס לוינט זיך צו לעבן זיבעציג יאר א טובה צו טון פאר א צווייטן", ווען מען שיינט אריין אין א צווייטן אביסל שכל, אביסל דעת; יענער זאל שפירן דעם אייבערשטן - מיט דעם טוט מען יענעם א טובה בזה ובבא.


שטעלט נישט אפ אייער ארבעט פאר קיין שום זאך אויף די וועלט, דאס וועט אייך געבן כח אויף אלעס; איר וועט האבן כח צו די קינדער, כח פאר אייער מאן און פאר אלע אייערע געברויכן. עס איז פארקערט ווי מען טראכט, מענטשן מיינען אז מיט דעם וואס מען איז עוסק אין הפצה - פארלירט מען כח, עס גייט אויפ'ן חשבון פון משפחה, אויפ'ן חשבון פון די קינדער וכו' וכו', מען האלט זיך צוריק פון טון מיט אנדערע ווייל עס מוטשעט אפ. עס איז נישט אמת; ווי מער מען איז מחזק אנדערע אלץ מער כח באקומט מען, ווי מער מען שיינט אריין די זיסע עצות פון רבי'ן אין אנדערע - אלץ מער האט מען כח פאר די אייגענע לעבן.


נעמט ווייטער צוזאם פרויען און זייט זיי מחזק, איר קענט זיי געבן צו הערן שיעורים פון חיזוק, שיעורים פון אמונה, שיעורים פון שלום בית, טאנצט מיט זיי און שפילט מיט זיי; דאס איז זייער א גרויסע מצוה, ווייל פרויען דארפן דאס מערסטע חיזוק צו קענען אנגיין מיט זייער ארבעט אין שטוב.


אויף אייער פראגע וואס מען טוט מיט קינדער וואס שפילן זיך מיט משפחה - אינגלעך און מיידלעך; דאס איז נישט גוט, מען דארף זיי מחנך זיין זיי זאלן וויסן אז אינגלעך שפילן זיך מיט אינגלעך און מיידלעך שפילן זיך מיט מיידלעך, ווען זיי זענען נאך יונג דארף מען שוין אכטונג געבן אויף דעם.


מען דארף עס אבער טון מיט חכמה, נישט מיט געוואלד; זאגט זיי די ווערטער: "גרויסע קינדער שפילן זיך נישט אינגלעך מיט מיידלעך, גרויסע קינדער שפילן זיך אינגלעך מיט אינגלעך און מיידלעך מיט מיידלעך"; מען זאגט עס נאכאמאל און נאכאמאל ביז עס גייט אריין אין זיי. די קינדער וועלן נישט גלייך אפלאזן דער געוואוינהייט, בפרט ווען זיי זענען שוין באפריינדעט, אבער מען טאר נישט מיד ווערן, נאר נאכאמאל זאגן: "דו ביסט שוין אזוי גרויס, דו ביסט שוין נישט קיין בעבי; גרויסע קינדער שפילן נישט אזוי וכו' וכו'".


אויף אייער פראגע וואס צו טון מיט די חברט'עס וואס שפעטן וכו'; וואס וואלט איר געטון מיט א חבר'טע וואס וויל אייך אוועק נעמען אייערע קינדער, איר וואלט גערעדט מיט איר? וואס וואלט איר געטון ווען אייער חבר'טע וויל אייך צונעמען אייער מאן, וואלט איר געענטפערט ווען זי רופט אייך פרעגן אייערע שאלות?! א נארמאלע פרוי וואלט נישט געהאט צו טון מיט שכנים און חבר'טעס וואס ווילן אוועקנעמען איר מאן און קינדער וכו' וכו'; אזוי דארף מען קוקן אויף די וואס מאכן חוזק פון רבי'ן, אויף די וואס שפעטן פון היכל הקודש; וואס געבט אונז דער רבי? וואס געבט אונז דער צדיק? ער געבט אונז לעבן. מיט זיין כח, מיט זיין שכל - קען איך האבן קינדער, מיט זיינע עצות קען איך זיך אן עצה געבן, קען מען לעבן מאן און ווייב. אן דעם צדיק בין איך א געשטארבענער, אן דעם צדיק בין איך נישטא; אזוי ווי איך וואלט זיך געהיטן פון איינעם וואס וויל מיר אוועקנעמען מיין שטוב, אזוי דארף איך זיך היטן פון לצים, נישט האבן מיט זיי.


אויף אייער פראגע אויב מען דארף אין די טעג וכו'; איר זענט נישט דער ערשטער וואס זאגט אז עס איז שווער וכו', אנדערע זאגן אויך עס איז שווער וכו', אבער זייט מיר מוחל איך פארשטיי נישט וואס איז שווער; אין די טעג דארף מען גיין אזוי וכו'.


בנוגע פארן קיין יבנאל וכו'; אודאי זאלט איר גיין אין מ. מלכה, איר וועט זען גרויסע ישועות. מוהרא"ש האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט גיין אין מ. מלכה וועט זען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.