בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קוקן גוטס אויף זיך אליינס
שמחה, שלום בית, התחזקות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, שיעורים כסדרן, נסים, נקודות טובות, עצות, חודש אדר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת משפטים, מברכים חודש אדר א', כ"ו שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר האבן געבענטשט דעם שבת - חודש אדר, די יאר האבן מיר צוויי אדר'ס. די הייליגע חכמים זאגן (תענית כט.): "מִשֶּׁנִּכְנַס אֲדָר מַרְבִּין בְּשִׂמְחָה"; די יאר האבן מיר צוויי חדשים צו פארמערן מיט שמחה, ווי אזוי קען מען זיין פרייליך? ווי אזוי ווערט מען פרייליך? א מענטש זאגט: 'אדרבה, איך וויל זיין פרייליך, אבער איך בין אזוי צעבראכן פון וואס עס גייט אויף מיר אריבער, פון וואס איך לייד אלץ, אפגערעדט פון מיינע נסיונות, מיינע נפילות וואו דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ, ווי אזוי קען איך זיין פרייליך?'


דער ענטפער איז, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי צו קוקן אויף זיך, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב; חלק ב', סימן י): "זוך אויף אין זיך גוטע נקודות, זוך גוטס אין זיך אליינס; זיי זיך מחי' מיט דעם וואס דו ביסט א איד, שלא עשני גוי!"


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק, א מורא'דיגע מעשה (חג השבועות, אות יג). דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפ'ן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי זיך, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחי' ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


זעט מען פון דעם, אז אויב אזא הייליגע צדיק, וואס דער רבי האט אים אנגערופן "פאר הדור" (עיין שיחות הר"ן, סימן קצו) - האט נישט געהאט מיט וואס זיך צו מחזק זיין, נאר מיט'ן "שלא עשני גוי", איז דאך זיכער אז מיר קליינטשיגע מענטשעלעך, וואס מיר זענען טאקע גארנישט - דארפן מיר זיכער נעמען דעם "שלא עשני גוי" און זיך מחזק זיין מיט דעם, טראכטן שטענדיג צו זיך: 'ברוך ה' איך בין נישט קיין גוי טמא, איך בין א איד!'


אז דו וועסט גוט אריינקוקן אין זיך וועסטו זען אז דו ביסט נישט אזוי שלעכט, דו ביסט אנגעפילט מיט אזויפיל גוטס; 'ברוך ה' פיאות האב איך, א בארד האב איך, איך לייג טלית און תפילין, איך גיי מיט ציצית, איך עס כשר'ס, איך האב א מזוזה' - די אלע זאכן מאכן פרייליך.


ווער רעדט נאך אז מען איז זוכה, מען לערנט אביסל חומש רש"י יעדן טאג, - דאס איז דאך ממש א פארמעגן! מען לערנט משניות, גמרא - דאס מאכט פרייליך, "פִּקּוּדֵי ה' יְשָׁרִים מְשַׂמְּחֵי לֵב (תהלים יט, ט)", מען ווערט פרייליך, מען ווערט אויסגעלייזט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות ו, ב): "אֵין לְךָ בֶן חוֹרִין", ווער איז אויסגעלייזט? "אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה", נאר דער וואס לערנט תורה.


שטארקט אייך טייערע חברים, לאמיר זיך שטארקן מיט די שיעורים כסדרן, לאמיר זיך שטארקן מיט די זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן; די עצה פון קוקן גוטס אויף זיך אליינס, פון זיך אליינס ליב האבן, פון זיך מחי' זיין מיט אונזערע דריי עקיגע דאווענען. דער הייליגער תם פלעגט נעמען זיין שיך וואס האט געהאט א פנים ווי דריי עקן, ער האט זיך אזוי מחי' געווען דערמיט, ער האט זיך געזינגען (ספורי מעשיות, מעשה ט', מחכם ותם): "מיין טייערע שיכעלע, מיין ליבער שיכעלע, מיין וואוילע האניגדיגע שיכעלע", ווען דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה האט דער רבי געזאגט: "אז דער דאווענען איז אזוי ווי דריי עקן, פארשטיי גוט ווי אזוי מען קען אפלעבן א לעבן מיט א שיך מיט דריי עקן, און זיך אזוי מחי' זיין און זיך אזוי פרייען און האבן א פרייליכע לעבן, מער ווי דער וואס פאלט אין חכמות".


