• ENGLISH
  • |
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • דער ראש ישיבה רופט צו אנשי שלומינו: אלע איינגעשטעלטע מוזן ווערן באצאלט אויף יום טוב!

    מיט צוויי חדשים צוריק האט דער ראש ישיבה געלאזט רופן מו"ה יעקב משה אינדארסקי הי"ו, און זיך אויסגעדוקט פאר אים: "וואס גייט מען טון אויף פסח? אויף פסח מוז יעדער ווערן באצאלט!", דער ראש ישיבה האט אים געזאגט אז ער ווייסט אז עס זענען דא איינגעשטעלטע וואס זענען שוין נישט געהעריג באצאלט געווארן די לעצטע עטליכע חדשים. מען האט ארום געשלעפט מיט זיי, דער ראש ישיבה האט אים געזאגט "אויף פסח מוז יעדער ווערן באצאלט. מיר טארן נישט בלייבן שולדיג איין צענט פאר קיין שום איינגעשטעלטער אין די מוסדות!"   מען געבט איבער פון די אפיס פון די מוסדות אז לעת עתה איז מען הונטערשטעליג פעיראל מיט כמעט א פערטל מיליאן דאלער, וואס דאס אלעס דארף ווערן אויפגעטריבן ביי אנשי שלומינו אין די קומענדיגע וואך צוויי. ר' יעקב משה זאגט אונז: "עס ליגט אויף אונז א חוב זיכער צו מאכן אז אויף יום טוב זענען אלע וואס ארבעטן פאר די מוסדות פון אל"ף ביז ת"וו באצאלט. זיי אלע דארפן באצאלן זייער לעקטער ביל, זייער מארטגעדזש, זיי דארפן איינקויפן אויף יום טוב. מיר קענען זיי נישט לאזן מער ווארטן!"   ווי באקאנט ווערט פון דא באצאלט די איינגעשטעלטע פון אלע מוסדות היכל הקודש, וואס אנטהאלט שוין היינט 5 חדרים, 3 מיידל שולעס, און 2 ישיבות. וואס איז אויסגעשפרייט און עטליכע שטעט אין אמעריקע און אין ארץ ישראל. די פעיראל פון די מוסדות שטייט היינט ביי איבער פינף און דרייסטיג טויזנעט דאלער יעדע וואך. די הנהלה פרובירט מיט אלע כחות אויפצוקומען מיט דאס געלט יעדע וואך, און לייגט א פריאריטעט אויף די מלמדים און טיטשערס אז זיי זאלן ווערן באצאלט אין צייט, אבער יעצט אויף פסח האט דער ראש ישיבה באפוילן אז מען זאל טון וואס מען קען אז אלע זאלן ווערן אינגאנצן אויסגעצאלט.   דער ראש ישיבה האט געבעטן אז אפילו די וואס האבן נישט די מעגליכקייט צו געבן אליינס, זאלן גיין נאך געלט ארויסצוהעלפן באצאלן די חובות וואס ער האט פון די מוסדות. דער ראש ישיבה זאגט אז ווען מען העלפט די מוסדות העלפט מען זיך אליינס, מען טוט אים נישט קיין טובה. פארוועם דארף ער די מוסודות אויב נישט פאר אונז?   דערפאר ליגט אויף אונז א פליכט זיך אנצושטרענגען און זיך באשטייערן מיט וויפיל מען קען נאר, און מיט דעם אראפ נעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה, אז ער זאל קענען גיין צום סדר מיט א רואיגע געוויסן, וויסענדיג אז אלע זענען געווארן באצאלט, און ער טראגט נישט קיין פעיראל חובות ווייטער.   שפירט פאר א זכיה זיך משתתף צו זיין צום קמחא דפסחא קאמפיין פון די מוסדות, און רופט אדער טעקסט שוין דעם מנהל המוסודות מו"ה אברהם משה שטראסער הי"ו אויף 917-578-0495, אדער דעם גבאי צדקה מו"ה יעקב משה אינדארסקי הי"ו אויף 845-662-3207, צו געבן אייער ברייטהארציגע נדבה, אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכון לבו לשמים, ופרוטה ופרוטה מצטרפת!   דער אויבערשטער וועט זיכער באצאלן פון אלעם גוטן פאר אלע נדבנים וואס לאזן זיך קאסטן פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, צו שטיצן די הייליגע מוסדות וואס לערנט אמונה מיט די קינדער, וואס לערנט די קינדער ליבשאפט צום אייבערשטן און צו זיין תורה.

    < זעה מער כ אדר תשפ"ג 📝
  • די ברסלב בחורים וועלן משמח זיין פורים

    אידן איבער די וועלט גרייטן זיך צום פרייליכן טאג פורים. דער היילגער יום טוב ווען מען דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויס חסדים בימים ההם בזמן הזה, ווען צוררי ישראל ווילן אונז מאבד און מכלה זיין, און טראץ די גרויסע הסתרת פנים, טוט דער אייבישטער גרויסע נסים און ווען מיר זעען איין אז עס איז נישטא צו וועם צו גיין נאר צו אים און מען בעט דעם איינציגער באשעפער ראטעוועט ער אונז פון אלע וואס ווילן אונז שלעכטס טון. &nbsp; אנשי שלומינו אזוי ווי אלע ערליכע אידן גרייטן זיך צום גרויסן טאג, ווען מען מרבה זיין מיט צדקה, גמילת חסדים און אהבת ישראל, יעדער איינער לויט זיין וועג. די בחורים שטעלן זיך צוזאם אין גרופעס וואס וועלן אינאיינעם ארום פארן צו די שטובער פון אנשי שלומינו וועלכע ווילן האבן דעם תענוג רוחני זיך משמח זיין מיט די בחורים תלמידים פון די הייליגע ישיבה, מען וועט זינגען די שיינע ניגונים פון ראש ישיבה וואס וועט אויפלאמען דאס הארץ צום אייבערשטן אין דעם געהויבענעם טאג. &nbsp; ווי מען זעט ווערט פון יאר צו יאר די פארלאנג גרעסער און גרעסער, פילע אידן ווילן האבן די ברסלב'ע בחורים אין שטוב אום פורים, אבער במציאות איז נישט מעגליך אנצוקומען צו יעדעם, עס איז דא א באגרעניצטע צאל גרופעס, און די צייט איז זייער קורץ, דערפאר וועט מען מוזן באשטעלן די בחורים פאראויס, און נאר פאר א באשטימטע סכום צדקה פאר די הייליגע ישיבה וועט מען קענען קומען. &nbsp; צו באשטעלן די בחורים קען מען רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו אויף 917-232-9070. רופט וואס פריער, ווייל מען וועט נאר קענען אננעמען ביז ווילאנג די ליסטע ווערט פול. &nbsp; ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר

    < זעה מער כח שבט תשפ"ג 📝
  • מסיבת הכרת הטוב פונעם רענט קאמפיין מוצש"ק תרומה הבעל"ט

    די געטרייע עסקים פון די "רענט קאמפיין" זענען אין די טעג פארנומען מיט פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום יערליכן "מסיבת הכרת הטוב" פאר אלע נדיבים וואס באשטייערן זיך במשך די יאר מיט שיינע סכומים. &nbsp; מיט עטליכע יאר צוריק האבן די געטרייע עסקנים מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו און מו"ה מארקוס הי"ו אראפגענוןמען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פארן ישיבה, און מיט דעם האבן זיי באפרייט טייערע צייט פונעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען זיך בע"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט מער הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; זיי האבן געזאגט פארן ראש ישיבה אז זיי נעמען איבער דעם עול, און זינט דאן האבן זיי ברוך השם מצליח געווען אין מיט די הילף פון אנשי שלומינו וועלכע שטרענגען זיך אן יעדן חודש און באשטייערן שיינע סכומים פאר די רענט. &nbsp; ווען עס האט זיך געעפענט דער נייער בית המדרש אין בארא פארק, וואס איז א געדינגענע פלאץ, האבן זיי עס אויך גענומען אויף זיך אויף די פערזענליכע בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; די עסקנים האבן א געוואלדיגע הכרת הטוב צום ציבור, און ווילן כאטש איינמאל א יאר זיך באדאנקען פאר די פילע נדברים, דערפאר האבן זיי פאררופן א מסיבת הכרת הטוב אויפן קומענדיגן מוצאי שבת קודש פרשת תרומה, אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג. &nbsp; און ווי אין די פארגאנגענע יארן, אנטשפערכט אויך דער היי יאריגע מסיבה צו זיין גאר א געשמאקע אווענט מיט געשמאקע דרשות און פראגראם. מען וועט דארט בעז"ה טיילן מתנות און פלעקס פאר די נדבנים און פאר זייערע משפחות. אזוי אויך וועט דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע חיזוק שמועס, וואס וועט בעז"ה איבערלאזן א גאר א געשמאקע רושם פאר אלע באטייליגטע פאר לאנגע וואכן דערנאך.

