מכון עצתו אמונה צייכנט אפ 450 אידישע און 300 לשון הקודש קונטרסים "עצות אמונה"
דעם היינטיגן שבת ווערט געפראוועט ביי כלל ישראל "שבת שובה", ווען מען זאגט נאכן ליינען די הפטורה פון "שובה ישראל" אז אידישע קינדער זאלן זיך צוריקקערן צום אויבערשטן. דער אויבערשטער ווארט אז "קחו עמכם דברים ושובו אל ה'", עפן דיין מויל און זאג ארויס עטליכע ווערטער: "איך האב געזינדיגט, איך וויל צוריקקומען צו דיר". וואס קען זיין בעסער, שענער און פאסיגער ווי דעם וואס פונקט אין דעם שבת ווערט אפגעצייכנט אין די אפיסעס פון מכון "עצתו אמונה" די ערשיינונג פונעם 450סטן אידישן קונטרס "עצות אמונה" און דעם 300סטן לשון הקודש קונטרס "עצות אמונה". דער וואס לערנט די הייליגע קונטרסים "עצות אמונה", פראוועט 365 ימי תשובה א גאנץ יאר. די קונטרסים האבן איין ציל: צו דערמאנען אידישע קינדער אז אונזער טאטע, דער קעניג פון דער וועלט, האט אונז ליב; ער זעט יעדע גוטע זאך וואס מיר טוען, און אפילו יעדע גוטע זאך וואס מיר ווילן נאר טון. מיר דארפן בלויז נוצן אונזער מויל ארויסצוזאגן אונזערע רצונות און כיסופים, און דאס וועט אונז מקרב זיין צו אים. די קונטרסים באשטייען פון בערך ניין טויזנט בריוו, און צוויי א האלב טויזנט שאלות ותשובות, אין וועלכע עס ווערן באהאנדלט א ברייטע אויסוואל פון נושאים און ענטפערס אויף שאלות און ענינים וואס זענען נוגע פאר אנשי שלומינו טאג-טעגליך; דאס האט דער ראש ישיבה געשריבן יעדע וואך מיט א געוואלדיגע מסירות נפש, כדי צו געבן חיזוק, עצות און הדרכות פאר אלע וואס האבן זיך געוואנדן צו אים. שטייענדיג ביי די סימבאלישע ציפערן פון 450 און 300, איז צייט זיך אפצושטעלן און מכיר טוב זיין פאר די אלע וועלכע געבן זיך אפ דערמיט און געבן אוועק צענדליגע שעות יעדע וואך, אלעס נאר כדי אנשי שלומינו זאלן זיך קענען אנשעפן פונעם "נחל נובע מקור חכמה", פונעם "נהר המטהר מכל הכתמים", און זיך אויפפרישן מיט די זיסע עצות פון אמונה. דער גרעסטער טייל פון דער ארבעט שפילט זיך אפ הינטער די קוליסן, וואו א געטרייע שטאב פון אנשי שלומינו ארבעטן יעדע וואך אז די קונטרסים זאלן קענען ארויסקומען אין א קלארן, שיינעם און בא'טעמ'טן פארמאט. צוערשט קומט זיך א דאנק פאר מו"ה שמעון עוזר פערל שליט"א פון ירושלים עיה"ק, צוזאמען מיט זיין געטרייע אשת חיל, וואס זענען זיך מוסר נפש אויף דער ארבעט פון איבערטייטשן און צוגרייטן דעם לשון-קודש'דיגן קונטרס וואך נאך וואך. אזוי אויך העלפט ארויס אין די ארבעט די חשוב'ע מרת קעניג תחי' פון צפת, וואס נעמט א חשוב'ן טייל אין דער איבערזעצונג און צוגרייטונג. בראש פון דער מערכה שטייט דער געטרייער מנהל המכון, הר"ר יואל מנחם גרשון שניצלער שליט"א, וואס באגלייט די קונטרסים מתחילה ועד סוף און מאכט זיכער מיט א סייעתא דשמיא אז יעדע וואך זאל ארויסקומען א הערליכער און בא'טעמטער קונטרס. נאכדעם וואס דער מנהל הר"ר יואל מנחם גרשון מאכט זיכער בס"ד אז די קונטרסים זענען גוט מוגה און גרייט, ווערט דער ניקוד מסודר מיט גרויסער געטריישאפט דורך מו"ה יודא לייב ווייס הי"ו. דערנאך גייט דער קונטרס צוריק צו הר"ר שמעון עוזר, וואס שטעלט אויס און איז מסדר ביידע קונטרסים — סיי דעם אידישן און סיי דעם לשון הקודש'דיגן — ביז זיי זענען אינגאנצן גרייט צום דרוק. מען קען קויפן זכותים אינעם ספר דורך אפקויפן א "זכות מהדורה" יעדע וואך. רופט יעצט דעם גבאי מו"ה לייב ראטה ביי 347-578-4449 זיך איינצוקויפן זכותים נצחיים, וואס וועלן אייך זיכער צוניץ קומען בזה ובבא.