בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב געליינט פון דעם הייליגן סאטמערער רבי זכותו יגן עלינו, ער האט זייער שטארק געוואלט אריינברענגען עפעס א חשוב'ע לבוש צווישן זיינע תלמידות, א העכערע שטאפל אין צניעות. ער האט געבעטן איינעם: "ברענג מיר א ליסטע פון צען ווייבלעך וואס וועלן זיך אנטון דעם לבוש" וכו', אויף צומארגנס האט יענער געהאט צען נעמען. ער קומט אריין צום רבי'ן, דער רבי פרעגט אים: "אזוי שנעל, אין איין טאג האסטו געפונען צען משפחות וואס זענען מסכים זיך אנצוטון דעם לבוש?" דער רבי קוקט די נעמען, דער רבי שמייכלט און זאגט: "איך דארף צען יונגע ווייבלעך, נישט צען עלטערע פרויען", דער רבי געבט אים צו פארשטיין: "אז מען וויל דורכברעכן, אריינברענגען א לבוש – קען דאס נאר גיין מיט יונגע, זיי מוחל ברענג מיר צען משפחות יונגע ווייבלעך"; דאס האט יענער נישט געקענט אין איין טאג.
ביז יעצט האב איך פארשטאנען אז א צדיק, א מנהיג ישראל זאגט אזוי – איז דאס אזוי, יעצט זע איך דאס מיט די אויגן. פון ווען איר מיט נאך אפאר בית פיגא תלמידות האבן זיך אנגעטון שפיצלעך – איז געווארן ממש א רודעריי, נאך און נאך ווייבלעך ווילן זיך אנטון דעם לבוש, עס שלאגט ווארצלען, עס איז עושה פירות.
איך פריי זיך זייער אז ביי אונזער קהילה ביי די ווייבער – איז צניעות א שיינע זאך, אן ארויפגעקוקטע זאך. עס איז נישט בכפי', נישט געצווינגען; מען וויל גיין אזוי, מען האט דאס ליב.
געבט איבער פאר אלע בית פיגא תלמידות זיי זאלן אכטונג געבן נישט צו גיין אנגעטון צעפלויגן, שלעפעריש און שלאבעריש, נאר שיין, איידל און צוזאמגענומען, זיי זאלן גיין אנגעטון רייך; אזוי וועלן אלע יונגע מיידלעך, די פרישע דור – דאס וועלן נאכמאכן, זיי וועלן אויך וועלן אויסקוקן גוט.