Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הכנו! גרויסע קרן הבנין קאמפיין פארן בית התבשיל

    מיט גרויס פרייד נעמען אנשי שלומינו אויף די פרייליכע בשורה אז די געטרייע עסקנים פונעם בית התבשיל ובראשם דער ראש ישיבה שליט"א איז אריינגעשפרינגן אין א גרויסן פראיעקט אויפצופיקסן און איבערבויען דעם בנין פונעם בית התבשיל כדאי צו קענען נוצן דעם בנין א גאנץ יאר. אט שטעלן מיר פאר עטליכע שאלות וואס מיר האבן געפרעגט פון די עסקני בית התבשיל לרגל דעם גרויסן קאמפיין. שאלה: דער בית התבשיל בנין געהערט שוין פארן בית התבשיל עטליכע יאר, וואס האט יעצט פאסירט אז מען מאכט א קרן הבנין קאמפיין? תשובה: ריכטיג, דער בנין פונעם בית התבשיל האט דער ראש ישיבה שליט"א אוועקגעגעבן פארן בית התבשיל אז מיר זאלן דאס נוצן צו קענען טון חסד פאר די שטעטל. דעם עצם בנין אליין איז אבער ממש גארנישט, חוץ פון די ביעמ"ס מיטן דאך איז קיין שום ילק פונעם בנין אויסגעשטעלט צו נוצן.  צום ביישפיל, די ווענט וואס דער בנין האט יעצט. באשטייט סך הכל פון א דינע בלעך. אין די ווינטער מאכט עס אז אינעם בנין זאל זיין קעלטער ווי אינדרויסן אויפן גאס, און זוממער ווערט אינעם בנין הייסער ווי אויפן גאס. אויב ווילן מיר לאזן לויפן א געהעריגע אפעראציע וואס זאל לויפן יעדן טאג פון יאר, וועט מען דארפן טוישן די ווענט און לייגן געהעריגע האלצערנע ווענט וואס מען וועט קענען אינסולעיטן. די צווייטע זאך וואס דער בנין פארמאגט איז אביסעלע פלאמבינג, אבער אזוי ווי עס איז נישט באנוצט געווארן די לעצטערע יארן דארף מען אריינלייגן אסאך ארבעט און געלט אז מען זאל דאס קענען צוריק אנהייבן נוצן. ווי אויך וועלן מיר דארפן לייגן פרישע פייפס צו קענען אקאמאנדירן טעגליכע אפעראציע.  צו ענטפערן דיין פראגע אין קורצן, מיר האבן פיר ווענט מיט א דאך, אבער נישט דאס איז וואס מיר דארפן צו קענען אנגיין מיט אונזער אפעראציע. אינען יעצטיגן בנין, אזוי ווי עס איז נישט געהעריג אויסגעשטאט צו זיין א סטארידזש, קענען מיר נישט האלטן אינעם אונטערשטן שטאק קיין פראדוקטן, נאר פעמפערס אדער אנדערע זאכן וואס קענען זיך האלטן אין אנדערע טעמפעראטורן. אבער צו קענען ריכטיג אפערירן דארפן מיר באמת פארמאכן דעם בנין און עס אינסולעיטן. איי ווי אזוי זענען מיר אנגעגאנגען מיטן בית התבשיל ביז יעצט? דער ענטפער איז אז דער בית התשיל האט אן אומאפשטעלבארע ציל צו געבן עסן פאר אידישע קינדער, קיין שום זאך וועט אונז נישט אפשטעלן! שאלה: וואס איז די פלאן מיט די יעצטיגע קאמפיין, מיט וואס וויל מען בעסער מאכן דעם בנין? ענטפער: לאמיר דא אויסרעכענען עטליכע זאכן וואס דער בנין הבית התבשיל מוז זאפארט האבן, אז אידן אין שטעטל זאלן מיטן אייבערשטן'ס הילף האבן צו עסן בהרחבה. אראפנעמען אלע איצטיגע ווענט און לייגן האלצערנע פרעימס און פלייוואודס, ביידע שטאקן. אינגאנצן אינסולעיטן דעם בנין, ביידע שטאקן. אריינלייגן מאכטפולע סטיעם און עיר קאנדישיאן סיסטעמס, סיי אונטן פאר די סטארידזש און סיי אויבן פאר די קאך. פארשטארקערן די ביעמס פון די ערשטע שטאק אז עס זאל קענען האלטן די וואג פונעם נייע קאך.  והעיקר: בויען א גרויסע קאמערשיאל קאך אויפן צווייטן שטאק, גרייט צו קענען אפקאכן הונדערטער פארציעס אויפאמאל. אפגרעידן די עלעקטריק צו קענען געבן power פאר די קאך און פאר א גרויסע קאמערשיאל פריזער. מאכן אינדרויסן פונעם בנין א גרויסע פארקינג לאט אז אנשי שלומינו זאלן קענען קומען נעמען עסן מיט הרחבה. א גרויסע לאודינג דאק פאר די ערשטע שטאק, אז טראקס און טרעילערס זאלן קענען אריינלאודן גראד אריין אינעם סטארידזש. דאס זענען זאכן וואס דער בנין דארף האבן שוין יעצט. חוץ פון די פולע אנדערע זאכן וואס מען קען צולייגן אז דער בנין זאל זיין נאך בעסער געאייגענט פאר אונזערע אפעראציעס, ווי למשל אן עקסטערע גאראזש פאר סטארידזש אדער  דאס איז שוין נאכדעם וואס דער בית התבשיל האט שוין אריינגעלייגט איבער $100,000 צו לייגן א צעמענטענע פלאר אין די סטארידזש, אריינלייגן נייע טירן, און מאכן א שטיקל פארקינג לאט אין פארנט פונען בנין. דאס איז חוץ פון די היי לאו וואס דער בית התבשיל האט געקויפט פארן בנין. שאלה: איך מאך א שנעלע חשבון וויפיל עס דארף קאסטן די אלע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכנט דא און איך קום אן צו גרויסע נומערן. וואס איז ענקער פלאן? ענטפער: דער ראש ישיבה שליט"א וויל אז דאס זאל געשען, און דאס איז וואס גייט געשען! נישטא קיין שום ספק דערין! מיר ווייסן אז אנשי שלומינו זענען זייער ווארעם פארן בית התבשיל, יעדער פון די קהילה איז נהנה פון אונז, יעדער אויף זיין וועג. מיר זענען זיכער אז יעצט ווען מיר האלטן בעפאר אזא וויכטיגע קרן הבנין קאמפיין וועלן אונז אלע אנטקעגן קומען מיטן זיך אונטערנעמען גרויסע זכותים פארן בנין.  בשם די גאנצע קהילה באדאנקן מיר זיך פארן בית התבשיל מיט די ווערטער וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פארן בית התבשיל "דו ראטעוועסט אונזער גאנצע שטעטל פון שלעכטס מיט די חסד וואס דו טוסט".   מיטן אייבערשטנס הילף וועט נאכפאלגן דא אויפן וועבסייט כסדר'דיגע אפדעיטס איבערן קאמפיין.