    < זעה מער כא שבט תשפ"ג 📝
  • סיום הש"ס פון הבחור דוד אסקאל ני"ו

    אין ישיבה תפארת התורה ברסלב אין וויליאמסבורג הערשט א גרויס שמחה. איינע פון די חשובע תלמידים הבחור החשוב דוד אסקאל הי"ו וואס איז אריינגעקומען אין ישיבה מיט ווייניגער פון א יאר, און נאכן הערן פונעם ראש ישיבה די גרויסקייט פון זאגן און ענדיגן ש"ס, האט ער עס גענומען און געפאלגט מיט תמימות ופשיטות, און אויסערדעם וואס ער איז א געשמאקע בחור מיט מידות טובות, און חוץ זיינע פילע שיעורים און חומש, משניות, הלכה, מדרשים און אזוי ווייטער האט ער געלערנט יעדן טאג עטליכע שעה ש"ס כסדרן, ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן אז אין די טעג איז ער אנגעקומען און האט זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס. &nbsp; צום גרויסן טאג זענען זיינע עלטערן און משפחה געקומען צו פארן פון ארץ ישראל, און דער סיום איז אפגעראכטן געווארן אויף א הערליכן פארנעם אין שטוב פון זיינע חשובע קרובים וואס וואוינען דא אין וויליאמסבורג. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך ספעציעל געקומען באטייליגן ביים סיום, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, מען האט געזונגען שיינע ניגונים, און מען האט געהערט עטליכע שיינע דרשות. א טייל פון די סיום קען מען זען דא אויף ברסלב סענטער וועבסייט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעטרעטן און האט ארויסגעברענגט ביי זיין דרשה ווי איבערגענומען ער איז אז די משפחה מאכט אזא שיינע סיום, בשעת אין ישיבה זענען שוין געווען צענדליגע סיום הש"ס, אבער רוב מאל קומט עס פאר אין ישיבה, ווי אסאך מאל "טוט דער טאטע א טובה" און קומט. אבער דא, האט דער ראש ישיבה געזאגט - זעט מען א ווארימע משפחה וואס פריידט זיך מיט און העלפט און שטיצט, און מען ווייזט ארויס כבוד פאר די תורה, און מען פראוועט א שיינע סיום, ווי עס שטייט אין חז"ל אז ווען מען עדיגט א מסכת, איז א "יומא טבא לרבנן". דער ראש ישיבה האט געזאגט אז כאטש היינט האט מען געענדיגט מסכת נדרים אין די קהילה, און מ'האט אים גערופן צי ער קען קומען מחזק זיין די אינגעלייט אין שטעטל ביים סיום, אבער האט אלעס געלייגט אין די זייט. ביי אים האט א גאר שטארקע חשיבות ווען א בחור ענדיגט ש"ס. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייניגער פון א יאר צוריק, ווען דער בחור איז ארויפגעקומען צו א שיעור, און אויף די פראגע פון ראש ישיבה וויאזוי ער הייסט זאגט ער "דוד אסקאל", דער ראש ישיבה האט אים געפרעגט וואס איז די מעשה? ווילסט לערנען דא? האט ער געזאגט, ער איז דא צוגאסט פון ארץ ישראל ווי ער האט געהערט פון די ישיבה, ער וויל עס פשוט קומען זען, אבער דוד איז צוריק געקומען יעדן טאג צום שיעור, און נאך אפאר טעג, האט ער באשלאסן ער בלייבט דא.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז איינער האט אמאל געזאגט פארן צאנזער רב, אז ער האט געלערנט ש"ס, האט אים צאנזער רב צוריק געפרעגט "וואס האט ש"ס דיר געלערענט?" דא&nbsp; - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דוד האט ש"ס געלערענט, און ש"ס האט אים געלערענט, אויסער וואס דוד לערנט פלייסיג איז ער א בעל מידות טובות. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז ער האט אמאל געהערט א טעיפ ווי קלויזענבורגער רב זאגט נאך פון ספר רחמי האב וואס שרייבט אז ער האט געקענט א פשוטע שוסטער וואס האט געהאט א צלם אלוקים, די פנים האט אים געלאכטן, ווען מען האט אים געפרעגט וויאזוי איז ער זוכה דערצו? האט ער געזאגט אז ער קען נישט לערנען, אבער ער זאגט ש"ס בגירסה, און ווען מען זאגט די ווערטער פון די הייליגע תורה, ווערט די נשמה לויטער און ריין. &nbsp; דער חתן-תורה הבחור דוד ני"ו האט אויפגעטרען און געזאגט אפאר ווערטער, ווי ער האט געדאנקט דעם אייבערשטן, און זיינע חשבוע עלטערן וואס האבן אים מחזק געווען, אזוי אויך זיינע חשובע קרובים פון וויליאמסבורג, וואס האבן אים אריינגענומען אין שטוב, אין די צייט וואס ער לערנט דא. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט אפאר ווערטער פונעם חשובן פאטער שליט"א וואס האט געדאנקט דעם אייבערשטן שהחיינו וקיימנו והגענו, ער האט זיך קיינמאל נישט געגלייבט אז ער וועט זוכה זיין א זון זאל ענדיגן ש"ס, און האט געזאגט אז עס איז בבחינת "ברא מזכה אבא", אויך האט ער זיך באדאנקט פארן ראש ישיבה, וואס האט מחזק געווען זיין זון, זאל האבן די כחות דורכצופירן אזא שווערע זאך ווי ענדיגן ש"ס וואס נעמט שעות טאג טעגליך. &nbsp; דער עולם איז ארויס מיט שטארקע חיזוק, זיך צו נעמען אין די הענט אריין, און אננעמען די שיינע זיסע עצות פון הייליגן רבין, וואס מיט דעם קען מען האבן א זיסע און געשמאקע לעבן.

    < זעה מער ג שבט תשפ"ג 📝
  • שבת התוועדות מיט געקליבענע צאל בחורים אין גלילות קרית יואל

