בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עס איז נישט געזונט צו זיין צוגעקלעבט צום טעלעפאן
חינוך הילדים, שלום בית, צדיקים, פרנסה, טעלעפאן, ישיבה, ליצנות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, וועק זיך אויף פון שלאף; עס איז נישט געזונט צו זיין צוגעקלעבט צום טעלעפאן, קוקן נייעס, קוקן די באל געים, קוקן סטעטוס וכו' וכו'; עס איז נישט גוט - נישט פאר שלום בית, נישט פאר חינוך הילדים, נישט פאר זיין ערליך, עס מאכט א חורבן אין יעדע פינטל פון לעבן.


ווען וועסטו זיך כאפן אז דו ביסט נישט אין ארדענונג מיטן זיין צוגעקלעבט צו די טעלעפאן פיר און צוואנציג שעה? ווען?! ווען דיינע קינדער וועלן אפלאזן אידישקייט? ווען דיינע קינדער וועלן אנטלויפן פון שטוב? ווען? זאג מיר, ווען וועסטו צוריק ווערן דיך?!


מילא דיין ווייב, זי איז דאך ביי דיר נישט ווערד אז דו זאלסט צוליב איר זיך טוישן, מילא אידישקייט איז אויך נישט אינטערעסאנט, שמירת עיניים איז אפגערעדט; ליבער ברודער - אבער פאר דיינע קינדער, פאר דיין שטוב...


זעכציג יאר צוריק האט דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותות יגן עלינו אזוי געוויינט מען זאל נישט ארייננעמען אין שטוב טעלעוויזשן, די וואס האבן געפאלגט - די האבן איבערגעלאזט ערליכע אידישע דורות, און די אויבער חכמים האבן היינט אפשר אן אייניקל וואס גייט פאר איין שעה זונטאג אין א היברו דעי-סקול; אזוי איז היינט, די וואס הערן זיך צו בקול הצדיקים, מען טיילט אפ די שטוב פון די פרנסה; פרנסה איז איין זאך און די שטוב איז א צווייטע זאך, און אזוי אויך אין שול, מען טיילט אפ די פרנסה פון די שול, אין שול האט מען נישט די אפיס מיט די נייעס, וויצן וכו' וכו'; ווען מען דאווענט פארן אייבערשטן ברענגט מען נישט מיט זיך דעם טעלעפאן – די וועלן האבן ליכטיגע ערליכע דורות.


גיי שריי צום אייבערשטן ער זאל מאכן א נס דו זאלסט האבן די כוחות צו געבן א דריי דיין לעבן, דיין שטוב, דיינע חברים - אויף די גוטע זייט.


איך גיי אריבער גוטע ציפעדיגע טעג, אבער דאס שטעלט מיך נישט אפ פאר קיין איין רגע פון ווייטער טון וואס מוהרא"ש האט מיר געבעטן טון; סיי מיט די בחורים, סיי מיט די קינדער. די ישיבה איז אין א מצב וואס איז נאכנישט געווען, מיר זענען אריין אין די זיבעצנסטע יאר כמנין טו"ב, עס זענען אריינגעקומען פרישע בחורים, און אזוי אויך די בחורים פון פאריאר - אלע לערנען מיט אזא התמדה, אלע לערנען יעדן טאג חומש, משניות, גמרא, תהילים, דעם רבינ'ס ספרים. נישטא קיין בחורים וואס זענען איינגעטינקען אין פאליטיק, נישטא די וואס זענען פארנומען מיט לשון הרע און ליצנות. איך האב אסאך געבעטן ראש השנה אין אומאן אז היכל הקודש זאל זיך אויסרייניגן פון לצים, ברוך ה' צוביסליך ווערט עס צוריק שיין און ריין, די לצים אנטלויפן און די ערליכע בלייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.