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך קומען אין אפאר וואכן ארום קיין ארץ ישראל, איך וועל באזוכן ביי אייך אין שול. איך בענק שוין זייער, איך ווארט שוין זייער אייך צו טרעפן, צו הערן פון יעדן איינעם זיינע סיומים, צו הערן יעדנ'ס מופתים; די עכטע מופתים - וואס מען האט באקומען פון רבי'ן.


וואס איז א מופת? א מופת איז, אז מען קוקט זיך אן און מען געבט א טראכט: 'ווער בין איך געווען? ווי אזוי האב איך אויסגעזען? איך ווייס דאך יא ווער איך בין, איך האב געטראפן דעם רבי'ן, דער רבי האט מיך געברענגט צו אזעלכע שיינע זאכן; איך האב שיעורים, איך בין זיך מתבודד, איך האב שלום בית', שלום בית איז די גרעסטע מופת פון רבי'ן; 'איך ענטפער נישט אין שטוב, איך שלינג אראפ ווען זי זאגט מיר'; אוי איז דאס א מופת, נאר דער רבי קען באווייזן אזעלכע מופתים, נעמען א מענטש און אים מאכן נישט ענטפערן... 'איך ווייס דאך יא ווער איך בין, און קוק וואס דער רבי האט געטון מיט מיר'.


א אינגערמאן פון ענקער חבורה האט מיר געשריבן די וואך אזא שיינע מופת, איך מוז אייך שיקן א קליינע שטיקל פון די בריוו:


דער אייבערשטער האט געמאכט מיט מיר א נס אז איך בין מקורב געווארן צו היכל הקודש.


איך בין אהיימגעקומען פרייטאג צו נאכטס נאכ'ן דאווענען, און איך זע אז דער שבת טיש איז א באלאגאן, נאך פול מיט מוקצה זאכן, די בענקלעך זענען נאך איבערגעדרייט אויפ'ן טיש פון אויפוואשן די ערד פריער, און מיין ווייב שלאפט נאך א שווערע וואך ארבעט.


איך טראכט צו זיך וואס איך וואלט געטון אין אזא צייט, ווען איך זאל נישט זיין מקורב צום ראש ישיבה שליט"א, עס וואלט ארויס א געדיכטע רויך פון הויז. דער אייבערשטער האט אבער רחמנות געהאט אויף מיר, איך האב גלייך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיך נישט אויפרעגן, מיר זאלן האבן א פרייליכער שבת אפילו די הויז זעט אזוי אויס, איך האב ברוך ה' מסדר געווען און צוגעגרייט דעם שבת טיש, און מיר האבן געהאט א פרייליכע סעודה.


די זעלבע האט זיך איבערגע'חזר'ט שבת אינדערפרי, איך קום אן אהיים, און אלעס ליגט נאך פונקט אזוי ווי מ'האט עס איבערגעלאזט נעכטן נאכט נאך די סעודה, ווען מען איז געווען מיד און מ'איז געגאנגען שלאפן אן אפרוימען דעם טיש. יעצט האלט איך נאך פאר'ן קידוש מאכן, מיין ווייב האט שוין קידוש געמאכט פאר די קינדער און איז געגאנגען שלאפן נאך א שווערע פולע וואך מיט די קינדער, ווען יעדע נאכט טיילן זיך די קינדער איין, יעדע שעה וויינט א צווייטער און וועקט אונז אויך, און איך האלט יעצט איינס אזייגער נאכמיטאג, נאך גארנישט געגעסן היינט, און איך בעט ווידער דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך זאל נישט ווערן אין כעס, איך זאל זיך האלטן פרייליך, און ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן, אום דריי אזייגער האבן מיר געקענט אנהויבן די סעודת שבת קודש.


איך דאנק דעם אייבערשטן און איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א, איך קען אפילו נישט טראכטן ווי אזוי איך וואלט געלעבט אן די עצות פון הייליגן רבי'ן, אז איך זאל קענען בלייבן פרייליך, און מיין ווייב זאל אפילו נישט כאפן ווי אזוי די הויז האט אויסגעזען ווען איך בין אהיימגעקומען, און ווי לאנג איך האב געווארט אויף איר מיט סבלנות אז זי זאל זיך קענען אפרוען אביסל, און זי ווייסט נישט ווי שטארק איך האב געדארפט ארבעטן אויף זיך, נישט זיך אויפצורעגן און זיין פרייליך, נאר דורכ'ן אסאך בעטן דעם אייבערשטן.


יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק, ווי אזוי זיך צו קענען דערהאלטן אין יעדן מצב.


איך דארף מקצר זיין, איך מוז אהיים לויפן העלפן מיין ווייב.


א פרייליכן ליכטיגן שבת און א גוטן חודש.