Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • חתונה ביים ראש ישיבה שליט"א פארגעקומען נעכטן אין בית המדרש אויף א באשיידענע פארנעם

    א הערליכע פרייליכע אבער פשוטע חתונה איז פארגעקומען אין ישיבה נעכטן זונטאג בא, פון החתן שמעון נרו יאיר א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה מיט די טאכטער פונעם מנהל המוסדות הרב אברהם משה שטראססער שליט"א.   דער ראש ישיבה האט אינטערגעפירט אינטער די חופה זיין פערטע קינד בשעה טובה ומצלחת, און דער מנהל שליט"א האט אינטערגעפירט דעם דריטן קינד קע"ה ביידע האבן חתונה געמאכט די קינדער ביז אהער אין בית המדרש. דאס איז געווען די פיר און זעכציגסטע חתונה אין ישיבה ווי עס ווערט געפראוועט פאר אומזיסט, עס קאסט נישט פאר די מחותנים קיין איין דאלער.   עס איז געווען גאר שיין מיטצוהאלטן די שמחה וויאזוי עס ווערט געפירט אויף א פשוטע אופן, אן קיין אויספענדן געלט אין מיסט פאר אפאר שעה פון די חתונה. ווי דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדריקט, ווען ער וואלט ווען געבעטן די תלמידים זאלן אים צושטעלן לעמפעלעך מיט פידלעך פאר די חתונה וואלטן זיי עס גערן צוגעשטעלט, און מען וואלט נאך אפילו געזאגט אז דאס איז הפצה… אבער דער ראש ישיבה איז ווייטער געגאנגען מיטן מהלך אז די חתונה דארף ווערן געפראוועט אין בית המדרש אזוי ווי אלע חתונות וואס אנשי שלומינו פראווען אין בית המדרש.   די חתונה ביים ראש ישיבה ברענגט ארויס א פרישע אויפוואכונג ביי אנשי שלומינו נישט צו ספענדן געלט (וואס מען האט נישט) פאר א חתונה אדער סיי וועלכע שמחה, בפרט פאר די נאכט פון די חתונה וואס פליעט דורך אין געציילטע שעות, ווי מען זאגט אינעם פיוט ונתנה תוקף "כצל עובר וכענן כלה, וכרוח נושבת וכאבק פורח, וכחלום יעיף". און דערנאך שרייט מען אויס "ואתה הוא מלך קל חי וקים", די גאנצע מעכטיגע חתונה פליעט דורך ווי אן אויגן בליק און נאר דער אייבערשטער בלייבט אויף אייביג, דאס איז וואס מען טוט דא חזר'ן אז די אמונה איז די עיקר פון אלעס, און נישט כבוד (המדומה) און געלט.   די שמחה געווען גאר פרייליך און געשמאק, עס איז טאקע געווען צושטיפט וויבאלד עס איז געפראוועט געווארן אין בית המדרש, און נישט אין א גרויסע שיינע רבי'שע זאל וואס וואלט זיך רואיגערהייט אנגעפילט, אבער אזוי ווי דער ראש ישיבה זאגט שטענדיג אז די חתונה איז בסך הכל אפאר שעה און דערנאך גייט יעדער אהיים צו זיין שטוב און דארט קען ער זיך רואיגערהייט אויסציען און זיצן באקוועם אויף וועלכע וועג ער וויל, און עסן וועלכע סארט עסן עס שמעקט אים.   אויך איז די חתונה געווען א גרויסע הפצה, ווי דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט ביים פאריגע חתונה פון זיין טאכטער תחי':  ווען עס איז דא א חתונה קומען אלע צו גיין, קרובים וואס וואלטן נישט געגאנגען צו א קרוב'ס חתונה; דאך אין ברסלב, אין היכל הקודש, אין ישיבה – ווילן זיי זען; איז דאס א שטארקע הפצה.    דער אייבערשטער זאל העלפן אז פון די שמחה זאל נשפע ווערן שפע פאר אלע תלמידים און פאר אלע אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט, און אלע אידישע קינדער זאלן אנהייבן רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי דער רבי האט געוואלט.   קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה

    < זעה מער ה שבט תשפ"ד 📝
  • חתונה פון א זון פון ראש ישיבה שליט"א - זונטאג בא אין ישיבה