    < זעה מער יא כסלו תשפ"ו 📝
  • נייער "כולל בוקר" אין קרית ברסלב שטארק מצליח

    א פרישע ווינט פון לימוד התורה שפירט זיך אין שטעטל. יעדן אינדערפרי, איידער דער טאג הייבט זיך אן , טוט זיך א געפילדער אין בית המדרש. פילע יונגעלייט, בחורים, און אפילו קינדער קומען און זעצן זיך לערנען &ndash; יעדער אויף זיין אייגענעם וועג, טייל לערנען מיט א חברותא, אנדערע לערנען פאר זיך; מען זעט אינגעלייט לערנען חומש רש"י, אנדערע לערנען משניות אדער גמרא, שלחן ערוך אדער חסידישע ספרים &ndash; יעדער לערנט וואס עס רעדט צו זיין הארץ. &nbsp; דער געוואליגער סוקסעס האט זיך ב"ה אנטוויקעלט מיט די חיזוק און באגלייטונג פונעם ראש ישיבה שליט"א וועלכער האט פארגאנענעם שבת קודש באזוכענדיג אין שטעטל, שטארק אנגעווארימט דעם ציבור און געזאגט אז ער וויל זייער זען דעם בית המדרש פול יעדן אינדערפרי מיט לומדים. צווישן זיינע ווערטער האט ער אריסגעברענגט די גרויסקייט פון לערנען תורה אין די פריע שעה'ן פון טאג &ndash; ווען די וועלט איז נאך שטיל און דער מח איז קלאר &ndash; און אויפגעפאדערט דעם ציבור צו גיין שלאפן אין צייט, אויפשטיין פרי, און אוועקגעבן די ערשטע שעה פונעם טאג פאר׳ן אויבערשטן און פאר די תורה. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט אז נאר מיט משניות קען מען זיך פאררופן א תלמיד פון היכל הקודש. "זאגן אצן פרקים משניות יעדן טאג," האט דער ראש ישיבה געזאגט, איז מחזק א מענטש, און דערהאלט אים אין יעדע מצב." אפילו די וואס זענען פארנומען מיט עסקנות און צרכי ציבור קענען נישט דורכלאזן א טאג אן לערנען האט דער ראש ישיבה געזאגט, און אז יעדע ברסלב'ע חסיד מוז שטענדיג האבן מיט זיך א קליינע משניות, און אריינכאפן נאך א פרק ווען נאר מעגליך. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א איבערגעגעבן זיין פלאן מען זאל ווידער עפענען דעם כולל בוקר אין שטעל, אזוי ווי עס געווען אין די ערשטע יארן פונעם שטעטל, ווען דער בית המדרש איז נאך געווען ביי הר"ר אברהם משה אין שטוב. וואס דעמאלטס איז טאקע נאך געווען א קליינע בית המדרש, אבער עס איז געווען פיל יעדן טאג פון זעקס ביז זיבן אזייגער מיט אינגעלייט וואס זענען געזיצן און געלערנט פאר'ן א שעה דאווענען. &nbsp; אין א בריוו די וואך צום איבערגעגעבענעם גבאי, הר"ר אברהם הערש וועבערמאן, האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעדרוקט ווי שטארק דערהויבן דער חודש תשרי איז אריבערגעגאנען אויף אים אין שטעטל, און האט אים מחזק געווען צו באנייען דעם כולל בוקר. &nbsp; געלויבט דעם אויבעשטן, דער חלום פון ראש ישיבה איז צושטאנד געקומען, יעדן אינדערפרי ווערט דער בית המדרש ליכטיג &ndash; א הערליכע קול תורה פילט אן די לופט, די טישן און בענק זענען פול, און די צופרידענע פרייליכע פנימ'ער זענען עדות אויף די געוואלידע תועלת דערפון. מען שפירט די זיסקייט פון די תורה, וואס נאר דאס קען געבן פאר א מענטש דעם סיפוק און צופרידנקייט וואס יעדער זוכט. &nbsp; שבתי בבית ה' כל ימי חיי, לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו

    < זעה מער יב חשון תשפ"ו 📝
  • רבני הכולל אין קרית ברסלב שטעלן זיך צום פארהער אויף גאנץ הלכות שבת ביי גדולי הרבנים שליט"א

    גרשון קרעמער &nbsp; אין א געוואלדיגע דערגרייכונג האבן די אינגעלייט פונעם כולל היכל הקודש אינעם שטעטל געענדיגט אין די טעג די קאמפליצירטע הלכות פון הלכות שבת, און פינף אינגעלייט האבן זיך געלאזט פארהערן ביי גרויסע רבנים. &nbsp; די פארהערן זענען אפגעהאלטן געווארן במשך עטליכע טעג, ווי די אינגע רבנים פון כולל האבן זיך ארויסגעוויזן צו האבן קונה געווען די פילע סימנים פון הלכות שבת, וואס נעמט אריין גאר אסאך אנדערע שווערע סוגיות. &nbsp; מאנטאג זענען איז דער כולל אראפ געפארן קיין מאנסי צו הרה"צ ר' אברהם וויינגארטן שליט"א, דינסטאג איז מען געווען ביי הרה"צ ר' מיכל שטיינעץ שליט"א דער סקווירער דיין אין בארא פארק, שפעטער איז מען געפארן קיין מאנסי צום דיין הרה"צ ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א ראש הכולל ליזענסק, און מיטוואך איז מען געווען ביים קארלסבורגער רב שליט"א אין בארא פארק, דער פאטער פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; יעדע דיין האט פארהערט אויף זיין וועג, טייל האבן געפרעגט שאלות פון די אברכים איינע נאכן צווייטן, אנדערע האבן ארויפגעברענגט שווערע שאלות און אריינגעפירט די אינגעלייט אין א תורה הלכה שמועס, אבער אלע זענען פה אחד נתפעל געווארן פון די אינגעלייט ווי שיין זיי האבן קונה געווען די הלכות, אבער מער פון דעם, האט די תורה זיי געלערענט, מען האט געזען איידעלע אינגעלייט וואס יראתם קודמת לחכמתם, און זענען ראוי צו פסק'ענן שאלות פאר אידישע קינדער. &nbsp; די פינף אינגעלייט וואס האבן זיך פארהערט זענען הרב יחזקאל שארף שליט"א, הרב שרגא שטראסער שליט"א, הרב אלחנן רוטה שליט"א, הרב הערשל בוים שליט"א, און הרב יצחק פעלדמאן שליט"א. &nbsp; בראש פונעם כולל שטייט דער דיין הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, וואס האט באגלייט די אינגעלייט און זיי געהאלפן אנקומען ביז אהער, אונטער די פירערשאפט פונעם דיין האט דער כולל זיך משלים געווען אין הלכות שבת במשך פיר יאר. &nbsp; לויטן פלאן וועט מען יעצט אנהייבן אינעם כולל די וויכטיגע הלכות פון יורה דעה חלק א', ווי די אינגעלייט וועלן עס לערנען און קונה זיין במשך די קומענדיגע תקופה, מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער יח אלול תשפ"ה 📝
  • הכרת הטוב מיטינג מיט די משגיחים פונעם עירוב אינעם שטעטל

    פאריגע וואך איז פארגעקומען די יערליכע הכרת הטוב מיטינג וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט מיט די פילע אינגעלייט משגיחים עוסקים במלאכת הקודש וואס זענען זיך מטריח בטירחא דגופא יעדע וואך, און אפילו אין די זומערדיגע היץ, אין די ווינטערדיגע קעלט, אין די בלאטעס, רעגנס, שניי, אייז, גייען זיי ארום אין זענען בודק די עירוב. &nbsp; און אנדערש ווי אין אנדערע שטעט, זענען די משיגים פולקאמע וואלונטירן, וואס טוען זייער ארבעט בנאמנות שלא על מנת לקבל פרס. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט פאר די משגיחים די גרויסקייט פון זייערער מעשים, אז זיי זענען מקרב די גאולה, ווי דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע האט אמאל געזאגט אז בזכות די דריי זאכן: זביחה, עירוב און מקוה וועט משיח קומען. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א נאכגעזאגט פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע אז ארויסהעלפן מצות עירובין אין מסוגל צו געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא. &nbsp; ברוך השם - האט דער ראש ישיבה געזאגט - אז מען האט א מהודר'דיגע עירוב, אזוי אויך האט מען מהודר'דיגע מקוואות, און יעצט ארבעט מען אויף די דריטע זאך שחיטה, מען זאל קענען האבן פלייש גע'שחט'ן פון היימישע שוחטים, וואס מען קען פון דער נאנט, אלץ יראי השם. &nbsp; דער ראש ישיבה האט דערנאך ארויסגעברענגט אז אויף די אויבענדערמאנטע דריי זאכן, שחיטה, עירובין און מקוה, קען מען זיך נאר פארלאזן ווען עס איז אונטער א קהלה. אויב עס ווערט געפירט פון פריוואטע מענטשן וועלן זיי האבן א שטארקע נסיון פון זיך פארלאזן אויף היתרים צוליב "הפסד מרובה" וכדומה, דערפאר האבן ערליכע אידן אלץ מקפיד געווען אז די דריי זאכן זאלן געפירט ווערן דווקא דורך א ערליכע קהלה, וואס וועט נישט מאכן קיין געלט חשבונות ווען עס קומט צו צושטעלן אויסגעהאלטענע כשרות. &nbsp; און טראץ וואס דער עירוב פונקציאנירט שוין אזויפיל ווי פינעף יאר צום גוטן, און עס איז ב"ה כשר יעדע וואך, און דאס איז צו פארדאנקען וואס מיר האבן אזא געטרייע שטאב, וואס געבן זיך אוועק אזויפיל כח און טירחא כדי צו העלפן די גאנצע שטאט מען זאל קענען טראגן שבת. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ממנה געווען מו"ה ישראל חיים ברוין הי"ו מיט זיינע צוויי איידימער מו"ה אלי' פערל הי"ו און מו"ה אלי' זעלקאוויטש הי"ו צו אנהייבן מסדר זיין און אויסארבעטן דעם עירוב וואס וועט לויפן אין די נייע ווילידזש געגענט, אין וואס פילע אנשי שלומינו האבן זיך לעצטענס אריינגעצויגן. און מען האט אויסגעשמועסט די פלענער וואו די עירוב זאל דורכלויפן אז עס זאל אריינעמען וואס מער פון די איינוואוינער. &nbsp; די וועד העירובין איז כסדר אין קאנטאקט מיט'ן בעל מכשיר הר"ר חיים מאיר שטיינמעץ שליט"א, וואס קומט אראפ איין מאל א יאר און קוקט אלעס איבער, און געבט כסדר הוראות און אנווייזונגען וויאזוי צו האנדלען ווען מען האט א שאלה. &nbsp; שמחים לשמרו ולערב עירובו, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו! &nbsp;