    איינע פון די זאכן וואס דער ראש ישיבה מאנט פון די בחורים, איז אז ווער איז וויל זיין א תלמוד פון ישיבה, מוז גיין נאך געלט. דער ראש ישיבה זאגט פאר די בחורים, אז ווען מען העלפט די ישיבה העלפט מען זיך אליינס. די בחורים תלמידי הישיבה, גייען טאקע כסדר נאך געלט, און געבן איבער דאס געלט וואס זיי האבן צוזאם גענומען פארן ראש ישיבה. דער ראש ישיבה זאגט אז די קליינע סכומים צוזאם געשטעלט דורך די בחורים, איז אים אסאך מער חשוב ווי איינער וואס געט אפילו א גרעסערע סכום פון זיין מעשר געלט. &nbsp; פארגאנגענע וואך שב"ק פרשת חיי שרה, איז דער ראש ישיבה ארויסגעפארן מיט זיין משפחה צו א שיינע פלאץ אין גלילות פון קרית יואל, ווי מען האט געפראוועט א שיינע שבת מיט די בחורים וואס גייען נאך געלט. &nbsp; די בחורים האבן געדאווענט און געגעסן אלע סעודות שבת קודש אינאיינעם מיטן ראש ישיבה. אזוי אויך האבן די בחורים מיטגעהאלטן די תפלות מיטן ראש ישיבה וואס האט געדאווענט אלע תפלות פארן עמוד. &nbsp; במשך די סעודות שבת האבן די בחורים געשמועסט שעות לאנג מיטן ראש ישיבה פון די זיסע עצות פון רבין, בעיקר האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז ווער עס וויל זיך האלטן ביים הייליגן רבין, מוז האבן א גוטע חבר מיט וועם צו שמועסן, א חבר וועט מחזק זיין. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז נאר אזוי האט ער זיך געקענט האלטן ביים רבין, ווייל ווען ער איז נתקרב געווען צום רבין האט ער געהאט א גוטע חבר הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א וואס זיי פלעגן זיך אלץ מחזק זיין איינע דעם צווייטן, בפרט האט דער ראש ישיבה געזאגט, איז עס וויכטיג נאכדעם וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט אלץ צו מאכן פאר א מקורב חלישת הדעת, ער מאכט שפירן דעם מענטש "מ'דארף דיך נישט", אדער מענטשן זאגן אים "עס איז נישט פאר דיר, דאס איז א פלאץ פון שוואכע", אדער ווען די משפחה מישט זיך אריין, און אזוי ווייטער מוז מען האבן א גוטע חבר, כדי מען זאל נישט צופאלן. &nbsp; איינער פון די תלמידים האבן געפרעגט דעם ראש ישיבה וויאזוי קען מען צוקומען צו אזעלכע גרויסע מדרגות ווי דער היילגער רבי און מוהרא"ש זענען צוגעקומען. האט דער ראש ישיבה געענטפערט "אז דו וועסט זיין גרייט צו דינען דעם אייבערשטן אפילו מ'שטופט דיר אוועק, דו וועסט גארנישט וועלן אויסער דינען דעם אייבערשטן, וועסטו אנקומען צו זייער שיינע זאכן". &nbsp; דער ראש ישיבה איז אריין אין א שמועס איבער "עין הרע", פון אלע זייטן שרעקט מען אן און מען פרובירט צו שטופן דעם מענטש זיך כסדר "אפצושפרעכן", דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז אויב מ'לעבט מיט אייבערשטן, דארף מען נישט מורא האבן פון קיינעם, אויך נישט פון קיין עין הרע, דער אייבישטער היט. &nbsp; מוצש"ק האט מען געהאט צוגאסט הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א מיט זיין זון הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א. דער ראש ישיבה האט מכבד געווען רבי אברהם חיים צו רעדן, וואס האט מהנה געווען דעם עולם מיט שיינע דברי תורה. &nbsp; דערנאך האט ראש ישיבה מכבד געווען רבי זלמן לייב צו פארציילן א מעשה פון א צדיק, ווי מען פירט זיך מוצש"ק כדי אנצוהייבן די וואך מיט אמונת חכמים. &nbsp; דער ראש ישיבה איז אריין אין א שמועס איבער רבי נתן'ס התקרבות וואס האט זיך אנגעהויבן א מוצש"ק, דער ראש ישיבה האט פארציילט אז רבי נתן איז געווען אין א חבורה פון חסידישע אינגעלייט וואס פלעגן פראווען מלוה מלכה אינאיינעם, זיי פלעגן מאכן א גורל יעדע וואך ווער עס זאל ברענגען די בייגעלעך, איינמאל ווען עס איז געפאלן דעם גורל אויף רבי נתן, האט ער אויפן וועג געטראכט צו זיך "פאר דעם בין איך געקומען אויף דער וועלט צו קויפן בייגעלעך?" ער איז געווען זייער צובראכן, און האט געטראפן א שול וואס די עזרת נשים איז געווען אפן, און ער האט זיך געזעצט זאגן תהלים מיט גרויס געוויין, און ביי קאפיטל נ"א איז ער אנטשלאפן געווארן אויפן תהלים, און ער האט זיך געחלומט ווי ער פרובירט ארויפצוגיין אויף א לייטער, אבער ער פאלט כסדר אראפ, און וואס העכער ער באווייזט צו גיין, אלץ גרעסער איז דער קלאפ נאכדעם וואס ער איז אראפ געפאלן, אינמיטן קומט א איד און זאגט אים "דראפע דיך און דערהאלט דיך". שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום הייליגן רבין האט ער דערקענט אז דער מענשט וואס האט אים מחזק געווען אינעם חלום אז ער זאל זיך דערהאלטן איז געווען דער הייליגער רבי. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארויסגעברעגט אז דאס איז דער הייליגער רבינ'ס לימוד, מען זאל גיין ווייטער און נישט קוקן אויף צוריק, נאר אלץ אנהייבן פון יעצט, און אזוי וועט מען צום סוף אנקומען צו גאר גרויסע מדריגות. &nbsp; די בחורים זענען אהיים מיט די געשמאקע טעם פון א שבת מיטן ראש ישיבה וואס וועט זיי פארבלייבן אין זכרון פאר גאר לאנג.

    < זעה מער א כסלו תשפ"ג 📝
  • שיעורים אין ירושלמי ווערן אויפגעכאפט אויף ווידיא

    הונדערטער אידן זענען זיך מחיה יעדן טאג מיט די פילע שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, אנגעהויבן מיט די באקאנטע חיזוק שיעורים פאר די בחורים, וואס איז שוין היינט דא קרוב צו צוויי טויזנט אפגעכאפטע שיעורים אויף ווידיא, דערנאך מיט די בארימטע שיעור ליל שישי פאר אינגעלייט, וואס איז שוין אנגעהויפענט נאך עטליכע הונדערט רעקארדירטע שיעורים, אזוי אויך זענען זיך די פרויען מחיה מיט די בערך הונדערט שיעורים פאר פרויען, די וואס פארשטייען נאר לשון הקודש דערקוויקן זיך מיט די בערך פופציג שיעורים אין די ארכיוון פון שיעורים אויף לשון הקודש, די ענגליש רעדנדע שלונגען מיט דורשט די קרוב צו פופציג ענגלישע שיעורים, אזוי אויך זענען זיך פילע מחיה מיט די בערך דרייסיג דרשות וואס איז אפגעכאפט פון פארשידענע געלעגענהייטן, מיט די עטליכע הונדערט שיעורים אין משניות, מעשה'לעך פאר קינדער, שיעורים אין חינוך, שיעורים אין שיר השירים, און קנאפע טויזנט שיעורים אין גמרא בבלי אנגעהויבן פון מסכת ברכות ביזן יעצטיגן דף אין מסכת נדרים, וואס דאס אלעס איז אפגעכאפט געווארן מיט א קלארע ווידיא קאמערע וואס מען קען אייביג איבערהערן אויף די "אוצרות ברסלב דראפ באקס".&nbsp; &nbsp; יעצט האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז לכבוד די אנהייב פונעם מחזור ירושלמי פון היינט מאנטאג וירא, וועט מען אנהייבן אויפצוכאפן די שיעורים אויף ירושלמי, וואס וועט בארייכערן אלע צוהערערס, ווען מען וועט קענען הערן די הייליגע ווערטער פון חז"ל מיט די הקדמות פון הייליגין רבי'ן וואס ווארפט א פרישע ליכט אין די ווערטער פון די הייליגע תנאים און אמוראים, ווען מען שפריט ווי זיי רעדן צו מיר און געבן מיר א וועג צו קענען לעבן א גוט לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. &nbsp; די שיעורים זענען קורץ און שארף, און נעמט נישט מער פון בערך צען-פופצן מינוט א טאג, אבער מיט דעם אלעם איז עס קלאר און געשמאק אראפגעלייגט אז אפילו א מענטש וואס איז פאריאגט און פארפלאגט און האט נישט די קאפ אויפן פלאץ זאל אויך קענען פארשטיין און מיטהאלטן די הייליגע ווערטער פון חז"ל. &nbsp; יעצט ביי דעם געלעגעהיינט איז דער ריכטיגער צייט זיך מיטצוכאפן מיטן שיעור, און אי"ה אין בערך פיר יאר ארום קענען זינגען מיט פרייד "הדרן עלך תלמוד ירושלמי, ודעתן עלך תלמוד ירושלמי". &nbsp; די שיעורים אין ירושלמי אויף "אוצרות ברסלב דראַפּ-באַקס"