    מיטן גרויס שמחה גרייטן זיך אנשי שלומינו צו די חתונה פון החתן שמעון ני"ו א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס גייט אונטער די חופה מיט א הכלה בת הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א מנהל המוסדות וואס וועט פארקומען אין היכל הישיבה קומענדיגן זונטאג פרשת בא הבעל"ט, דער ראש ישיבה שליט"א לאדענט איין אלע אנשי שלומינו זאלן זיך קומען מיטפרייען ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אינעם היינטיגן מכתב "דער אייבערשטער מאכט מיט מיר אזעלכע חסדים, דעם שבת וועל איך זיין אין בארא פארק ביי מיין טאטע שליט"א, איך מאך באווארפן פאר מיין זון החתן שמעון, איך מאך עס ביי מיין טאטע שליט"א. די חתונה וועט זיין בעזרת השם יתברך ובשעה טובה ומוצלחת זונטאג אין ישיבה, איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען; פון קרית ברסלב דארף מען זיך נישט אריינשלעפן, עס וועט זיין שבע ברכות אין שטעטל, וועלן מיר זיך דארט קענען פרייען אויף די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז אז מיר ווייסן פון רבי'ן, פון אזעלכע עצות." &nbsp; און אזוי ווי אלע חתונות אין ישיבה וועט עס פארקומען אויף א פשוטע פארנעם, אן קיין נארישע אויסברענגעריי פון קעיטערערס, בלומען, פאטאגרעפערס, שפילערס, זינגערס און בדחנים, פאר די נאנטע משפחה וועט בעז"ה צוגעשטעלט ווערן א באשיידענע סעודה, און מען וועט אנצינדן א מוזיק פלעיער וואס האט שוין אויף זיך שיינע שפילערס און זינגערס און מען וועט זיך קומע משתתף זיין און זיך מיטפרייען מיט די שמחה פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז זוכה צו פירן א קינד אונטער די חופה בשעה טובה ומצלחת, און מיטן מחותן דער מנהל המוסדות שליט"א וואס פריידט זיך אונטער צו פירן זיין טאכטער אונטער די חופה. &nbsp; נאכן בענטשן וועט דער שמש אויסרופן צו מצוה טאנץ די מחותנים און די זיידעס - צווישן זיי דעם קארלסבורגער רב שליט"א און הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען - מיט'ן געשמאקן "יעמוד יעמוד" נוסח, און וועט נאכפאלגן מיט די הייליגע מנהג וואס יסודתם בהררי קודש פון מצוה טאנץ מיט גרויס געהויבענקייט, און מען וועט ארויסלאזן דעם נארישן איינפיר פון הספדים און גראמען פון וואס קיינער - אויסער דער בדחן - האט נישט קיין נוצן. &nbsp; און דערנאך וועלן חתן כלה און די מחותנים אהיים גיין גענוג פרי מען זאל נאך האבן גענוג צייט זיך אויסצורוען און קענען אויפשטיין אינדערפרי צו א פרישע פראדאקטיוו טאג בסעייתא דשמיא, דעם קומענדיגן טאג וועט שוין סייווי קיין איין חבר'טע געדענקען וועלכע קלייד די שוועסטער פון די כלה האט אנגעטון, קיינער וועט שוין נישט קענען שמעקן די פרישע בלומען פון נעכטן, אויך די פלאץ וועט שוין נישט זיין צושטיפט, אבער פאר די מחותנים וועט בלייבן די הרווחה פאר א לאנגע צייט, זיי וועלן נישט האבן קיין עכטע חובות פון די עכטע שטיינער, זיי וועלן מיטן אויבערשטנעס הילף שעפן הויפענעס נחת פון זייערע קינדער וואס זענען נישט געספוילט געווארן פון די פילע שוואוילטאגן, און ווען מען זעט זיך שפעטער אז מען האט מיינונגס פארשידענהייטן ווייסן זיי וואס דאס מיינט צו זיין סענסעטיוו צו א צווייטן, און קענען זיך דורכקומען בעזרת השם יתברך. &nbsp; אנשי שלומינו זענען זייער דאנקבאר פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס דערמאנט אונז כסדר און פירט זיך ווי דער גענעראל וואס גייט בראש המלחמה און איז א פערזענליכע ביישפיל פון מאכן שמחות פשוטערהייט, און וואונטשן אן פארן ראש ישיבה שליט"א מיט אלע מחותנים אז דער אויבערשטער זאל זיי געבן פיל נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך, און דער ראש ישיבה שליט"א זאל האבן כח ווייטער צו קענען איבערגעבן פאר אונז די עצות און חיזוק פון רבי'ן און מוהרא"ש ביז די הונדער און צוואנציג יאר, אמן.