    < זעה מער ט אלול תשפ"ה 📝
  • ענגשאפט קריזיס אין די מוסדות צווינגט דראסטישע שריט

    גרשון קרעמער &nbsp; דער שטעטל וואקסט קע"ה אויף א גאר שטארקע פארנעם, עס קומען צו כסדר פרישע קינדער, אזוי אויך צוען זיך ארויס אין שטעטל כמעט יעדע וואך פרישע משפחות. די הנהלה האט שוין געזען א יאר צוריק וואס עס קומט, און האט שווער געארבעט אויף פלענער צו קענען בויען א פרישע גרויסע בנין ביי די קארנער פון דעמען ראוד. &nbsp; אבער ווי יעדע גוטע זאך, שטעלט דער סמ"ך מ"ם אראפ פיסלעך, און די אפרואוועלס צו קענען אנהייבן בנין האבן זיך פארצויגן אסאך לענגער ווי מען האט געמייט, און דערווייל ווייסט מען נישט ווען ווילאנג נאך מען וועט דארפן ווארטן דערויף. מען בעט טאקע אנשי שלומינו זאלן ווייטער מתפלל זיין מען זאל באקומען די ערלויבענישן צו קענען בויען. &nbsp; אבער ביזדערווייל איז געקומען א מצב וואס מען קען שוין בשום אופן נישט ווארטן. בנין שבתי מזרחי און בנין משה איינהארן זענען שוין איבערגעפולט יעדע לעכל, און מען מוז "שוין" האבן נאך פלאץ, נאך "אסאך" פלאץ. &nbsp; נאך אסאך תפלות, האט דער אויבערשטער אריינגעשיינט א געדאנק פאר די הנהלה, אז מען זאל אויף דערווייל אויפבויען א פרישע שטאק אויפן עקזיסטירנדן בנין "שבתי מזרחי", וואס וועט געבן די פלאץ פאר די הנהלה צו קענען "אטעמען" און ארבעטן דערווייל אויף די פלענער פאר'ן נייעם בנין וואס וועט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף נאכקומען. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן פון די באקאנטע באליבטע גבאי צדקה ר' שבתי מארקוס און ר' אשר בער אינדארסקי, זיי זאלן נעמען אויף זייערע פלייצעס אויך די אויפגאבע פון שאפן די מיליאן דאלער וואס דער פראיעקט איז געשאצט צו קאסטן. &nbsp; מיט די הסכמה פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז איבערגעגאנגען און באקוקט אלע פלענער וועט מען צוליב די נחיצות פונעם פראיעקט, "שוין" אנהייבן צו בויען, און מיט'ן אויבערשטענס הילף וועט מען זיך אריינצוען דערין שוין קומענדיגן אנפאנג ווינטער זמן, זונטאג נח תשפ"ו - יא יא, אין ווייניגער פון צוויי חדשים פון יעצט. &nbsp; לויט די פלענער וועט די פרישע שטאק אנטהאלטן 9,000 סקווער פיס, דערין וועלן זיין צען גרויסע לופטיגע קלאסן, אפיסעס, און אלע באדערפענישן. &nbsp; די גבאים גייען שוין ארום פארקויפן די זכותים נצחיים פון קלאסן, וואס פילע זענען שוין פארקויפט. אבער יעדער פון אנשי שלומינו וועט זיכער מאכן בעז"ה צו כאפן כאטש עפעס א זכות אינעם בנין וואס וועט געבן הרחבת הדעת פאר צוויי הונדערט קינדערלעך תינוקות של בית רבן מיט זייערע געטרייע מלמדים. &nbsp; הרחיבו מקום אהלך!

    < זעה מער ג אלול תשפ"ה 📝
  • הערליכע מסיבה פאר'ן בית התבשיל אפגעהאלטן נעכט אין שטעטל

    גרשון קרעמער &nbsp; עס איז אמת אז דער עיקר וואס דער ראש ישיבה וויל פון אונז, מיר זאלן לעבן מיט'ן אויבערשטן, רעדן צו אים, לערענען און דאווענען, און מקיים זיין אלעס וואס שטייט אין שלחן ערוך אן קיין חכמות. &nbsp; אבער, בין אדם לחברו זאגט דער ראש ישיבה, איז גארנישט ווייניגער וויכטיג. דער ראש ישיבה זאגט כסדר אז אויף בין אדם למקום קען מען תשובה טון, דער אויבערשטער נעמט יעדעם אן, אבער אויב האט מען נישט קיין מידות, מען שטעכט און מען טשעפעט, העלפט נישט גארנישט, מען מוז איבערבעטן. &nbsp; דערפאר פרעדיגט דער ראש ישיבה אריין אין זיינע תלמידים כסדר מידת החסד. אין שטעטל געפונען זיך פילע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס, זה בכה, וזה בכה, יעדער אינגערמאן קען זיך טרעפט זיין פלאץ וואו ער קען צולייגן א פלייצע און העלפן א צווייטן. אבער דער "בית התבשיל" איז זיכער דער צענטער דיאמאנט פונעם חסד קרוין פון שטעטל. &nbsp; אבער אויפצוהאלטן דעם אפאראט קאסט אסאך געלט, דערפאר האט דער בית התבשיל אפגעהאלטן נעכטן אין די פאסיגע צייט זונטאג שופטים ר"ח אלול, (ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה) א פארברענג מסיבה אינעם גרויסן נייעם בנין פונעם בית התבשיל, מיט'ן ציל אויפצוטרייבן נדבות, און מכיר טוב זיין פאר אלע וואס זענען נושא בעול א גאנץ יאר. &nbsp; דער מחנך הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א האט אויפגעטרעטן און גערעדט איבער די פילע פעולות פונעם בית התבשיל, און מודיע געווען אז מען גרייט זיך שוין אין די טעג צום תשרי חלוקה, וואס ווערט ערווארטעט אפצוקאסטן אן ערך פון 100 טויזענט דאלער, וואס איז בלויז א קליין חלק פון די יערליכע האלב מיליאן דאלער בודזשעט. &nbsp; אויך האט ער אויסגערופן און געטיילט שיינע מתנות פאר די גרעסערע נדבנים וואס האבן צושטייער געגעבן שיינע סכומים און ספעציעל פאר די וואס האבן אנטייל גענומען מיט נדבות פון איבער פופצן טויזענט דאלער, ר' שבתי מזרחי, ר' אברהם טיקאלסקי, און ר' אשר לעווי וועלכע האבן באקומען א ספעציעלע פלעק, א געמאלן בילד פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע מיט זיין קמיע אריינגעלייגט דערין. אויך האט ער געמאלדן עטליכע גאנדיעזע פלענער וואס דער בית התבשיל וויל טון אין די נאנטע צוקונפט, אויף וואס דער ציבור האט יעצט די זעלטענע געלעגענהייט אפצוקויפן די זכותים פונעם פראיעקט. צוערשט פלאנט מען צו עפענען א קאך ווי מען וועט קענען באקומען ווארימע נאכטמאלס טעגליך, צווייטענס וויל מען ווינטערייזן דעם בנין, די דריטע זאך וויל מען צוענדיגן דעם פארקינג מען זאל עס קענען נוצן ווינטער, און איבער אלעם האט ער געזאגט איז נאך אוועליבל צו קויפן די נאמען פונעם גרויסן נייעם בנין פונעם בית התבשיל. &nbsp; בשעת'ן מאכן די פלענער פאר'ן מסיבה איז די הנהלה אלעס איבערגעגאנגען פונעם מסיבה מיט'ן ראש ישיבה, און אזוי אויך האט מען גענומען דעם הכשר פונעם דיין פאר אלע מאכלים, און מען האט אויפגענומען אלץ משגיח אויפן פלאץ מו"ה ישראל פוקס הי"ו וואס איז אלעס איבערגאנגען און זיכער געמאכט אז אלעס איז בתכלית הכשרות. &nbsp; דער מנהל בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש געבט איבער, האט זיך דער ציבור זייער ווארים אנגערופן, אבער געבט איבער אז אויך די וואס זענען נישט אנגעקומען זיך צו באטייליגן פערזענליך קענען אים נאך רופן אויף 845-637-5367, און זיך איינקויפן גרויסע זכותים פאר'ן יום הדין, מיט'ן שטיצן דעם בית התבשיל וואס מאכט זיכער בעז"ה אז קיינער זאל חלילה נישט בלייבן הונגעריג. &nbsp; "וַחֲטָאָךְ בְּצִדְקָה פְרֻק" (דניאל ד, כד)

    < זעה מער א אלול תשפ"ה 📝
  • מחנה אילן החיים מיט'ן טעמע "אש תוקד" הייבט אן א געשמאקע זומער סעזאן