    < זעה מער כ חשון תשפ"ג 📝
  • ישיבה קטנה היכל הקודש ירושלים עיה"ק

    ירושלים עיה"ק. - אנשי שלומינו אין ירושלים דאנקען דעם אייבערשטן "ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה" אז נאך אסאך תפלות וואס זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן אז זייערע טייערע בחורים זאלן קענען לערנען אין א ישיבה וואס איז געבויט אויפן וועג וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערענט, די טייערע בחורים נפשם חשקם בתורה זיי ווילן א ישיבה וואס איז געבויעט אויף לערנען יעדן טאג, א ישיבה וואס "התבודדות" איז נישט עפעס א שרעקעדיגע זאך, א פלאץ ווי מען איז מהדר צו "מעביר סדרה זיין יעדן טאג אביסל" ווי עס שטייט אין שולחן ערות, א מגיד שיעור וואס וועט כסדר דערמאנען די עצות פון הייליגן רבין בפרט פאר בחורים ווי זאגן אכצן פרקים משניות, און יעצט געלויבט דעם אייבערשטן זענען זייערע תפלות נתקבל געווארן ווען עס האט זיך יעצט ב"ה געעפענט צום ערשטן מאל א ישיבה קטנה "היכל הקודש אין ירושלים" פאר אינגע בחורים נאך די בר מצוה, א ישיבה וואס די בחורים וועלן וואקסן און שטייגן בתורה ויראת שמיים מיט די עצות, התחקות און דיבורים פון הייליגן רבין, א ישיבה וואס וועט ווערן געפירט אויף וועג וואס דער ראש ישיבה האט אראפ געשטעלט. &nbsp; דערווייל האט זיך די ישיבה פלאצירט אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, ווי מען הייבט אן דעם טאג מיט א ווארימע שחרית, און נאכן עסן פת שחרית, איז דא א סדר היום וואס מען דארף לערנען. דער מגיד שיעור איז הר"ר משה שמואל שטעסל שליט"א א תלמיד הישיבה, וואס האט אסאך מקבל געווען פונעם ראש ישיבה וויאזוי זיך צו באגיין מיט בחורים. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן פון דעם ווינקל זאל ארויסקומען גוטע תלמידים וואס וועלן אויסוואקסן גרויסע ערליכע אידן.

