בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
בנוגע אויפהערן פארלערנען וכו'; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לערנען תורה מיט אנדערע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה מט:) אויפן פסוק (משלי לא, כו): "וְ'תוֹרַת חֶסֶד' עַל לְשׁוֹנָהּ", וואס איז דאס תורת חסד? "תּוֹרָה לְלַמְּדָהּ, זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד", ווען מען לערנט תורה מיט אנדערע, בפרט ווען מען לערנט פאר אנשי שלומינו, ובפרטי פרטיות אז מען לערנט פאר דעם דף גמרא - דאס איז זייער א חשוב'ע זאך; איז א שאד דו זאלסט דאס אפלאזן.
דאס אז דו האסט קוים מענטשן וואס קומען צום שיעור; וואס איז אן אונטערשייד וויפיל מענטשן עס קומען? כל זמן דו האסט אפילו איינער וואס קומט און הערט זיך צו צום שיעור - איז שוין אלעס כדאי. איך לערן פאר יעדן טאג דעם דף גמרא, דאס איז שוין דער צווייטער מחזור אין ש"ס וואס איך לערן פאר. מיר איז נישט קיין נפקא מינה וויפיל אידן זיצן ביים שיעור, דאס איז ביי מיר פון מיינע חשוב'סטע זאכן. אויך בין איך מחזק מיינע זון זיי זאלן אלע פארלערנען יעדן טאג דעם דף גמרא. אזוי האבן געטון אלע גדולי ישראל, איך מיין דו זאלסט דאס נישט אויפגעבן.
איך האב געהאט כמה וכמה תלמידים וואס איך האב זיי געבעטן פארצולערנען יעדן טאג דעם דף, למעשה - זע איך - איז דא אויף דעם א גרויסער נסיון. אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט: "דער יצר הרע וועט אלעס לאזן טון, נאר נישט לערנען גמרא, ובפרט דעם בלאט גמרא פונעם טאג".
בפרט ווען איך באקום צוריק אזעלכע גוטע גרוסן פון די אינגעלייט, זיי זענען זיך מחי' מיטן שיעור. זאלסטו זיך מתבודד זיין אויב איז ריכטיג דאס אפצולאזן.
ובנוגע אז דו קוקסט זיך פאר, דו לייגסט אריין אזויפיל כח און עס נעמט דיר אוועק אסאך צייט פון לערנען דיינע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה; זאג איך דיר, עס איז כדאי וכדאי, ווייל לערנען מיט אנדערע - איז גאר חשוב ביים אייבערשטן, און זיכער ווען מען וויל אוועק שטעלן א בית המדרש על שם רבינו, מחזק זיין אינגעלייט און בחורים, און ווען איינער וועט דארפן גאר וויכטיג חיזוק - וועט ער האבן וואו צו גיין הערן אפאר גוטע ווערטער.
בנוגע תכלת; טו אן אויף דיין טלית קטן, דאס וועט נישט שטערן וכו'; מענטשן זעען נישט דעם טלית קטן.
בנוגע דיין טאטע שליט"א וכו'; אוודאי וועט אים דער רבי מתקן זיין, ווייל ווער עס נעמט א חלק אין פארן קיין אומאן אויף ראש השנה - ווארט אים אפ א גרויסער שכר און האט א חלק אין די גאולה.