    &nbsp; אין די יעצטיגע טעג האבן זיך פילע זומער קעמפס אנגהויבן איבער די קעטסקיל בערג, און בשעת די צדיקים פון פריערדיגן דור האבן איינגעפירט זומער קעמפס, ווערן טייל קעמפס ליידער צוביסלעך אוועקגעפירט פונעם תכלית, ווען מען פארברענגט דעם קעמפ מיט נארישע שפילערייען וואס זענען טיילמאל בלויז ליידיג פון יעדן אינהאלט, און טייל מאל גרעניצן זיי זיך מיט ליצנות און גוי'אישקייטן. &nbsp; אין מחנה אילן החיים אבער, גייט מען אויף אן אנדערן מהלך, מען שפילט מען האט פאן, אבער אלעס איז מיט אמונה, אלעס איז מיט תפלה, יעדע טריט איז "אייבישטער", יעדע שפיל האט א תכלית, א צוועק, אז די קינדער פון כתה ד' ביז כתה ט' זאלן אייזאפן במשך די זומער וואכן יראת שמים, מידות טובה, אהבת ה' און א ליבשאפט צו אידישקייט. &nbsp; דאס יאר, האט דער ראש ישיבה אויפגענומען צום ערשטן מאל אין מנחה אילן החיים אן אפיצילער "ראש המדריכים". דער טאלאנטפולער מחנך הר"ר יודל איינהארן שליט"א ברענגט אריין א געשמאקע אטמאספערע צווישן די קינדער, זייענדיג אן ערפארנער מלמד א גאנץ יאר, און האט שוין געדינט מיט גרויס הצלחה און סייעתא דשמיא עטליכע זומערס אלץ ראש מדריכים, ווי ער האט אלץ אריינגערברענגט צו לעבן מיט'ן אויבערשטן אויף א געשמאקע וועג בשעת'ן זינגען און שפילן, וואס בלייבט אין די ביינער פון די קינדער אויף אייביג. &nbsp; דער סדר היום אינעם קעמפ הייבט זיך אן אינדערפרי ווען די קינדער לערנען מיט זייערע מלמדים ווי א גאנץ יאר ביז נאכמיטאג. נאך חדר גייען די קינדער ארויס אויפן פעלד זיך צו שפילן, דערנאך גייט מען שווימען - אינעם הערליכן איבערגעפרישטן סווימינג פול, נאכדעם סערווירט מען א נארהאפטיגן נאכטמאל. &nbsp; זונטאג גייען די קינדער אהיים גלייך נאך נאכטמאל, אבער אין די אנדערע טעג פון די וואך גייען אן די נאכט אקטיוויטעטן אונטער די אויפזיכט פון די געטרייע מדריכים, געשמאקע ערליכע בחורים וואס זענען אויסגעקליבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה, און ווערט געניט אנגעפריט דורכ'ן ראש המדריכים. &nbsp; די אקטיוויטעטן זענען געבויט אויף שיחות פון הייליגן רבי'ן, שיחות וואס זענען שייך צו קינדער, און מען שפילט די אקטיוויטעטן אויף א וועג אויפצובויען די קידער, און ארויסברענגען די לימוד פונעם שיחה אויף לעובדה ולמעשה, און ווערט געשפילט דורך צוויי טעימס וואס שפילן איינע מיט'ן צווייטן. &nbsp; דער צענטראלע טעמע פונעם היי יאריגן קעמפ איז "אש תוקד" וואס ברענגט ארויס די ווערטער פון הייליגן רבין "האש שלי תוקד עד ביאת המשיח", וואס דאס ווערט פראקטיצירט אויף למעשה אינעם קעמפ, די פייער פון הייליגן רבין די עצות און חיזוק ווערן איבערגעבן פאר די קומענדיגע דורות. &nbsp; במשך דעם זומער אין אין פלאן מיט' אויבערשטענ'ס הילף צו פארן אויף א געשמקע טריפ, א ווייטע רייזע צו א געשמאקע פלאץ. &nbsp; די קעמפ ניגון, א געשמאקע לעבעדיגע ניגון פול מיט יראת שמים, איז געמאכט געווארן דורכ'ן טאלאנטפולן גבאי פון בית המדרש היכל הקודש לינדען ניו דזשערסי הר"ר אליעזר זוסיא ווערטהיימער שליט"א, און ווערט געזונגען מיט לעבהאפט טעגליך דורך די קינדער. &nbsp; אין קעמפ אילן החיים, רעדט מען אפן פונעם אויבערשטן, מען רעדט קלארע ווערטער אז דער אויבערשטער איז דא, מען דארף נישט קיין משלים מיט קיין רמזים. "בעטן דעם אויבערשטן" באגלייט כסדר די קינדער אינעם טאג טעגליכן לעבן. &nbsp; אין דעם קעמפ פארברענגט מען נישט מיט ליידיגע און פוסטע שפילערייען. נאר מען טאנצט און מען שפילט די אקטיוויטעטן מיט א רייכע תוכן וואס ברענגט די קינדער צו א תכלית. די לימודים וואס זיי נעמען ארויס פונעם זומער, וועט זיי באגלייטן א גאנצן לעבן, אסאך קינדער נעמען ארויס זייערע לימודים אויף א פאן וועג אסאך בעסער ווי ווען מען לערנט... &nbsp; האש שלי תוקד עד בית המשיח

    < זעה מער יב תמוז תשפ"ה 📝
  • שמש געווארן אויפגענומען צום צענטראלער בית המדרש אין שטעטל "היכל דוד"

    צוליב די גרויסע וואוקס פונעם ציבור קע"ה, און בפרט אז דער נייער בית המדרש מיט מער פלאץ צו דאווענען איז געווארן געעפענט, האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן דעם גבאי מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו אז עס איז צייט אז מען זאל אויפנעמען א פול טיים שמש, וואס זאל געפונען טאג טעגליך אין בית המדרש, און מסדר זיין און אנפירן אלעס וואס פעלט אויס. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעשלאגן דעם געשמאקן און באליבטן אינגערמאן מו"ה ישראל פוקס הי"ו, ר' ישראל זאגט אז נאך אסאך התבודדות און חיזוק פונעם ראש ישיבה, האט ער באשלאסן אז ער נעמט אן דעם דזשאב. &nbsp; ר' ישראל הי"ו האט שוין עקספירענס אינעם שמש אמט, ווען ער האט פאריאר געדינט מיט הצלחה אלץ דער שמש אינעם "כלל ישראל שול" בראשות דעם ניקלשבורגער רבי שליט"א אין וואודבורן, ווי ער האט זייער גוט אויסגענומען ביים ציבור. &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן, אז אין די פאר טעג זינט מען האט אויפגענומען ר' ישראל, לויפן די מנינים זייער שיין, און יעדע האלבע שעה פונקטליך שטעלט זיך א פרישע מנין שחרית - צו די צופרידנהייט פון די מתפללים. דער שמש נעמט אויף יעדן מתפלל מיט זיין געשמאקע שמייכל און א גוט ווארט, און ווי ער געבט איבער, איז ער זייער דאנקבאר פאר'ן ציבור וואס שטעלט זיך אזוי שיין צו, און אזוי קענען זיך די מנינים האלטן צו די באשטימטע צייט, און איז א גרויסע זכות, ווייל אזוי וועלן אסאך מער אידן דאווענען מיט מנין, וויסנדיג פונקטליך ווען דער קומענדיגער מנין שטעלט זיך בעז"ה. &nbsp; אין די זעלבע צייט העלפט ער שטארק ארויס צו אוועקשטעלן און פארענדיגן די פילע זאכן אינעם בית המדרש וואס מען דארף נאך מסדר זיין, וויבאלד מען איז נאך אריין אינעם בית המדרש ווען עס איז נאך געווען טיילווייז רוי. &nbsp; אלע מתפללים זענען זייער דאנקבאר פאר ר' ישראל וואס האט אוועקגעשטעלט א גאר גרויסע שיינע שמש שטיבל, ווי פילע נויטגע טעגליכע געברויכן וועלן פארקויפט ווערן. וויבאלד די נענטסטע גראסער איז א היבשע מהלך צו פארן, איז עס א געוואלדיגע הילף ווען מען ווייסט אז מען קען באקומען אויפן פלאץ פילע וויכטיגע זאכן ווי ברויט, מילך, קינדער געברויכן, פעיפער גודס, זייף, סענדוויטשעס פאר פרישטאג און אזוי ווייטער. &nbsp; אויך וועט ער בעז"ה צושטעלן יעדן ערב שבת א פולע שבת מעניו, ווי טשאלענט, פיש, קוגל, חלות, מזונות, דיפס, גרעיפ דזושס, וויינען, נאש, קענדיס און דאס גלייכן. &nbsp; עקסטער וועט דער שבת שטיבל האבן א גרויסע "הפצה ווינקל" ווי עס וועט זיין שיין אויסגעשטעלט א שיינע אויסוואל פון ספרים, קונטרסים, יו עס ביס, גליונות, ביכלעך, שפילערייען פון היכל הקודש - א זאך וואס וועט מחי' זיין יעדן וואס קומט נאר אריין. &nbsp; ווי מען הערט איז דער ציבור זייער צופרידן מיט'ן אויסוואל, און קוקט ארויס ווייטער ער זאל האבן הצלחה אין אלעס וואס ער טוט.