    < זעה מער ו חשון תשפ"ג 📝
  • פופצנטער יאר ישיבה אנגעהויבן מיט גרויס הצלחה

    מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען יעצט אנגעהויבן דעם פרישן ווינטער זמן אין ישיבה, ווי די בחורים וועלן עס בעזרת השם אנצופילן מיט אסאך תורה ותפלה ומעשים טובים. &nbsp; עס קוועלט דאס הארץ ווען מען זעט ווי די ישיבה גייט שוין אזוי אן, ווען מען טרעט יעצט אריין אין די פופצנטער יאר זינט די ישיבה האט זיך געעפנט, נאך אזויפיל שוועריקייטן און מניעות וואס מען איז דורך די גאנצע צייט, גייט די ישיבה אן מיטן גאנצן שטארקייט און עס קומען כסדר צו מער און מער בחורים וואס ווילן אויך שעפן פון דעם ריינעם קוואל, זיך לערנען א וועג אין לעבן אזוי ווי דער רבי לערנט אונז. &nbsp; פאר פופצן יאר צוריק, ערב יום כיפור תשס"ח, האט מוהרא"ש ז"ל געשריבן א בריוו פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז אזוי ווי מען האט אים ארויסגעווארפן פון די ישיבה וואו ער איז געווען דער מנהל, בלויז פארן חטא אז ער האט מעורר געווען בחורים צו לערנען אסאך משניות און גמרא, דעריבער זאל ער עפענען אן אייגענע ישיבה, און נאך מער מעורר זיין די בחורים אויף התמדה אין לימוד התורה הקדושה. &nbsp; אינעם בריוו האט מוהרא"ש געשריבן אז די נייע ישיבה דארף נישט הייסן א ברסלב'ע ישיבה, כדי נישט צו מאכן קיין מחלוקת, דער עיקר איז נאר אריינצוברענגען אין די בחורים די אלע הייליגע געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן. אזוי האט דער ראש ישיבה דאן געטון, ער האט געעפנט א נייע ישיבה מיט מסירת נפש, און אנגעהויבן מיט א פרישקייט אריינצולייגן אין די בחורים די ריינע אמונה, צו שפירן און וויסן אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט אונז, און אז מען קען אייביג רעדן צו אים, און גלייכצייטיג אריינגעלייגט אין די בחורים א געוואלדיגע געשמאק צו זיצן און לערנען די הייליגע תורה מיט א געוואלדיגע התמדה. &nbsp; אין א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר איינעם, זעט מען אביסל ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען די בראשית-יארן פון די ישיבה, פאלגנד איז אן אויסצוג פונעם בריוו: "מוהרא"ש ז"ל האט מיר געשריבן א בריוו איך זאל עפענען א ישיבה, מוהרא"ש ז"ל שרייבט אין די בריוו, עס דארף נישט זיין מיט'ן נאמען "ברסלב", ווייל דער רבי האט בפירוש געזאגט מען זאל רעדן דיבורי אמונה מיט מענטשן נישט אין זיין נאמען, "וואס גייט מיר אן א מענטש וועט בענטשן ברכת המזון בכוונה ווען ער וועט נישט וויסן אז דאס קומט פון מיר" -&nbsp; האט דער רבי געזאגט. און אזוי האב איך געטון, איך האב געעפענט די ישיבה מיט'ן נאמען "תפארת צבי" אויפ'ן נאמען פונעם קרעטשניפער רבי'ן ז"ל, ווייל קיינער האט מיר נישט געוואלט פארדינגען א פלאץ וואו צו לערנען מיט די בחורים, איך האב נישט געהאט קיין ברירה, איך האב נישט געהאט וואו צו גיין, מיר זענען געגאנגען אין א זאל וואו מען מאכט שמחות, מיר האבן צעטיילט די זאל מיט מחיצות אויף כיתות און אזוי געלערנט. נאך א וואך האט איינער געזאגט ער איז מסכים אריין צו נעמען די ישיבה בתנאי זיך צו בויען א חסידות, איך האב געפרעגט מוהרא"ש ז"ל איבער דעם, "אוודאי" - האט מוהרא"ש געזאגט - "דער עיקר לייג אריין אין די בחורים לימוד משניות, די בחורים זאלן זאגן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין", דאס פלעג איך הערן טאג און נאכט פון מוהרא"ש ז"ל, "לייג אריין אין די בחורים לימוד משניות, די בחורים זאלן זאגן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין". &nbsp; "נאך א פאר וואכן איז מען געקומען צו דעם רב און מען האט אים געסטראשעט אז מען גייט אים באשמוצן מיט כתבי פלסתר וכו', דער רב האט זיך דערשראקן און אונז ארויס געווארפן און אראפ גענומען דעם נאמען "תפארת צבי", האט מוהרא"ש מיר געזאגט צו געבן דעם נאמען "תפארת התורה", אבער עס האט נאך אלץ נישט געהייסן ברסלב, ביי די שיעורים וואס איך פלעג געבן אין ישיבה האב איך נישט גערעדט בשם דעם רבי'ן, נאר "עס שטייט אין די הייליגע ספרים... צדיקים האבן געזאגט... איך האב קיינמאל נישט נאכגעזאגט בשם דעם רבי'ן, די בחורים האבן ניטאמאל געוואוסט ווער מוהרא"ש איז, ווער רבי נתן איז וכו'. &nbsp; "נאכדעם האבן זיי אנגעהויבן צו פארשפרייטן, מען האט מפרסם געווען אז איך בין ברסלב, און איך מאך מיינע תלמידים ברסלב, מען האט ארויס געגעבן ספרים און קונטרסים קעגן מיר אז איך בין פארכאפט אין ברסלב און איך בין זייער סכנה'דיג ווייל איך מאך די בחורים ברסלב, האב איך געטראכט צו מיר, אז עס איז יא אזוי אז מען שרייבט אויף מיר איך בין ברסלב, פארוואס זאל איך זיך פארשטעקן? בעסער געזאגט, פון וועמען זאל איך זיך פארשטעקן? האבן מיר געטוישט די נאמען פון די ישיבה צו "תפארת התורה היכל הקודש ברסלב". &nbsp; "דאס אלעס שרייב איך דיר, דו זאלסט נישט אנקוקן מיט א זלזול א ברסלב'ער אינגערמאן וואס עס זעט אויס ווי ער זוכט ארויס צו שטארן, ווען אונטער דאס וואס ער שטארט ארויס ליגט אסאך פארגאסענע בלוט. וויפיל איך זאל דיר שרייבן וואס עס איז אריבער אויף מיר בזיונות, וועסטו קיינמאל נישט גלייבן וואס א ברסלב'ער איד גייט אריבער ווען ער קומט צום רבי'ן, ווי די גאנצע משפחה נעמט זיך אויף אים, מען הייבט אן רודפ'ן, מען הייבט אן טרינקן זיין בלוט שטילערהייט, בשעת ווען די אנדערע קינדער טון וואס זיי ווילן וכו'. &nbsp; "מוהרא"ש ז"ל איז מקורב געווארן ביי די פופצן יאר צום הייליגן רבי'ן, ער האט געלעבט פאר זיך ער איז געווען דבוק צום אייבערשטן, נאך מוהרא"ש'ס חתונה איז געקומען א פעטער פון מוהרא"ש'ס ווייב, ער איז געוואויר געווארן אז מוהרא"ש לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, האט ער געשוואוירן אז ער גייט אים אוועק נעמען פון ברסלב, ער האט אנגעהויבן רודפ'ן מוהרא"ש, דער אייבערשטער זאל אפהיטן. ביז מוהרא"ש האט געזען אז עס רירט אן זיין שלום בית, האט מוהרא"ש געטון א זאך, און מוהרא"ש פלעגט זאגן אז עס איז געווען א ווילדע זאך, ער האט געדרוקט אלע ספרים פון רבי'ן, און אונטן וואו מען שרייבט נדפס על ידי... האט מוהרא"ש געשריבן "נדפס על ידי אליעזר שלמה ברסלבער ני"ו"... (מיר האבן דא אין ישיבה נאך פון די אלטע ספרים וואו מען קען דאס זען), מוהרא"ש האט אים געוואלט זאגן מיט דעם, אז מיר קענסטו נישט אוועק נעמען פון רבי'ן, דאס איז מיין לעבן דאס איז מיין נאמען, דעמאלט האט דער פעטער געזען אז עס איז נישט דא וואס צו טון. דאס אלעס שרייב איך דיר דו זאלסט וויסן אז נישט אלעס ווייסטו, ווען דו זעסט ווי א מענטש גייט און קומט און עס זעט אויס כאילו ער זוכט צו מאכן מחלוקות, אז אונטער די "ארויס שטארן", ווי דו רופסט דאס, ליגט אסאך רדיפות. "דערפאר איז זיכער נישט כדאי צו מאכן מחלוקות ווען מען ווערט מקורב, אז מען קען עס אויס באהאלטן איז זיכער כדאי, אבער מען דארף געדענקען וואס דער רבי האט געזאגט אויף זיין חולק, ווען ער האט אנגעפאנגען קריגן אויף אים: "אויב וועט ער מיר לאזן א וועג פון דער זייט, וועל איך אים גארנישט טון; אבער אז ער וועט מיר אינגאנצן שטערן, וועל איך אים צושניידן אויף שטיקער". דאס גייט ארויף אויף יעדן מקורב, אויב קען מען לערנען דעם הייליגן רבי'נס ספרים בהצנע לכת, מען קען מקיים זיין אלעס וואס דער רבי זאגט אן קיין מחלוקות, מה טוב ומה נעים; אבער אז מען זעט אז מען גייט פארלירן דעם רבי'ן וכו', דעמאלט איז נישט שייך צו קוקן אויף א צווייטן עס איז א בחינה פון חייך קודמין". &nbsp; ברוך ה', יעצט אז מען איז שוין אריינגעגאנגען אין די פופצנטער יאר פון די הייליגע ישיבה, זעט מען באשיינפערליך די סייעתא דשמיא וואס באגלייט די ישיבה אויף טריט און שריט, ווי שיין די ישיבה האט זיך צעוואקסן. און אויסער די בחורים וואס לערנען אין ישיבה, זענען דא נאך טויזנטער בחורים און אינגעלייט פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע האלטן אויך מיט אלע דרשות פון ישיבה, און זיי פרובירן אויך זיך צו שטארקן מיט די הייליגע און געוואלדיגע עצות פון רבי'ן וואס דער ראש ישיבה געבט איבער אין זיינע טייערע שיעורים. &nbsp; דער סדר היום אין ישיבה אויפן זמן החורף וועט זיין ווי פאלגענד, אכט אזייגער אינדערפרי הייבט זיך אן ישיבה, שחרית וועט זיין צען אייגער, דערנאך פרישטאג, אום 11:45 וועט הרה"ג ר' אלחנן רוטה שליט"א פארלערנען א שיעור אין גמרא מסכת סוכה, דערנאך וועט זיין צייט פאר יעדעם צו לערנען זיינע שיעורים אין חומש, משניות, גמרא, שו"ע און אין כל חלקי התורה יעדער איינער וואס אים ציעט, אום 1:30 וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארלערנען א שיעור אין גמרא, א בלאט א טאג, און אום 2:30 וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארלערנען א שיינע שיעור אין משניות, 4:15 וועט זיין א שיעור אין הלכה דורך הרה"ג ר' אלחנן רוטה שליט"א, און 5:00 וועט זיין דער בארימטער שיעור התחזקות, ווי אזוי זיך צו דערהאלטן אויף די וועלט מיט די לימודים פון רבי'ן. &nbsp; די גרינד פרונציפן פון די הייליגער ישיבה בעיקר אויף די הויפט צוויי עצות פונעם רבי'ן, די ערשטע צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, ווען א איד ווייסט אז דער אייבערשטער איז איבעראל, וועט ער עפענען די מויל און אנהייבן רעדן צו אים, און אים דערציילן אלעס וואס עס ליגט אים אויפ'ן הארץ, און מען זעט טאקע בחוש אז די אלע וואס געוואוינען זיך איין צו רעדן צום אייבערשטן, האבן גאר אן אנדער סארט לעבן, מען איז רואיג און פרייליך, וויסנדיג אז דער אייבערשטער איז ביי מיין זייט און ער וועט מיר שטענדיג העלפן. די צווייטע זאך איז דער "סדר דרך הלימוד" וואס דער רבי האט אונז געגעבן, וואס אויף דעם וועג קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען תורה, אז מען קען בלויז זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ווען מען פארשטייט נישט, און ווער עס וועט זאגן אסאך תורה וועט מיט די צייט זיין קאפ זיך עפענען און ער וועט אלעס פארשטיין. און דערפאר איז נישטא קיין תירוץ "איך פארשטיי נישט קיין לערנען", "איך האב נישט קיין געדולד צו לערנען", ווייל מיט דעם וועג קען יעדער לערנען די הייליגע תורה. &nbsp; און מען זעט טאקע ווי די בחורים ניצן אויס די צייט, יעדער לערנט זיך זיינע אייגענע שיעורים אין די אייגענע צייטן, איינער אין משניות איינער אין גמרא, א.א.וו. יעדער לויט זיין דרגא, און במשך די יארן וואס די ישיבה שטייט האט מען געזען ווי די בחורים וואס האבן געפאלגט און געלערנט אויף דעם וועג, האבן גאר שטארק מצליח געווען, און זענען בקי אין אסאך חלקי התורה. &nbsp; בחורים ענדיגן צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, בחורים ענדיגן ש"ס, בחורים לערנען אסאך אנדערע שיעורים יעדער אויף זיין שטייגער, טייל ענדיגן א מסכת הונדערט און איין מאל, און דאן נעמען זיי נאך א מסכת צו ענדיגן 101 מאל, און אזוי ווייטער. &nbsp; עס דערפריידט דאס הארץ צו זעהן די שיינע פירות וואס זענען שוין ארויסגעקומען פון ישיבה, די צענדליגע אינגעלייט יוצאי ישיבתינו וואס האבן זוכה געווען אויפצושטעלן בתים נאמנים לה' לשם ולתפארת, מיטנעמענדיג די אלע לימודים וואס זיי האבן געלערנט אין ישיבה אויך אויף נאך די חתונה.

