בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קויפט זיך די פשוט'סטע טעלעפאן, וועט איר האבן ערליכע קינדער
קינדער, צניעות, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, טעלעפאן, נחת, פסח, מצה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


אז אייער טעלעפאן האט זיך צעבראכן און איר ווילט וויסן וואס פאר א טעלעפאן איר זאלט זיך קויפן; קויפט זיך די פשוט'סטע טעלעפאן וואס האט גארנישט אויף דעם, נאר רעדן; אזוי וועט איר זיך נישט רייסן די האר פון קאפ פון אייערע קינדער, איר וועט האבן ערליכע קינדער.


אויך זאלט איר זיך זייער שטארקן. זייט פרייליך, לאזט נישט אריין די מחשבות פון חמץ, פון זיך אראפקלאפן. יעצט רוימט מען אויס די חמץ, זאלט איר ארויסטרייבן די שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אייך צו זיך קלאפן; געדענקט, איר זענט באליבט ביים אייבערשטן, דער אייבערשטער בארומט זיך מיט אייך.


ווען איר עסט די מצה זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן אידישקייט, איר זאלט ליב האבן אז אייער מאן האט א בארד מיט פיאות, איר זאלט ליב האבן ציצית, איר זאלט ליב האבן איידעלע קליידער און זיך פארעקלען פון אויסגעשניטענע, קורצע און טייטע קליידער; ווען מען עסט די מצה קען מען דאס פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.