    < זעה מער ה תמוז תשפ"ה 📝
  • געשמאקע התחלה צום זומער אין שטעטל מיט פילע נייע חידושים

    א פרישע זומער סעזאן האט זיך אנגעהויבן אין די קעטסקילס, עס זעט זיך שוין אן די פילע געסט וואס קומען פון שטאט וויילן אינעם שאטן פונעם נאטור וואס דער אייבערשטער האט אונז באשאפן אזוי הערליך שיין, כדי הנאה צו האבן דערפון און שפאצירן צווישן די גראז רעדן צום אייבערשטן מיט א געשמאק. אין שטעטל הערשט א גרויס שמחה מיט דעם וואס דער ראש ישיבה מיט די הישיבה, צוזאמען מיט פילע שטאטישע משפחות זענען ארויס קומען ארויס אויפן זומער. די איינוואוינער פונעם שטעטל זענען זיך מחי' יעדן טאג מיטן געשמאקן שיעור גמרא וואס דער ראש ישיבה שליט"א יעדן טאג אינדערפרי 8:00 אזייגער אינעם וואלד (וואס מען רופט "גן עדן התחתון" - וויבאלד דאס איז טאקע ממש א גן עדן צו זיצן אינטערן בוים און לערנען א בלאט גמרא), און דערנאך הערן פונעם ראש ישיבה די חיזוק און עצות וואס מען נעמט ארויס פונעם בלאט גמרא לויט די לימודים פונעם הייליגן רבי'ן. אזוי אויך האט זיך אנגעהויבן די זומער סדר ביי די אינגלעך און ביי די מיידלעך, שוין א לאנגע צייט וואס מען גרייט זיך שוין צו זומער, אנצוגרייטן פאר די קינדער זיי זאלן קענען די זומער חדשים ווי עס דארף צו זיין. דאס יאר איז צוגעקומען א פרישע חידוש ווען מ'האט אויפגענומען א ראש מדריכים אנצופירן די קעמפ מיט די חשובע ברסלב'ע אינגלעך, וועלכע האט מיט די הילף פון די מחנכים צוגעגרייט אסאך פרישע געדאנקען וויאזוי מ'וועט נעמען די לימודים פונעם רבי'ן און עס אריינלייגן אין די קינדער בשעת'ן עסן, בשעת'ן שפילן און אזוי ווייטער. &nbsp; אזוי אויך ווירבעלט די שול מיט פילע מנינים, יעדע האלבע שעה במשך די צופרי שעות שטעלט זיך א פרישע מנין, דאס גייט אזוי ביז חצות. דא איז טאקע די פלאץ צו מקבל פנים זיין דעם נייעם שמש וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגענומען מו"ה ישראל פוקס הי"ו, וואס ער פירט אן מיט די מנינים, א דאנק אים איז דא יעדע האלב שעה א פרישע מנין, וואס דאס איז א געוואלדיגע אויפטו, אז יעדער אינגערמאן זאל קענען דאווענען מיט מנין, און מיט דעם פאלגן די צדיקים וואס זאגן אונז אז דאס איז פון די יסודות פון אידישקייט. &nbsp; אזוי אויך איז צוגעשטעלט א גרויסע נייע מקוה, וואס דאס ברענגט טהרה אויפן מענטש. &nbsp; אין די טעג ארבעט מען אהערצושטעלן די שמש שטיבל, וואס וועט פארקויפן אלע קלייניגקייטן וואס פעלט זיך אויס. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן די זומער זאל זיין די ריכטיגע הכנה צום נייעם יאר וואס קומט שוין אט אט.

    < זעה מער ג תמוז תשפ"ה 📝
  • קרית ברסלב שטעטל צייכענט אפ זעקס יאר זינט איר גרינדונג

    ערב שבת קודש פרשת בהלותך, ווערט אפגעצייכט זעקס יאר פון י"ז סיון תשע"ט ווען אנשי שלומינו האבן זיך אפיציעל אנגעהויבן אריינצוען אינעם נייעם שטעטל וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגרינדעט. דאן האט עס אויסגעזען ווי א ווייטע חלום, א שטעטל אינעם ווייטן און וויסטן ליבערטי? אבער געלויבט דעם אויבערשטן מיט סעייתא דשמיא, שטייט מען היינט בלויז זעקס יאר שפעטער, און עס געפונט זיך דארט א הערליכע בליענדע שטעטל ווי קרוב צו צוויי הונדערט און פופציג משפחות יראים ושלמים לעבן אינעם שויס פונעם נאטור מיט'ן אויבערשטן, און אלעס איז ברוך השם געפאלן אין פלאץ, און עס פעלט גארנישט פאר'ן שטעטל ברוחניות ובגשמיות &nbsp; עס וואלט זיך באמת אויסגעפעלט א לענגערע ארטיקל (אדער מערערע ארטיקלען) פאר יעדע איינע פון די אלע סערוויסעס וואס עס ווערן צוגעשטלעט, וואס מיר וועלן דא אויסרעכענען ממש אויפן שפיץ גאפל, און מיר האפן מיט'ן אויבערשטענ'ס אין די צוקונפט טאקע צו קענען אפגעבן א געהעריגע אפהאנדלונג אויף יעדע באזונדער. &nbsp; היינט צו טאגס פארמאגט דער שטעטל אלע רוחניות'דיגע געברויכן, מען דאווענט טעגליך אין די צוויי וואכן שולן, מיט די צענטראלע שול וואס מען האט נארוואס באנייט וואס דינט ווי א מנינים צענטער מיט כסדר'דיגע מנינים שחרית מנחה און מעריב, אזוי אויך פארמאגט עס א גרויסע לופטיגע היכל התורה, דער שטעטל פארמאגט פיר מקוואות טהרה, א גרויסע תלמוד תורה און מיידל שולע ווי די קינדער ווערן נתחנך מיט יראת שמים און מידות טובות, א ישיבה פאר די בחורים, א סעמינאר פאר מיידלעך, א כולל פאר די אינגעלייט, א אינגל קעמפ, א מיידל קעמפ און א קאנטרי פאר שטאטישע משפחות, א גרויסע בית הדפוס, דער מכון "עצתו אמונה", א מהודר'דיגע מצה בעקעריי, א בית הוראה - בראשות פונעם דיין שליט"א, א קאמפיוטער קיאסק, א וועד הכשרות, א מהודר'דיגע עירוב מיט א וועד העירובין, א בית השחיטה מיט פיר אויסגעצייכענטע שוחטים. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען העפטיג צו בויען צוויי פרישע בנינים פאר'ן חדר און מיידל שולע, אזוי אויך ארבעט מען צו קענען גרינדן א בית החיים. &nbsp; די חסד וואס עס טוט זיך דא איז אין לשער,כמעט יעדער אין שטעטל נעמט אן אקטיווע טייל אין איינע פון די פילע וואלונטירישע ארגאניזאציעס, ווי שעוות אסירים - צו גיין באזוכן ארעסטאנטן אין תפיסות, ביקור חולים וועלכע שיקן אפ פרישטאג און נאכטמאל פאר קימפעטארינס וכדומה, וויפיל געבן זיך אוועק פאר הצלה, פייער דיפארטמענט, חברים, חביבים, אדער'ן בית התבשיל וואס פארטיילט בחנם צו עסן, פילע פרויען געבן אוועק צענדליגע שעות א וואך פאר איינע פון די צוויי באזארן - איינס פאר קליידער און איינס פאר פורניטשור - ווי מען פארקויפט אלעס פאר כמעט בחנם, אדער צו העלפן אינעם קימפעטארן היים, פילע אינגעלייט געבן זיך אוועק צו שרייבן פארן צייטונג "קרית ברסלב בלעטל" אז מען זאל האבן ערליכע לייען מאטריאל פאר מענער פרויען און די קינדער. &nbsp; פון א גשמיות'דיגע בליק פארמאגט די שטעטל א גוט אהערגעשטעלטע שאטל סערוויס צו טראגן מענטשן פון איין געגענט צום צווייטן, די אינגעלייט און בעלי בתים שטעלן זיך אויך ב"ה גוט אוועק מיט פרנסות, די שטעטל פארמאגט פילע געשעפטן פון אלע געברויכן פון ספרים, קליידער, שפילצייגן, א גרויסע סופערמארקעט און נאך, אזוי אויך פילע טוען אין די קאנסטראקשן ליין, אזוי אויך זענען דא פילע האלסיעל און סערוויס ביזנעסער. &nbsp; אבער דער עיקר פונעם שטעטל איז נישט בכמות, נאר באיכות, אינגעלייט בחורים קינדער, ווייבלעך און מיידלעך לעבן אלע מיט תכלית, זיי לעבן מיט ציל צו דינען דעם אויבערשטן, און נאר צו געפעלן פאר אים, מען געדענקט אז כדי צו האבן א גוטע לעבן דארפן מען אויפבויען א גוטע רילעשנשיפ מיט'ן אויבערשטן, ווייל אויב האט מען א גוטע קאנעקשאן איז מען א געהאלפענער, און מיט דעם וועג וועט מען בעז"ה ווייטער גיין, ביז משיח צדקינו. אבן מאסו הבונים, היתה לראש פינה

