בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דאס ביסל צייט וואס דער שטעטל שטייט זע איך אז וואוינען אין שטעטל איז פון איין זייט זייער א געשמאקע זאך און פון די אנדערע זייט היבש שווער; פון איין זייט האבן מיר א פלאץ וואו מען קען אויפציען די קינדער זיי זאלן האבן די לעבן פון רבי'ן, די חדר און סקול זענען עפעס וואס מען האט נישט ערגעץ אנדערש, אבער פון די אנדערע זייט איז א גרויסע עבודה זיך צו קענען אויסקומען מיט חברים, מיט שכנים, מיט אנשי שלומינו. אויב מען גייט נישט התבודדות יעדן טאג שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, ווען וועל איך שוין תשובה טון? ווען וועל איך קענען דערליידן א צווייטן? ווען וועל איך שוין ליב האבן יעדן איד?" - קען מען ווערן גוט אנגעגעסן איינער אויפ'ן צווייטן.
נישט אז אין אנדערע פלעצער איז אלעס גוט, נאר דא קלאפט אלעס אויס אויף אנשי שלומינו. ווען מען וואוינט נישט אין שטעטל, דעמאלט ווען מען האט צוטון מיט שכנים - טראכט מען: 'די חסידים זענען חיות, די מענטשן זענען נישט נארמאל', אבער ווען אלע זענען איין משפחה, אלע זענען אנשי שלומינו, הייבט מען זיך אן עסן אויף די פלאץ, מען האט חלישות הדעת; אנשטאט טראכטן: 'וואס איז מיט מיר אליינס? ווען וועל איך זיך אביסל אויסארבעטן צו קענען ליידן אנדערע? ווען וועל איך שוין גארנישט וועלן?' - גיסט מען דעם פראבלעם אויף אנדערע, אדער אויף די פלאץ.
מוהרא"ש האט דערציילט די באקאנטע מעשה, דער גרויסער הערש לויפט אין וואלד און זיינע שיינע, גרויסע, געדרייטע הערנער לאזן אים נישט לויפן, עס האנקערט זיך אריין אין יעדן בוים; דער הערש האלט עס נישט אויס, ער קען נישט לעבן, מען לאזט אים נישט אטעמען; נעכטן האט ער געהאט צוטון מיט דעם בוים און יעצט האט ער צוטון מיט א צווייטן בוים, אזוי האט ער יעדן טאג חלישות הדעת פון ביימער. דער הערש זוכט דעם פיקח שבחיות, דער קלוגער חי', ער וויינט צום פוקס, ער בעט זיך ביים פוקס פאר אן עצה און שלאגט אים פאר: "אפשר זאל מען אפשניידן אלע ביימער? אזוי וועל איך האבן א חיים טובים?" זאגט אים דער פקח שבחיות: "אז דו ווילסט האבן א חיים טובים - זאלסטו אפשניידן דיינע אייגענע שיינע, גרויסע, געדרייטע הערנער; וועסטו קענען לויפן, גיין און קומען, דו וועסט האבן א חיים טובים".
מוהרא"ש פלעגט אונז אסאך דערציילן די מעשה און אויספירן: "ווער עס וויל האבן א חיים טובים האט איין ברירה, אפשניידן זיינע אייגענע איינגעגעסענע שלעכטע נאטורן, נאר אזוי קען מען האבן א חיים טובים, עס האט נישט מיט דעם און מיט יענעם".
ווי אזוי שניידט מען אפ די אייגענע הערנער? ווי אזוי קען מען ארויסרייסן די שלעכטע נאטורן? דורך בעטן דעם אייבערשטן, דורך קרעכצן צום אייבערשטן; דאס האט דער רבי אונז געלערנט, מיר זאלן זיך אויסקרעכצן צום אייבערשטן, אים בעטן מען זאל זיך קענען רייניגן און ווערן לויטער.
