בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, ברכפעלד
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז פונקט פארקערט; סעודה שלישית איז נישט קיין צייט צו זיצן מיט די משפחה, שלש סעודות איז א צייט פון תיקון המעשים, א צייט פון תשובה, רעווא דרעווין.
אז דיין ווייב וויל נישט דו זאלסט גיין צו שלש סעודות, זי זאגט אז דו גייסט שוין אינמיטן די וואך צו א חבורה זיך מחזק זיין, איינמאל א וואך איז גענוג צו גיין - זאלסטו מאכן פארקערט, זאלסט גיין צו שלש סעודות, און אינמיטן די וואך אז זי וויל, זאלסטו בלייבן אין שטוב.
מוהרא"ש דערציילט (אשר בנחל חלק מז, מכתב ח אלפים תקפח) די זאך פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו וואס האט מתקן געווען די מנהג ביי חסידים זאלן עסן די דריטע סעודה צוזאמען אין בית המדרש, אז אמאל האט דער הייליגער בעל שם טוב געזען א פשוט'ער איד דריידט זיך ארום ביי שלש סעודות, ער זוכט א מנין אידן; דער איד האט נישט געקענט דעם בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, ער איז צוגעגאנגען צום בעל שם טוב און געזאגט: "ר' איד, איך דארף מנין, איר ווילט אפשר זיין א צענטער?" דער בעל שם טוב איז אים נאכגעגאנגען, ער קומט אריין ביים איד אין שטוב און ער זעט דער איד טיילט אויס פאר יעדן איינעם לחם משנה, מען וואשט זיך, מען עסט און מען הייבט אן זינגען ניגונים ביזן זמן מוצאי שבת, דערנאך האבן זיי געבענטשט ברכת המזון און געדאווענט מעריב, דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו פרעגט דעם איד: "וואס איז דיר אזוי וויכטיג צו האבן מנין ביי שלש סעודות?" ענטפערט דער איד: "דו ווייסט דאך, עס איז א גרויסע זאך ווען א מענטש גייט אוועק פון די וועלט עס זאל זיין מנין, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין לט.): 'כל בי עשרה', וואו עס זענען דא צען אידן, 'שכינתא שריא', איז דארט די שכינה הקדושה, דעריבער איז מען מקפיד פאר מנין, שבת באקומט דאך יעדער איינער א נשמה יתירה, וויל איך האבן מנין ווען די נשמה יתירה גייט ארויס"; דער הייליגער בעל שם טוב האט דאס געהערט, האט ער מתקן געווען ביי זיינע תלמידים מען זאל זיצן אינאיינעם ביי שלש סעודות, און אזוי פירן זיך אלע צדיקים, צו זיצן אינאיינעם ביי שלש סעודות, מען רעדט דברי תורה, מען דערציילט מעשיות פון צדיקים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.