    < זעה מער טו סיון תשפ"ה 📝
  • באריכט פונעם יום טוב שבועות במחיצת פונעם ראש ישיבה (ח"א)

    עס איז זייער שווער איבערצוגעבן א באריכט פונעם געהויבענעם יום טוב שבועות צווישן אנשי שלומינו וועלכע זענען זיך צוזאם געקומען אין די בתי מדרשים פון היכל הקודש איבער די וועלט. אלע זענען געקומען מיט א גרויסע שמחה ווידער צו מקבל צו זיין די תורה, און זיך אויפפרישן מיט די שמחה אז מיר זענען אידישע קינדער, וואס קענען מקיים זיין די תורה ומצוות. &nbsp; דא וועלן מיר איבערגעבן א קורצע באריכט אויפן שפיץ גאפל, וויאזוי דער יום טוב איז דורכגעגאנגען אינעם נייעם בית המדרש "היכל דוד" אינעם ברלב'ן שטעטל, במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א &nbsp; די ערשטע נאכט יום טוב דער דיין שליט"א איז צוגאנגען צום עמוד צום ערשטן מחנה פונעם יום טוב, און איינגעלייטעט דעם יום טוב מיט א ווארימע תפלת מנחה. &nbsp; צו מערבית האט מען געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה שליט"א איז געווען בעל תפלה און אנגעהויבן בקול אדיר וחזק דעם "ברכו", און אריינגעברענגט דעם זיסן יום טוב'דיגן אטמאספערע אין בית המדרש. גלייך נאכן דאווענען האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע טאנץ, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו. &nbsp; תיקון ליל שבועות נאך די סעודה איז דער נייער גרויסער בית המדרש ווידער פול געווארן מקצה אל הקצה - מיט זיידעס, טאטעס, בחורים און קינדער. עס איז געווען א מחזה הוד צו זען ווי אלע זיצן און מען גרייט זיך צו קבלת התורה מיט'ן סדר דרך הלימוד פון זאגן דעם תיקון ליל שבועות. &nbsp; במשך די נאכט האט מען געזונגען אינאיינעם שיינע ניגונים פון חיזוק און אמונה, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א עטליכע מאל אויפגעטרעטן מיט זיסע דיבורים. צווישן אנדערע האט ער ארויסגעברענגט אז יעצט ווען מיר זאגן די תרי"ג מצוות דארף מען וויסן אז דאס איז אן אוצר מיט וואס מען דארף זיך זייער פרייען, מיר זענען אלע מקיים אלע מצוות, און אויב מען קען עס נישט מקיים זיין היינטיגע צייטן זענען מיר עס מקיים דורכ'ן עס "וועלן" מקיים זיין, אזוי אויך זענען מיר מתפלל אויף די מצוות וואס מיר דארף נאך חיזוק דערויף, אז מיר זאלן זיך קענען מתגבר זיין אויפן יצר הרע, דער ציבור האט זיך אריינגענומען די לעכטיגע דיבורים און עס מיטגענומען מיט זיך צו לעבן דערמיט א גאנץ יאר. &nbsp; עלות השחר נאך די לעכטיגע נאכט, בערך ביי עלות השחר האט זיך דער גאנצער ציבור ארויסגעלאזט אין א רקידה, דאנקענדיג דעם אויבערשטן אז מען האט זוכה געווען אזוי שיין אפצורעכטן דעם תיקון, דערנאך איז דער ציבור געגאנגען אין מקוה און זיך מטהר געווען, און מקבל זיין אויף זיך די גרויסע תיקונים וואס די מקוה פון שבועות פארטאגס איז ממשיך. &nbsp; די ערשטע טאג שבועות דער ערשטער טאג יום טוב אינדערפרי אום זיבן דרייסיג, איז דער ראש ישיבה שליט"א שוין געזיצן אינעם געשמאקן וועלדל אונטערן בית המדרש, ביי א טישל אונטער די ביימער, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט א שיינער שיעור מתובל מיט התחזקות פונעם הייליגן רבי'ן - אלץ א הכנה לתפלת שחרית, ווי אנ"ש געבן איבער האט מען געשפירט ביי דעם שיעור א טעם גן עדן, ווען דער ראש ישיבה האט נאכגעברענגט פונעם הייליגן זוהר ווי ער רעדט פון די גרויסקייט פון די הייליגע יום טוב שבועות. &nbsp; צו שחרית איז דער גבאי הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, צו שחרית און הלל האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם ראש ישיבה שליט"א. ווי לעכטיג און זיס און געווען ווען מען האט געהאט די זכי' צו הערן פונעם ראש ישיבה שליט"א די בענקעדיגע ווערטער מיט'ן נאסטאלאגישן ניגון "אקדמות מילן - ושריות שותא", פון וואס די הארץ איז צוגאנגען פון מתיקות. מוסף האט מען געהערט די שיינע דאווענען פון מו"ה מרדכי היימליך הי"ו. &nbsp; מעמד הסיומים ווי איינגעפירט אין די לעצטע יארן, קומען ארויף פילע מסיימים די ערשטע טאג שבועות נאך שחרית, אבער צוליב די ריבוי המסיימים קע"ה האט דער ראש ישיבה באשטמיט מען זאל עס צוטיילן דאס יאר אויף ביידע טעג, און די ערשטע טאג איז געווען באשטימט ארויף צו רופן נאר די קינדער ביז די בר מצוה וואס האבן זוכה געווען צו מאכן סיומים. &nbsp; דער שיינער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט א הערליכע קינדער כאאר, אנגעפירט דורכ'ן מלמד מומחה הר"ר נחמן נתן קרויס שליט"א, און דערנאך האבן זיך געשלענגעלט א לאנג שורה פון קינדער וואס האבן מסיים געווען יעדער איינער וואס ער האט זוכה געווען, עס זענען געווען סיומים פון תהלים, חמשה חומשי תורה, גאנץ תנ"ך, פילע מסכתות הש"ס, גאנץ משניות. &nbsp; בפרט האט זיך אנגעזען דער גרויסער וואונדער ווי צוויי קינדער אונטער די בר מצוה, הילד נ"י בן מו"ה משה יחיאל פעלדמאן הי"ו, און הילד נ"י בן מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וואס האבן טראץ זייער אינגע יארגאנג זוכה געווען צו לערנען און צו ענדיגן גאנץ ש"ס. &nbsp; אלע האבן באווינדערט די רייכע קהילה, וואס פארמאגט אזא רייכטום מיט וואס עס לוינט זיך אויפצוטון דערמיט, אן עשירות וואס קיינער קען נישט צונעמען. מען האט געזען די זיידעס שעפן פילע הויפענעס פון נחת און ווישן זיך די טרערן פון איבערגענומעקייט און שמחה. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעט מיט גאר ווארימע דיבורים, מען זאל זיך אפלערנען פון די קינדער וואס נוצן אויס זייער פרייע צייט מיט לימוד התורה, און מען זעט ווי ווייט מען קומט אן ווען מען נעמט אן דעם הייליגן רבי'ס ווערטער בתמימות ובפשיטות, צו וואס יעדער קען זוכה זיין. &nbsp; חלק ב' פונעם באריכט וועט בעז"ה נאכפאלגן. &nbsp; עליונים ששו ותחתונים עלזו

    < זעה מער ט סיון תשפ"ה 📝
  • אנשי שלומינו דאנקען דעם אויבערשטן נאכדעם וואס מען באנייט דעם נייעם בית המדרש "היכל דוד" אין שטעטל