    < זעה מער כד תשרי תשפ"ג 📝
  • שיעור הכנה ליום הקדוש דורכן ראש ישיבה שליט"א היינט נאכט

    ווען עס קומט דער הייליגער טאג יום הקודש דארפן אסאך מענשט חיזוק וויאזוי עס אנצוקוקן, מען מאכט עפעס א גזירה שוה יום כיפור מיט תשעה באב מען פאסט מען טוט נישט אן קיין שיך, מען טאר זיך נישט וואשן, קען חלילה אויסזען כאילו יום כיפור איז א טרויער טאג א שרעקעדיגע טאג, א טאג פון קלאגן חס ושלום. &nbsp; חז"ל זאגן אין מסכת תענית "עס איז נישטא קיין גרעסערע ימים טובים ביי אידן ווי חמשה עשר באב און יום הכיפורים", פארוואס? ווייל יום כיפור איז א טאג פון רחמים, א טאג וואס דער אייבישטער האט אונז געגעבן מיר זאלן ווערן ריין, א טאג וואס מען רייניגט זיך אפ מען וואשט זיך אפ פון אלע פלעקן פון אונזער נשמה. &nbsp; אויך דער דער יום טוב סוכות איז דא א טעות ביי מענטשן כאילו דער אייבישטער וויל אונז עפעס שטראפן דערמיט, מען נעמט עס אן אנגעצויגן און מען מיינט אז מען מוז האבן א שענערע אתרוג ווי דער שכן, מען ווייסט נישט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די ווייב און קינדער אין די לאנגע ימים טובים טעג, מען זוכט וויאזוי מען קען ווערן פרייליך, עס שטייט דאך "ושמחת בחגך" זוכט מען צו פארן צו די לבנה אפשר דארט וועל איך ווערן פרייליך, מען זוכט די שמחה מיט לעכט. דער אמת איז אז שמחה קען מען נאר דערגרייכן ווען מען לעבט מיט די תורה, מען געט גוטע ווערטער פאר די ווייב און קינדער, מען לערנט אביסל תורה, און מען רעדט אפאר דיבורים צום אייבערשטן. &nbsp; צום פרייד פון אנשי שלומינו, איז געקומען היינט די נייעס אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף געבן א שמועס היינט מאנטאג נאכט וויאזוי זיך צוצוגרייטן צום הייליגן טאג יום הקדוש, און דאנערשטאג נאכט א טאג נאך יום הקדוש וועט בעז"ה פארקומען א שיעור איבער וויאזוי מען קען אויסנוצן די הייליגע טעג פונעם הייליגן יום טוב סוכות הבא עלינו לטובה. &nbsp; דער שיעורים וועלן פארקומען אין וויליאמסבורג אין בית המדרש היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סט. אום 9:00 אווענט. אזוי אויך וועט קענען מיטהאלטן דעם לייוו הוקאפ ביי אלע ברסלבע שולן אין אלע שטעט. &nbsp; כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם לפני ה' תטהרו

    < זעה מער ח תשרי תשפ"ג 📝
  • ישיבה תפארת התורה זיך צוריק געקערט קיין וויליאמסבורג

    געלויבט השם יתברך אז עס איז דורך א הערליכע זומער מיט די בחורים אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, די בחורים האבן אויסגענוצט די זומער וואכן מיט טויזנטער בלעטער גמרא, משניות, און נאך פילע לימודים, אזוי אויך האט עס געדינט אלץ א "ריהעב פון אמונה", מען האט זיך אנגעשעפט מיט אמונה אקסיזשען פאר'ן גאנצן קאלטן ווינטער. &nbsp; יעצט ווען דער זומער סעזאן האט זיך שוין געענדיגט, איז די ישיבה גלייך ממשיך מיטן סדר היום אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. וואו די בחורים זיצן ווייטער און לערנען פלייסיג א גאנצן טאג, און אזוי אויך קומען ווייטער פאר די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א טעגליך און וועכנטליך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף. אזוי אויך זענען די בחורים ממשיך מיט'ן לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, וואס וועט בעז"ה אנהאלטן ביז ראש השנה, און מיט דעם זענען די בחורים מקיים די סגולה וואס מוהרא"ש האט געגעבן פאר די בחורים אין יאר תשע"א, ווען ער האט באזוכט אין קעמפ, אז ווער עס וועט ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית פאר פערציג טעג אין די רייע, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב, וועט טרעפן זיין שידוך. און אזוי האלטן די בחורים אן דעם איינפיר זייט דעמאלט, און מיט דעם זעען זיי ברוך ה' אפענע ישועות. די בחורים טרעפן גוטע שידוכים איינ'ס נאכ'ן צווייטן. &nbsp; דער סדר היום אין ישיבה אין וויליאמסבורג איז ווי פאלגענד: אכט אזייגער אינדערפרי הויבט זיך אן די שיעורים; דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר א בלאט גמרא יעדן טאג, זונטאג איז דאס ניין אזייגער. דעם שבת'דיגן בלאט גמרא לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר מוצאי שבת קודש גלייך נאכ'ן זמן. &nbsp; נאכ'ן שיעור גמרא געבט דער ראש ישיבה שליט"א געווענליך א שמועס פאר די מלמדים; עצות און חיזוק ווי אזוי צו זיין א גוטע מלמד. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מלמדים דארפן יעדן טאג הערן חיזוק, ווייל זייער אמט אז זייער אן אחריות'דיגער. צען אזייגער דאווענט מען שחרית, נאכדעם לערנען די בחורים יעדער פאר זיך זייערע שיעורים; חומש רש"י, ח"י פרקים משניות, גמרא, און אזוי ווייטער. &nbsp; נאכדעם צוויי אזייגער לערט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א שיעור אין גמרא רש"י ביז הלכה. דריי אזייגער דאוונט מען מנחה. א פערטל נאך פיר לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א הערליכער שיעור אין ירושלמי און רמב"ם. &nbsp; פינף אזייגער לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר די טעגליכע וועלט בארימטע שיעורי התחזקות, געפלאכטן מיט דיבורים פון הייליגן רבי'ן און פון מוהרא"ש. &nbsp; אין ווייניגער פון צוויי וואכן וועט די גאנצע ישיבה בעזרת השם פארן קיין אומאן אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א; ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, "והיה פלא אצלי, מאחר שהמקרבים שלי מאמינים לי, ולמה לא יזהרו כל האנשים המקרבים אלי שיהיו כלם על ראש השנה, איש לא יעדר. כי כל ענין שלי הוא רק ראש השנה", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר, און זיי זענען מקורב צו מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? קיינער טאר נישט פעלן, ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה". &nbsp; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען אויסנוצן די צייט אין אומאן ווי עס דארף צו זיין, און פועל'ן פאר זיך, פאר די משפחה, און פאר גאנץ כלל ישראל, א שנת גאולה וישועה, א זיס ליכטיג יאר מיט אלעס גוטס ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; כי הם חיינו ואורך ימינו!