    < זעה מער ב שבט תשפ"ד 📝
  • פערציג חתונות בחנם אפגעצייכענט

    אין די יעצטיגע טעג איז געווארן אפגעצייכעט דער פערציגסטע חתונה אין בית המדרש. דאס איז א נומער וואס דארף ווערן באצייכענט מיט גאלדענע אותיות. דאס זענען פערציג חתונות וואס אכציג מחותנים און אכציג מחותנת'טעס, פערציג חתנים און פערציג כלות, פון אלע סארטן און אלע מינים, טייל זענען רייכע, טייל ארימע, צווישן זיי זענען דא כאניאקעס, רבישע, פרומע, באלעבטישע, בעסערע, צופלויגענע און צוזאם גענומענע און אלעס אינצווישן, וואס האבן אבער באשלאסן אז זייער חתונה וועט פארקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב. &nbsp; די חתונות אין בית המדרש זענען א סערוויס וואס ווערט צוגעשטעלט דורך די קהלה פאר געצליך בחינם; מענטשן מיינען אז ווען מען זאגט אז די חתונות זענען בחנם, איז עס א גוזמא, מען טראכט וויבאלד מען בעט "בלויז דריי-און-א-האלב טויזענט דאלער א זייט" וואס איז ממש בחנם קעגן אדערע זאַלן, דרוקט מען זיך אויס אז עס איז "בחנם". אבער ניין, ווען מען זאגט אז די חתונות זענען בחנם מיינט מען עס ממש אין פילן זין פון ווארט. די קהלה שטעלט צו די סערוויס פון א גאנצע חתונה נאכט, טישן, בענקלעך, עסן, מוזיק, בלומען, און מצוה טאנץ און אזוי ווייטער פאר קיין איין פעני אויף א גאלדענעם טאץ. די מחותנים און חתן כלה דארפן בלויז אריינשפאצירן אויפן אפגעשמועסטן דאטום און פראווען די שמחה און קוועלן פון נחת ווען מען שטעלט אויף א פרישע אידישע שטוב, אן קיין הארץ דרוקעניש פון חובות און בזיונות. &nbsp; מענטשן וואונדערן זיך, מען רעדט שוין יארן אין די אידישע עסקנות וועלט וואס שפעקולירט און פלאנירט טאג און נאכט מיט עצות און געדאנקען וויאזוי מען קען ראטעווען די אכציג-נייציג פראצענט פון אידן וואס ברעכן אונטער ביים חתונה מאכן די קינדער. &nbsp; מען האט שוין פרובירט תקנות, חתונה מאלס, אסיפות, דרשות, הסברות, עקספאוס, האט-ליינס, מארקעטינג פארמעסטן, ניגונים, כח היחיד, כח הרבים, גמליאל קאמפיין, כלל ישראל אסיפות, און מען וואונדערט זיך פארוואס מען קען נישט פועלן לכל הפחות צו האלטן די חתונות ביי די סטאנדארטן פון נעכטן? פארוואס מיט יעדע חודש שפעטער "מוז" מען שוין אויסגעבן נאך "נאר עטליכע טויזנט דאלער" נישט חלילה זיך אויפצורייסן, נאר פשוט צו הייסן א "נארמאלע" מענטש? מען קוקט זיך צו מיט אנגסט, און מען זעט ווי עס וואקסן ארויס יעדן טאג פרישע נייע "מנהגים" וויאזוי א "נארמאלע אידישע שמחה" דארף אויסזען, דאס הארץ טוט וויי ווען מען שרייבט כסדר צו פרישע סעיפים אינעם "שלחן ערוך של הנארמאלע" פונקטליך וואספארא נייע מתנות מען איז