    ווי שוין באריכטעט אין די פארגאנגע וואכן, האט מען ב"ה צוגעבויט א גאר שיינע גרויס בית המדרש אין שטעטל, נאכדעם וואס דער ביז יעצטיגער בית המדרש איז שוין געווען ענג און אויסגעוואקסן, און עס איז שוין נישט געווען מעגליך ווייטער אנצוגיין אזוי. &nbsp; ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו, האט דער אויבערשטער געהאלפן אז עטליכע פון אנשי שלומינו האבן זיך ווארעם אנגערופן מיט גאר גרויסע סכומים, צווישן זיי מו"ה דוד לאקס הי"ו וואס האט אפגעקויפט דעם נאמען פון בית המדרש, נאכדעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אסאך מתפלל געווען אז ער האבן פון וואו צו באצאלן די גרויסע סכומים וואס דער גרויסער פראיעקט האט אריינגעצויגן. &nbsp; אזוי ווי שבועות איז א צייט וואס עס קומען צו פארן גאר אסאך געסט צום שטעטל, צו וויילן במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס געבט איבער די לימודים פון הייליגן רבי'ן אויפן וועג וואס מוהרא"ש זי"ע האט אראפגעשטעלט, און לערנט אויס מען זאל לעבן חיים נצחיים, און די לעבן זאל נישט ח"ו דורכגיין אין עולם התוהו ווען מען איז פארנומען מיט יעדעם איינעם אויסער מיט זיך. - דערפאר האבן די חשובע גבאים זיך גאר שטארק אנגעשטרענגט אז דער נייער היכל זאל שוין זיין פארטיג אויף יום טוב. &nbsp; אבער טראץ דאס אלעס האט נישט אויסגעזען אז דאס איז בכלל מעגליך, צוליב די פילע ארבעט וואס האט אויסגעפעלט, אבער אנשי שלומינו האבן זיך אנגערופן גאר ווארים מיט אסאך תפלות, און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז מען האט געזען גרויס סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט. &nbsp; א ביישפיל: דער מקוה איז פארטיג געווארן ערב שבת קודש, אבער דער בור מי גשמים איז נאך געווען ליידיג, און דער אויבערשטער האט אראפ געשיקט א גאר שטארקע שלאקס רעגן ליל שבת קודש, אזא רעגן וואס מאכט זיך זעלטן, וואס האט אנגעפילט די בורות די והותר. &nbsp; נאך א ביישפיל: ערב יום טוב אינדערפרי איז נאך נישט געווען קיין וואסער און לעקטער אינעם נייעם חלק פונעם בנין, און עס האט אויסגעזען אז אריינגיין אינעם בית המדרש אויף יום טוב איז א שיינע חלום, אבער מיט אסאך תפלות האט דער אויבערשטער געהאלפן אז פילע אנשי שלומינו האבן זיך אנגערופן ווארים צו הלעפן, ווען דער מאכט די פאמבינג, און דער מאכט די עלעקטעריק, איינער גרייט צו די בענק, און דער אנדערער רוימט אויף, בשעת די מויל בעט דעם אויבערשטן אז מען זאל האבן הצלחה אין די ארבעט, און אזוי מיט סייעתא דשמיא סמוך לכניסת החג, האבן אנשי שלומינו זוכה געווען צו דאנקען דעם אויבערשטן, שהחיינו וקיימנו, אריינשפאצירנדיג אינעם גרויסן שיינעם היכל, ארומגענומען מיט גרויסע געלעריען פאר די פרויען.&nbsp; &nbsp; אבער ווי נאר יום טוב איז אריינגעקומען, און אנשי שלומינו האבן אנגעהויבן שטראמען פון אלע זייטן, האט מען געזען אז אויך דער נייער בית המדרש אין שוין צר מהיכל, און מען דארף שוין ערנסט זיך נעמען טראכטן פון ווידעראמאל פארגרעסערן. אנשי שלומינו זענען מתפלל אז דעם קומענדיגן יאר זאל מען שוין דאווענען אין ירושלים עיר הקודש מיט משיח צדקינו אינעם דריטן בית המקדש. &nbsp; א באריכט פון יום טוב וועט בעז"ה נאכפאלגן. &nbsp;

    < זעה מער ח סיון תשפ"ה 📝
  • שבת פקודי החודש מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    א גאר געשמאקער און דערהויבענער שבת החודש איז אריבער אין שטעטל צוזאמען מיטן ראש ישיבה. כאטש עס איז נישט מעגליך אלעס אראפ צו שרייבן, וועלן מיר זיך בבחינת "אביסל איז אויך גוט", זיך מצמצם זיין צו אראפשרייבן עטליכע שיינע נקודות פונעם הערליכן שבת, וואס איז געווען מלא וגדוש, מען האט כסדר געהערט פון ראש ישיבה דיבורים נפלאים, וואס מ'קען נוצן טאג טעגליך פארן לעבן זיך צו מחזק זיין און לעבן א געשמאקע לעבן מיטן אייבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה איז איינגעשטאנען אויף שבת ביי זיין איידעם הר"ר נתנאל פארקאש שליט"א און געדאוונט אין בית המדרש אויף די ירושלים גאס. &nbsp; פרייטאג צונאכטס איז געווען דער בעל תפלה מו"ה יודל טירנויער הי"ו וואס האט אראפ געלייגט א געשמאקן קבלת שבת מיט'ן ברסלב'ן נוסח. אינדערפרי נאכן מקוה אין בית המדרש עצתו אמונה האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער דעם, אז ער האט זיך דערמאנט פונעם קבלת שבת וואס ער האט געדאוונט אמאל ביי מוהרא"ש זי"ע אין בארא פארק אום חודש כסליו תש"ע, ווען מוהרא"ש האט אים צוגעשיקט צו קבלת שבת, מוהרא"ש האט זיך נאכדעם אויסגעדרוקט אז ער האט נאכנישט געהערט אזא שיינע דאווענען. &nbsp; ביי דעם שמועס האט אויך אסאך גערעדט איבער "חומרות אום פסח", דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם פארוואס ביים פריערדיגן דור איז געווען אזוי שטארק צו מאכן אלעס אליין אום פסח, אבער היינט זעט מען דאס נישט אזוי שטארק; דאס איז ווייל זיי זענען געווען געוואוינט פונדערהייים אליין צו צושטעלן עסן, עס זענען נישט געווען קיין פארטיגע פראדוקטן אזוי ווי היינט.&nbsp; דער עיקר - האט דער ראש ישיבה געזאגט - אז די חומרות זאלן נישט אוועקנעמען די שמחת יום טוב. מען קען און מען זאל אנהאלטן אלע חומרות וואס מען האט געזען אינדערהיים, אבער מען דארף עס טון אָן נערוועזקייט און אנגעצויגנקייט. אזוי האט זיך פארצויגן א גאר שיינע לאנגע שמועס, מען קען הערן פונעם שמועס אויך אויף קול ברסלב ביי די "שבתים אפטיילונג." &nbsp; דער ראש ישיבה איז צוגעגאנגען צו שחרית, און אראפגעלייגט א דאווענען מיט ווארעמקייט און הארץ, דער ראש ישיבה איז אויך געווען דער בעל קורא, נאכ'ן ליינען האט דער "חזק חזק" גאר שטארק אפגעדינערט, אלע זענען געווען גאר פרייליך אז זיי האבן זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ספר שמות. אויף מוסף האט מען געהאט די זכיה צו האבן דעם ראש ישיבה אלס בעל תפלה, און די קינדער מיט אלע מתפללים האבן שיין מיטגעזינגען ביי יוצרות. &nbsp; ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה גערעדט א שיינע שמועס, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען זאל אלץ געדענקען פארוואס מען איז אנגעקומען אין היכל הקודש בכלל, אזוי ווען עס מאכט זיך א חלישת הדעת, זאל מען נישט אוועקלויפן צוליב דעם, נאר זיך דערמאנען פארוואס מען איז דא, וואס מען באקומט פונעם רבי'ן. דער ראש ישיבה האט דערנאך פארציילט באריכות די גאנצע מעשה פון משה חינקעס, ווי רבי נתן האט געזאגט פאר דעם גביר משה חינקעס היתכן ער קריגט ווען א דאנק אים האט ער זוכה געווען צו האבן א קינד. &nbsp; אויך די וועטער האט ברוך השם גאר שיין מיטגעשפילט, עס איז געווען געשמאק ווארעם, און עס האט זיך געשפירט ווי חול המועד פסח, מען האט געשמאק פארברענגט אין הויף צווישן די גראז און ביימער ארום דעם בית המדרש, עס איז געווען שיין צו זען במשך נאכמיטאג ווי די אינגעלייט, בחורים און קינדער זענען געזיצן און געלערנט זייערע שיעורים. &nbsp; ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה גערעדט פון די רש"י די וואך, אז דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה "מאך מיט די הענט כאילו דו מאכסט די משכן, און איך וועל עס אויפבויען", דאס גייט ארויף אויף אונז, אז א מענטש דארף נאר מאכן אביסל מיט די הענט און דער אייבערשטער וועט שוין ברענגען פרנסה. דו דארפסט נישט שווער ארבעטן, טו אביסל. הייב אן מאכן פסח'דיג און דער אייבערשטער וועט העלפן עס וועט פארן די ארבעט געשמאק.&nbsp; &nbsp; מוצאי שבת איז מען אריבער וואונטשן א גוטע וואך, און ווער עס האט געהאט א שאלה צו פרעגן האט דעמאלט געהאט די געלעגנהייט, מוצאי שבת האט מען זיך געזעגנט פונעם שבת מיט געשמאקע געפילן און מיט דעם זיך געמאכט גרייט צו אויפנעמען דעם פסח וואס קומט אט אט צו גיין.