    < זעה מער יא אלול תשפ"ב 📝
  • סיום הש"ס דורך הב' מרדכי לייב טירנויער

    פאריגע וואך דאנערשטאג נאכט איז געווען א יום טוב ביי די תלמידי הישיבה ווען א הב' מרדכי לייב טירנויער הי"ו האט זוכה געווען נאך זיין ווייניגער פון א יאר זיין אין ישיבה צו מסיים זיין גאנץ ש"ס. &nbsp; דער עולם איז זיך צוזאם געקומען מען האט זיך מיטגעפרייט, דער ראש ישיבה האט געזאגט א שיינע שיעור און האט ארויסגעברעגנט ווי א בחור האט זוכה געווען אין די קורצע צייט אזויפיל צו לערנען, יעדע חודש ענדיגט ער משניות, תיקוני זוהר, און ליקוטי מוהר"ן. &nbsp; אויסערדעם וואס ער איז פון די גרעסטע מפיצים, וואס גייט ארום כסדר און פארשפרייט די זיסע עצות וואס ער האט געטראפן, אז אויך אנדערע אידן זאל זוכה זיין צו געניסן פונעם נחל נובע מקור חכמה, און קענען לעבן דעם זיסן לעבן מיט די תורה מיט די אייבישטער וואס ער האט זוכה געווען דורך א ספר. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז מיינטס נישט אז נאך די אלע זאכן די פילע בלעטער גמרא, פרקים משניות און די אלע אנדערע לימודים וואס ער לערנט יעדן טאג, און אויסער דעם וואס ער גייט יעדן טאג אסאך הפצה אז ער האט נישט קיין צייט צו שפילן, שמועסן און פארברענגען. ער איז א בחור וואס מאכט פרייליך אלע ארומיגע, קען אויסהערן א צווייטן, שמועסן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט מכבד געווען דעם חתן הש"ס מרדכי לייב צו זינגען א ניגון וואס ער האט פארפאסט צו זיין סיום הש"ס. &nbsp; לחיבת הקודש וועלן מיר דא אראפברענגען דעם גאנצן ניגון ווארט ביי ווארט. מען קען עס מיטהאלטן סיי אויפן וועבסייט דא ביי די אפטיילונג פון די שיעורים, אזוי אויך אויפן טעלעפאן קול ברסלב ביי די שיעורים פון די אינגעלייט. &nbsp; ❞ראוי לאדם שיעבור וילך בזה העולם בכל הספרים הקדושים וללמוד כולם כדי שיכול להתפאר בעולם הזה שהיו בכל מקום בעולם הזה וסיפר עמנו הרבה הרבה בענין זה שטוב ללמוד במהרות ובלי לדקדק ואמר שאין צריכין בלימוד רק האמירה לבד לומר הדברים כסדר וממילא יבין &nbsp; איז געקומען מוהרא"ש - און לעובדה ולמעשה פאר אונז געמאכט פאר גאנצע פופציג יאר - פון דעם געשריבן און גערעדט געווען שטארק מיט דעם - אפילו גאר אסאך פון אים געלאכט תלמדי חכמים - שוין געווארן און נאך אסאך וועט &nbsp; תורה הקדושה, תורה הקדושה אביי ורבא, אביי ורבא קדישא &nbsp; הייב אן זאגן - די גמרא הער אויף קלאגן - אז עס האט נישט קיין סברא דער רבי זאגט מען דארף נישט פארשטיין אן קיין חזרה - מיט א ניגון א חשבון א קלארע - ווען אין קבר וועסט ליגן דעמאלטס מיט דיר די תורה וועט מיטגיין &nbsp; ס'האט נישט גענומען לאנג - דאך עס שפירט נישט וואר און הדרן עלך זינג איך אויף תלמוד בבלי נאך פיל יגיעות און מניעות - במשך אפאר יאר ביי מיין סיום הש"ס צום באשעפר זינג איך הללו &nbsp; פיל גוט אידן געקומען צו מיר - געמאכט מיט די הענט נע, מ'האט נישט געהאלטן - געגעבן א לאך חברותות אינגעלייט - היינט קענט עטס רעדן צו די ווענטנאר מיטן סדר דרך הלימוד זאגן אסאך &nbsp; ווייל ס'איז שווער - פון אנהייב אלעס צו פארשטיין דעמאלטס פאלג די צדיקים - און נעם דעם רבניס וועג אז דו לערנסט טיף - די שווערע סוגיות דו בויעסט אויף מיט חן קענסטו דאס נוצן - ווען עס גייט דורך שווערע טעג &nbsp; תורה הקדושה, תורה הקדושה אביי ורבא, אביי ורבא קדישא &nbsp; תהלים חומש משניות כמה וכמה פעמים - בבלי ירולשמי תוספתא נ"ך רמב"ם מדרש טור שולחן ערוך - זוהר הקדוש תיקוני זוהר און רבינ'ס זאך &nbsp; די כח פון תורה איז אזוי גרויס - האט דער רבי צו רבי נתן געגעבן א שריי &nbsp; אפילו א מענטש וואס ליגט טיף אין שאול - לערנען כך וכך צוריק קומען ווי ניי❝ &nbsp;

    < זעה מער יח אב תשפ"ב 📝
  • בחורים אין ישיבה לערנען 40 מאל מסכת תענית ביז ראש השנה

    מארגן פרייטאג ואתחנן, חמשה עשר באב, הייבט זיך אן די יערליכע מסכת תענית טומל אין ישיבה, די בחורים ווערן צוגענאגלט צו די בענקלעך, די אויגן צוגעשמידט צו א גמרא מסכת תענית, מען לערנט פלייסיג מיט חשק, און מ'ענדיגט יעדן טאג נאכאמאל גאנץ מסכת תענית. &nbsp; אין יאר תשע"א, פאר חמשה עשר באב, האט מוהרא"ש געזאגט פאר'ן ראש ישיבה אז ער גייט אריבערקומען אין קעמפ אום חמשה עשר באב, א טאג וואס איז מסוגל פאר שידוכים, און ער וועט פועל'ן שידוכים פאר די בחורים. ביי די סעודה לכבוד חמשה עשר באב האט מוהרא"ש גערעדט א לאנגע צייט צו די בחורים, און ביים סוף פון די דרשה האט מוהרא"ש געזאגט אז אלע בחורים פון זיבעצן יאר און העכער וואס וועלן ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וועלן זיי אי"ה טרעפן זייער שידוך גלייך נאך ראש השנה. &nbsp; אלע בחורים האבן זיך צוגעכאפט דערצו און האבן דורכגעלערנט מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה און גלייך נאך ראש השנה האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה, און אין לויף פונעם ווינטער זמן תשע"ב, האבן אלע בחורים געטראפן זייער שידוך, זיי האבן ב"ה שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת. &nbsp; זייט דעמאלט האלט עס ווייטער אן יאר יערליך, די פרישע בחורים ענדיגן מסכת תענית פערציג מאל פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, און ב"ה פילע שידוכים זענען געשלאסן געווארן אין דעם זכות אין לויף פון די יארן. אויך פילע בחורים פון אנדערע ישיבות, וואס האלטן מיט די דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, האבן זיך אויך צוגעכאפט צו דעם, זיי האבן אויך געלערנט מסכת תענית פערציג מאל, און זענען ב"ה אויך געהאלפן געווארן מיט שיינע שידוכים. &nbsp; אנהויב די וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א נאכאמאל מעורר געווען די בחורים זיך צוצוגרייטן די מסכת תענית, ווייל פרייטאג חמשה עשר באב וועט מען אנהויבן לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה. פארשטייט זיך אז די בחורים האבן קוים געקענט ווארטן אויף דעם טאג, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דאס יאר אויך קומען פילע חתנים אין ישיבה. &nbsp; אין אנדערע נייעס האבן פילע אנשי שלומינו אנגעהויבן די וואך דעם פרישן מחזור אין לימוד תוספתא, און אין נ"ך, ווי געמאלדן פארגאנגענע וואך. אויסער די פילע שיעורים וואס מען לערנט יעדן טאג, האבן זיך פילע אויך צוגעכאפט צו די צוויי לימודים, לכבוד דעם וואס מען האט עס יעצט אנגעהויבן פון פריש. &nbsp; אין שמחה כשמחת התורה!

    < זעה מער יד אב תשפ"ב 📝
  • נייע BTTC סיסטעם גייט שטארק פארגרינגערן בעז"ה דעם טשערידי קאמפיין