דא אין שטעטל איז דאך געאייגנט פאר התבודדות, מען קען זיך דא גוט מתבודד זיין. גיי יעדן טאג אביסל התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל קוקן גוט אויף יעדן איינעם, קיינער זאל מיר נישט נערוועז מאכן. רבונו של עולם, פארוואס זע איך נאר שלעכטס? פארוואס זע איך אין יעדן איינעם א חסרון? פארוואס זע איך אלעס שווארץ? העלף מיר איך זאל זען דאס שיינקייט פון יעדן איינעם, איך וויל זען דעם שיינעם ליכט פון אלעמען".
מיר אלע האבן חסרונות, דאך קענען מיר אינאיינעם ארויסגעבן א שיין און א ליכט פאר די גאנצע וועלט. דער רבי האט דערציילט, אמאל איז געווען א קעניג, ער האט געהאט א בן יחיד; דער קעניג האט אוועק געשיקט זיין איינציגער זון ער זאל זיך לערנען חכמה מיט גדולה, ווען דער בן יחיד איז אהיים געקומען האט אים דער קעניג געפרעגט: "וואס האסטו געלערנט עפעס גרויס חכמה די אלע יארן וואס דו ביסט נישט דא געווען?" האט דער זון געזאגט: "טאטע, איך וועל דיר ווייזן עפעס א שיינע זאך וואס דו האסט נאכנישט געזען"; ער האט ארויסגענומען א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר און געזאגט: "טאטע, קוק וואס פאר א שיינע טשילאר איך האב געמאכט".
דער קעניג האט געטראכט: 'איך וועל צאמרופן אלע שרים און חכמים זיי זאלן זען די חכמה און גדולה פון מיין איינציג קינד'. ווען אלע חכמים און שרים זענען געקומען צום פאלאץ האט דער בן יחיד ארויסגענומען דעם הערליכן, גרויסן, שיינעם, בלישקעדיגן טשילאר און אלע האבן דאס באטראכט, דער קעניג האט אבער באמערקט אז אלע קרומען מיט די נאז, זיי זענען נישט אזוי צופרידן, ווען דער קעניג האט זיי געפרעגט: "וואס זאגט איר צו מיין זון?" האבן זיי געזאגט: "דער טשילאר איז טאקע זייער שיין, אבער עס האט א חסרון"; יעדער איינער האט געוויזן עפעס א חסרון אינעם הערליכן, גרויסן, שיינעם, בלישקעדיגן טשילאר. דער קעניג איז געווארן באליידיגט און פארשעמט, ער האט גערופן זיין זון און אים געפרעגט: "וואס האסטו דא געמאכט?! אלע זאגן אז די הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר האט חסרונות!" האט דער קינד געענטפערט: "טאטע, דאס איז מיין שיינקייט; איך האב צאמגענומען אלע חסרונות און געמאכט פון זיי א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר".
דאס איז דער שיינקייט ווען מען מאכט א שטעטל פון אלע סארט מענטשן; עס ווערט פון דעם א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר, ביז עס קומען מענטשן און הייבן אן קרומען מיט דער נאז; דער זאגט עס האט אזא חסרון, א צווייטער זאגט עס האט אן אנדערע חסרון, זאגט דער בן יחיד: "דאס איז דאך דער שיינקייט פון שטעטל, אז מען האט געמאכט א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר פון אלע חסרונות".
איך האף אז דו וועסט אנקוקן דעם הערליכן, גרויסן, שיינעם, בלישקעדיגן טשילאר גאר אנדערש ווי דו האסט געקוקט אויף דעם ביז יעצט, דו וועסט זען דאס גרויסקייט פון אנשי שלומינו וואס יעדער איינער האט נאך אסאך ארבעט ביז מען וועט זיך אויסארבעטן, אלע האבן חסרונות; אבער אז מען וועט לעבן באחדות, מען וועט קוקן שיין איינער אויפ'ן צווייטן, וועט ווערן א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע שטעטל.
א גוט געבענטשט יאר.