    < זעה מער ב ניסן תשפ"ה 📝
  • געהויבענע מעמד "יציקת הבורות", ביים נייעם גרויסן בית המדרש אין שטעטל

    געלויבט דעם אייבערשטן אז די ארבעט צו בויען דעם נייעם שול גייט גאר שנעל, עס דערקענט זיך די תפילות פון אלע אנשי שלומינו וואס בעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל פארן שנעל אן קיין מכשולות, מען זעט א ספעציעלע סייעתא דשמיא, און די ארבעט פארט שנעל און געשיקט, קוים האט מען געמאכט די פלענער, און יעצט האלט מען שוין נאכן גראבן, מען האט שוין געגאסן די יסודות, די ווענט, די אונטערערדישע פלאמבינג, די סלעב פונעם אונטערשטן שטאק, מען האלט שוין טיף אינמיטן די פרעימינג, מען לייגט שוין אפילו די באלקענעס פארן דאך, די דרויסענדיגע סטרוקטור איז שוין כמעט פארטיג. &nbsp; יעצט איז געקומען די צייט צו גיסן די בורות פאר די מקוה, אין וואס די פילע שטעטל איינוואוינער וועלן זיך מקדש און מטהר זיין טאג טעגליך איידער מען גייט דאווענען, אזוי אויך פאר א מצוה, אדער ערב שבת ויום טוב. דער בוי מייסטער מוה"ר אברהם שבתי מזרחי הי"ו האט אפגעקויפט די זכותים פון די בורות המקוה לע"נ זיינע זיידעס און באבעס, מען בויעט בעז"ה דריי בורות, איין בור וועט זיין מער לוילעך און איין בור וועט זיין מער הייס. איין בור איז נתנדב געווארן לע"נ ר' חיים ב"ר יעקב וזוגתו סאסא בת ר' יעקב ע"ה סאאל, דער צווייטער בור איז נתנדב געווארן לע"נ ר' משה ב"ר נסים יוסף וזוגתו רינה בת ר' רחמים ע"ה דאנא, און די דריטע בור איז לע"נ ר' דוד ב"ר שבתי וזוגתו פלורה בת ר' יצחק ע"ה מזרחי. &nbsp; די גאנצע פראצעדור איז דורכגעארבעט געווארן דורך די תלמידי חכמים די לומדי הכולל וואס זענען בקיאים אין די שווערע קאמפליצירטע הלכות מקוואות, וואס האבן אויסגעקנאטן און דורכגעטון דעם גאנצן סוגיא און זיכער געמאכט אז עס ווערט געבויעט בהידור רב ועל פי הלכה. יעצט ווען מען האט שוין געהאלטן דא איז דער ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידי חכמים פונעם כולל אראפ געקומען פערזענליך מיט צו האלטן ווי מען פירט אויס די ארבעט אויף די ריכטיגע וועג. &nbsp; דער נדבן מו"ה אברהם שבתי הי"ו מיט זיינע קרובים בראש פון זיינע חשובע עלטערן זענען געקומען מיטהאלטן דעם פרייליכן מאמענט ווי מען גרייט זיך צו בויען א מקוה און האבן די זכיה אז א מקוה וועט זיין לעילוי נשמת פון די חשובע עלטערן נ"ע. &nbsp; ווען מען האט געענדיגט גיסן האט מען געשטעלט לחיים אויפן טיש, מען האט זיך אראפ געזעצט און מען האט געזינגען עטליכע פרייליכע ניגונים לכבוד דעם געלעגנהייט, און דער ראש ישיבה שליט"א האט איבערגעלאזט דברי חיזוק פאר אלע פארזאמלטע. &nbsp; מַה מִקְוֶה מְטַהֵר אֶת הַטְּמֵאִים אַף הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל!

    < זעה מער כא אדר תשפ"ה 📝
  • פארשריט באריכט פונעם האשקי בית המדרש אין שטעטל

    עס טוט זיך העפטיגע ארבעט אונטערן צענטראלן בית המדרש אין שטעטל אויף 181 האשקי ראוד. צענדליגע ארבעטער שטייען אויף זייערע שטעלעס און פירן אויס די פילצאליגע קאמפליצירטע צוגרייטונגען פארן גרויסן נייעם בית המדרש וואס ווערט געבויט גאר געשיקט בסייעתא דשמיא. &nbsp; ווי שוין באריכטעט האט דער ראש ישיבה אונטערגענומען פאר עטליכע וואכן צוריק דעם גרויסן אונטערנעמונג, פאר וועלכע ער האט זיך אנגעבארגט א מיליאן דאלער, צוליב די גרויסע נחיצות, פון בויען א גרויסן בית המדרש וואס איז שוין א מוז אין די טעג, צוליב די גרויסע צאל איינוואוינער און די פילצאליגע אקטיוויטעטן פונעם בית המדרש. &nbsp; עס בויעט זיך ב"ה זייער שנעל אויף דער נייער עקסטענשאן וואס וועט אנטהאלטן צווישן אנדערע א גרויסע הערליכע בית המדרש מיט א הויכע דאך פון צוויי שטאק הויך, עס וועט בעז"ה האבן פון ביידע זייטן א גרויסע גאלעריע פאר די פרויען. אין די אונטערשטע שטאק וועט זיין א גרויסע רחבות'דיגע מקוה, מיט דריי בורות, און צענדליגע שויערס פון ביידע זייטן. דער שטאק וועט האבן א גרויסע און ברייטע דירעקטע אריינגאנג פון די גאס, א גרויסע שמש שטיבל וואס וועט צושטעלן די פולע שמש סערוויסעס וואס דער ציבור ווארט, עס וועט האבן אסאך בתי כבוד. די העכערע שטאק ווי עס וועט זיין דער גרויסער היכל הבית המדרש וועט האבן איר צענטראלע גרויסע אריינגאנג מיט א ברייטע לאבי אויף די רעכטע זייט, פונעם לאבי רעכטס וועט מען גיין צום גרויסן נייעם בית המדרש, און לינקס וועט פירן צום יעצטיגן עקזיסטירנדן בית המדרש וואס וועט גענוצט ווערן טעגליך פאר די מנינים שחרית מנחה מעריב, דער יעצטיגער בית המדרש וועט בעז"ה צוטיילט ווערן מיט ווענט, און וועט קענען אקאמאדירן יעדע האלבע שעה א מנין. אזוי אויך וועט מען בעז"ה שטארק פארברייטערן דעם קאווע שטיבל, מיט אלע צוגעהערן וואס פעלט אויס. &nbsp; דער נייער בית המדרש וועט אין די וואכן טעג גענוצט ווערן פאר א היכל התורה, וואס וועט גענוצט ווערן במשך דעם טאג דורך די לומדי הכולל, און אזוי אויך פאר אלע אנשי שלומינו וואס ווילן א רואיג ווינקל צו לערנען, און נישט געשטערט ווערן פון די מנינים. אזוי אויך וועט מען דאווענען דערין יעדן שבת ויום טוב בעז"ה. &nbsp; אויפן פארלאנג פון ראש ישיבה שליט"א וועט דער נייער בית המדרש פארמאגן אויף די מזרח וואנט גרויסע שיינע לעכטיגע פענסטער, ווי עס פאסט פאר א מקדש מעט. &nbsp; אין די לעצטע וואכן האט מען זיך גערוקט מיט גאר גרויסע טריט, מען האט שוין געענדיגט די עקסקעוועישן, אויסגעגראבן די טיפע גרוב אונטערן בית המדרש, מען האט האט געדארפט גראבן זייער טיף צוליב וואס דער נייער בית המדרש וועט זיין א שטאק אראפ, פלוס וואס די בורות פון די מקוה איז נאך א שטאק אראפציר. מען האט געדארפט גיסן זייער אסאך קאנקריט אונטערן אלטן בנין צו אונטערפינען, דאס הייסט אז דער אלטער בנין האט זיך געהאלטן אויף דעם בארג וואס איז יעצט געווארן אוועקגעגראבן, און ווען מ'איז מחבר אזא געביידע צו אן אלטן עקזעסטירנדן דארף מען זיכער מאכן אז די אלטע בנין זאל נישט איינפאלן. און דאס האט גענומען היבש צייט, און עס איז זייער אן אחריות'דיגע ארבעט. ברוך השם אז מ'האט שוין געענדיגט דער חלק, און מ'האט שוין אנגעהויבן גיסן ווענט, זייער הויכע ווענט. אזוי אויך האלט מען שוין טיף אינמיטן די פלאמבינג ארבעט פון אונטער די ערד, וואס מ'דארף פארטיגן איידער מען קען צוגיין צו גיסן די פלאר. מען אינסטאלירט אלע אפלויף און וואסער פיייפס, און ווי נאר מען ענדיגט מיט די פלאמבינג אויף א חלק פונעם שטח, גייט מען תיכף צו צו גיסן די צעמענטענעם פלאר פונעם אונטערשטן שטאק. &nbsp; מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף האפט מען צו ענדיגן די גאנצע פלאמבינג און פלאר ביז קומענדיגע וואך, און ב"ה די האלץ פאר די פרעימינג איז שוין אויך אנגעקומען, און מיט'ן אויבערשטנס'ס הילף וועט מען זיך נעמען צו די האלץ פרעימינג ארבעט אין די קומענדיגע וואך. &nbsp; מיר האפן אייך צו האלטן אינפארמירט מיט די לעצטע אפדעיטס אין די קומענדיגע וואכן מיט די פארשריט פון די ארבעט בסייעתא דשמיא. דער אויבערשטער זאל העלפן אז פון דעם בית המדרש זאל ארויסקומען אסאך תורה תפלה, און כבוד שמים. &nbsp; בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

    < זעה מער כט שבט תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 164 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com