    נאך א שווערע האראוואניע, האבן די געטרייע אינגעלייט העוסקים בצרכי ציבור באמונה באוויזן בסייעתא דשמיא אויסצוארבעטן א געוואלדיגע נייע סיסטעם וואס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף מאכן ממש א רעוואלוציע אינעם פעלד פון באקומען און געבן נדבות פארן צוקונפטיגטן "אנשי חיל" טשערידי קאמפיין. &nbsp; מיטן נייעם סיסטעם וואס האט באקומען דעם נאמען BTTC (ברסלב טעקסט טו טשערדי), וועט מען בעז"ה קענען טון אלעס וואס מען קען טון אויפן טשערידי וועבסייט, נאר דא וועט מען עס קענען טון דורך א בלויזע פשטוער טעקסט. &nbsp; דער סיסטעם וואס איז ב"ה גוט אויסגעארבעט געווארן, וועט אלעס בעז"ה טון פאר אייך. איר וועט קענען אזוי ארום ארויפלייגן נדבות מיט קרעדיט קארדס דורך אייער פשוטן טעלעפאן, אדער איר וועט קענען זאגן פאר אייערע גוט הארציגע נדבנים וויאזוי זיי זאלן מנדב זיין דורך דעם פשוטן און גרינגען טעקסט סיסטעם. &nbsp; אויך וועט איר אדער סיי ווער עס איז אינטערעסירט קענען מיטהאלטן די אפדעיטס פון די גאנצע קאמפיין אדער פון איין געוויסע טיעם, אזוי אויך וועט איר קענען באקומען א ליסטע פון אלע אייערע לעצטע נדבות וואס איר האט באקומען (אז איר ווילט זיי באדאנקען...) און נאך געשמאקע אפציעס, ווי איר וועט בעז"ה ליינען ווייטער. &nbsp; וויאזוי ארבעט עס? אויב "יואל ווייס" וויל געבן $5 פאר אייער טיעם? שיקט א פשטוער טעקסט דאס ווארט charge, דערנאך ספעיס, דערנאך דער סומע פונעם נדבה (אן קיין דאלער סימבאל, אָן קיין פּינטל), דערנאך ספעיס, דערנאך די גאנצע קרעדיט קארד נומער (אָן ספּעיסעס וכדומה), דערנאך ספעיס, דערנאך די עקספּיירעישאן דאטום (אין 4 ציפערן), דערנאך ספעיס, דערנאך די נאמען פונעם נדבן. &nbsp; ביישפיל טעקסט מעסעדזש: charge 5 123456789012345 0126 Yoel Weiss &nbsp; דער סיסטעם וועט תיכף אין די זעלבע סעקונדע אויפכאפן פון וועלכע טעלעפאן נומער עס קומט, און אויפן יענעם טיעם טשארדזשן דעם קרעדיט קארד $5, און צושרייבן דערצו דעם נאמען פונעם נדבן אויף אייער פעידזש. &nbsp; אויב דער נדבן וויל אליינס שיקן זיין נדבה דורך זיין אייגענעם טעלעפאן דארף ער שיקן די זעלבע מעסעדזש, נאר צום סוף פנעם מעסעדזש דארף ער מאכן א ספעיס און לייגן אייער טעלעפאן נומער (אן קיין ליינס אדער ספעיסעס) און דער סיסטעם וועט עס לייגן אויף אייער אקאונט ווי פריער דערמאנט. &nbsp; נאך גוטע אפציעס: שיקט א טעקסט AS (וואס באדייט all status) און באקומט צוריק א מעסעדזש וואו די גאנצע קאמפיין האלט &nbsp; שיקט GD (דאס מיינט get donors) און באקומט די ליסטע פון די לעצטע נדבנים צו אייער טיעם &nbsp; שיקט TS (וואס מיינט team status) און באקומט צוריק א מעסעדזש מיט די סומע וואס איר האט שוין אויפגעטריבן &nbsp; שיקט א מעסעדש TSE 7181234567 (וואס מיינט team status external) און באקומט א מעסעדזש וויפיל דער טיעם פון 7181234567 האט שוין אויפגעטריבן &nbsp; מען ארבעט אויף נאך גוטע אפציעס וואס מען זאל קענען טון מיטן טעקסט סיסטעם. &nbsp; צו יעדע צייט קענט איר שיקן דאס ווארט commands צום טעלעפאן נומער 929-442-2968 און איר וועט באקומען א ליסטע פון אלע זאכן וואס מ'קען טון דורכן BTTC ברסלב טעקסט טו טשערדי סיסטעם &nbsp; בשם השם נעשה ונצליח

    < זעה מער יד סיון תשפ"ב 📝
  • סדר הלימודים אין ישיבה האלט ווייטער אן במשך בין הזמנים

    &nbsp; ווען איר קומט אריין אין די יעצטיגע טעג אין ישיבה תפארת התורה, זעט איר ווי די בחורים זיצן און לערנען מיט התמדה, אזוי אויך קומט פאר טעגליך פאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה, אלעס גייט ווייטער אן ווי געהעריג א גאץ חודש ניסן. &nbsp; ווי באקאנט האבן אלע צדיקים געבלוטיגט אויף די אזוי גערופענע "בין הזמנים" טעג, ווען תלמידי ישיבות ברענגען אן די צייט מיט נארישקייטן, און האבן אלץ מעורר געווען, אז א איד דארף לערנען אין דאווענען יעדן טאג פון יאר, נישט קיין חילוק צו עס איז חודש טבת, ניסן, אב, אדער תשרי. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע שרייבט אין קונטרס "בין הזמנים" "עס איז דא נאר איין צייט וואס א מענטש האט "בין הזמנים", דאס איז בין מיתה לקבורה, נאכן שטארבן פארן באערדיגן". אבער א גאנץ לעבן דארף א איד שטענדיג אריינכאפן נאך תורה ומצות, און נישט חס ושלום פארברענגן די צייט, וואס דאס ברענגט דאס ערגסטע ה"י. &nbsp; און אזוי איז טאקע איינגעפירט אין די הייליגע ישיבה תפארת התורה אין די אלע יארן, אז עס איז נישטא קיין בין הזמנים אין ישיבה. די בחורים האבן ליב צו קומען אין ישיבה, זיי ווערן ערצויגן מיט אהבת התורה, און אהבת השי"ת, זיי פרייען זיך צו קענען קומען ווייטער זיצן בין כותלי הישיבה, און לערנען די הייליגע תורה שיעורים כסדרן, ובנוסף צו קענען הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה וואס איז מחי' נפשות, וואס געבט אריין חיות פאר די בחורים, און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן. &nbsp; כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ

    < זעה מער ה ניסן תשפ"ב 📝
  • פורים אין ישיבה תפארת התורה

    נאך א יאר איז אריבער וואס די מפיצים האבן ווייטער פארשפרייט און מפרסם געווען די עצות און שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און די הייליגע דיבורים איז שוין היינט בכלל נישט קיין סוד, צענדליגע טויזנטער אידן שעפן זייער חיות און לופט צום אטעמען פון די שיעורים פון ראש ישיבה, מען לערנט דורך פון דעקל צו דעקל יעדע גליון, יעדע קונטרס, יעדע סידי, און מען שלינגט מיט דורשט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א. אידן שפירן אז די דיבורים פון הייליגן רבי'ן רעדן צו זייער נשמה און שפירן אז עס איז דא ארבי וואס פארשטייט וואס עס גייט דורך אויף אונזער דור, און געבט אונז די וועג צו האבן א זיסע וועג צום לעבן, און מען הייבט אן לעבן א נייע לעבן, א לעבן מיטן אייבערשטן. &nbsp; אויב קוקט מען זיך אום איז זייער מערקווירדיג דעם גרויסן חילוק ווי עס האט אויסגעזען 15 יאר צוריק ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט. אנהויב האבן מענשטן בכלל נישט באגריפן וואס די הייליגע ישיבה איז, און וואס פארא לעכטיגקייט דאס ברענגט פאר אידישע קינדער. אצינד האט זיך דאס אלעס ב"ה אינגאנצן געענדערט, א דאנק די הייליגע מפיצים וואס פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער אויף אלע מיני וועגן, און עס הערשט היינט צו טאגס א געוואלדיגע צמאון און דורש צו הערן און מיטהאלטן וואס טוט זיך אין ישיבה. אידישע קינדער זענען "לא צמא ללחם ולא צמא למים", מען שפירט פאר די גרעסטע זכי' צו קענען האבן א חלק און שטיצן די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה, מען זוכט נאר "לשמוע את דבר ה'". &nbsp; די פארלאנג ווערט וואס א יאר עס גייט אריבער שטערקער און שטערקער. און אין די פארגאנגענע עטליכע יאר איז שוין געווארן אוממעגליך נאכקומען דער גרויסער פארלאנג פון משפחות וואס בעטן אז די בחורים זאלן ארויפקומען צו זיי אום פורים, און דאס איז ב"ה געווען גאר שיינע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה. &nbsp; מען פרובירט דאס בעסטע נאכקומען די גרויסע פארלאנג און יעדעם קענען צופרידן שטעלן, דערפאר האט מען איינגעשטעלט אז מען גייט נישט ארויף צו קיינעם נאר מיט א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט. איר קענט נאך באשטעלן די בחורים צו קומען משמח זיין ביי אייך אום פורים דורכן רופן 917-232-9070. &nbsp; עקסטער גרייטן די בחורים און אינגעלייט מיט א שיינע פראגראם פאר מוצש"ק צו ווי מען מען וועט זיך בעז"ה צוזאם קומען און זיך משמח זיין אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג, מען וועט זיך וואשן צו מלוה מלכה און סעודת שושן פורים, דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן, און א הערליכע פלעי וועט בעז"ה געשפילט ווערן דורך די אינגעלייט און בחורים. &nbsp; והעיר שושן צהלה ושמחה &nbsp; 📰 אומבאשרייבליכע שבת און סיום סדר מועד על סדר הש"ס 💿 נייע הערליכע סידי "איך דארף נישט קיינעם" פאר בלויז $2.99 🛒 קרן הדפסה איז גרייט אויף פורים 📖 ספרים אויף פסח

    < זעה מער יא אדר ב' תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 104 results

1 2 3 4 5 6 7
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשע״ז
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com