שוין יעצט מחייב צו געבן, און אין די זעלבע צייט קומען כסדר צו נייע "ימים טובים" ווען מען "מוז" קויפן מתנות. אזוי אויך אויף די קליידער געבט מען חלילה נישט אויף, די מארקעטערס שלאפן נישט און באווייזן אריינצולייגן פרישע סעיפים אינעם שלחן ערוך פונקטליך וויפיל קליידער, שיך און שטריימלעך מען מוז קויפן, וויפיל מאל מען מעג אנטון א קלייד במשך די ימי השמחה, מען ארבעט אויס די פרטי ההלכה וויפיל מוז דער שטריימל קאסטן, עקסטער פארן חתן, און מען איז מחזק די נייע תקנה אז די מחותנים מוזן זיך אויך קויפן א פרישע שטריימל ביי יעדן קינד'ס חתונה. די חכמי כעלעם זיצן ביי אסיפות וואס באשליסן וואס פארא מעבל "אידישע" פוירניטשור נארמאלע מענטשן קויפן. די מעניו וואס מען "מוז" געבן פארנעמט גאנצעטע בענדער אין "הלכות נארמאלקייט", עס איז אראפגעשריבן בפרטי פרטיות פונקטליך וואס פארא מעניו "באלעבאטישע" מענטשן מוז געבן ביי די ווארט, תנאים, לחיים, קידוש, קבלת פנים, און די חתונה, חלילה נישט אויסלאזן די שמאגערס באורד, און מיט וואס צו "מכבד זיין" ביים לאנגווייליגן "גראמען", אזוי אויך זיצן די "פארטי פלענערס" און ארבעטן אויס די וויכטיגע מעניוס פון די באווארפן, די פילע שבע ברכות, און שבת שבע ברכות. אפגערעדט איז די חתונה נאכט, ווי יעדע נייע "מנהג" מוז מען מקיים זיין ביז מסירת נפש, מען מוז האבן א קעניגליכע זאל, יעדער מוז באקומען סערווירט א גאנצע פארציע אפילו רוב גייט אין מיסט, מען מוז באשטעלן מינימום קאפלס, מען מוז האבן אן "עכטע" לייוו בענד, זינגערס און שפילערס און לייטינג וואס מאכן זיך און יעדעם משוגע, מען מוז טאנצן אזוי און אזוי, און דערנאך מוז איינער א "גראמער" גראגערן אין קאפ ביז צוויי אזייגער פארטאגס. &nbsp; קהילת היכל הקודש האט נישט קיין "כח הרבים" אדער "כח היחיד", היכל הקודש האט עפעס אנדערש, דאס איז דא דער "כח הצדיק". מוהרא"ש האט יארן גערעדט דערפון און האט אין זיינער צייט געקענט אויסקוקן ווי א קול קורא במדבר, אבער ניין, דער צדיק'ס כח גייט נישט לאיבוד, ער האט איינגעזייט און איינגעפלאצט פאר פופציג יאר, און ברוך השם יעצט וואקסט ארויס די שיינע פירות וואס בליעט אזוי שיין לשם ולתפארת. &nbsp; דער צדיק לערנט אונז אויס צו קוקן אויף וואס עס איז וויכטיג אין לעבן. מען זאל קוקן וואס דער אייבישטער וויל. און דער אייבישטער וויל אז מען זאל חתונה האבן, און וואס פשוטער און גרינגער אלס שנעלער קען מען בעזר השם טון שידוכים און חתונה האבן. דער צדיק קלארט אונז אויס די אמונה, און ווען מען ווייסט אז דער אייבישטער איז דא, ליגט שוין נישט די קאפ אין געפעלן פאר מענטשן, מען געבט נישט אויס קיין געלט - אפילו ווער עס דארף נישט בארגן - נאר כדי אז די אזוי גערופענע "חברים" זאלן כלומר'שט האלטן פון מיר. &nbsp; דעפאר איז דאס א גרויסע שמחה ווען מען האלט דא אז מען האט אפגעצייכעט דער פערציגסטע חתונה אין בית המדרש, און מיטן כח פונעם צדיק מוהרא"ש זי"ע וועלן מיר ווייטער מצליח זיין צו אויפשטעלן א דור וואס וועט גיין לויט די מסורה אין די וועגן פון די פריערדיגע צדיקים. &nbsp;

    < זעה מער יח אלול תשפ"ב 📝
  • שיינע שבע ברכות אין שטוב פון ראש ישיבה לכבוד משפחת אפפעל הי"ו

    קרעדיט הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א &nbsp; נעכטן מאנטאג אווענט איז פארגעקומען א שבע ברכות ביים ראש ישיבה אין שטוב לכבוד די חשובע משפחת מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו וואס האט געפירט זיין זון דער חתן גדלי' אונטער די חופה עב"ג הכלה תחי' בת מו"ה יואל ג'ברא הי"ו פון וויליאמסבורג. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שיינע שמועס ביים שבע ברכות און זיך אויסגעדרוקט אז היינט מאכן מיר שוין נישט קיין שבע ברכות פאר יעדע חתן כלה אין די קהילה, עס איז דא קע"ה דא אסאך שמחות, און עס איז פשוט נישט שייך. אבער פאר משפחת אפפעל - האט דער ראש ישיבה געזאגט - מוזן מיר מאכן, ווייל זיי האבן זיך אוועק געגעבן אלע יארן פאר די קהלה בלב ונפש. &nbsp; עס איז שווער אויסצורעכענען די פילע פעולות וואס די חשובע משפחה האט אלץ געטון פאר די קהילה, צום ערשטן איז די לעידיס אקזילערי וואס מרת אפעל תחי' האט געגרינדעט שוין מיט בערך צען יאר צוריק, ווי די חשובע פרויען זענען זיך מחזק איינע דעם צווייטן, און אזוי אויך מאכט מען כסדר פארטיס אריינצוברענגען נדבות פאר די ישיבה. &nbsp; ר' אייזיק איז אלץ געשטאנען צו די רעכטע האנט פון ראש ישיבה שליט"א, ווען מען האט איבערגעבויעט דער בנין אויף סקילמאן סט. איז א גרויסע חלק פון די ארבעט געטון געווארן דורך ר' אייזיק'ס צוויי רעכטע הענט. &nbsp; ר' אייזיק פירט אן דעם פאנדרעיזינג אפאראט פאר די נייע מוסדות היכל הקודש ברסלב על טהרת הקודש אין ירושלים עיר הקודש, וואס וואקסט און בליעט קע"ה יעדן טאג. &nbsp; בפרט דארף מען ארויסברענגען דעם זאל "עטרת אפעל" וואס די חשובע משפחת אפעל האט אויפגעבויעט, וואס שפארט טויזנטער דאלערס ביי די שמחות פון אנ"ש סיי חתונות, שבע ברכות, און בר מצות. יעצט ווען ער האט זוכה געווען צו פירן זיין זון אונטער די חופה צייכענט מען אפ די פערציגסטע אין בית המדרש, וואס האט שוין געשפארט פאר אנשי שלומינו לכל הפחות א האלבע מיליאן דאלער. &nbsp; זאל דער אייבישטער באצאלן פאר די חשובע מחותנים פאר אלע גוטע מעשים וואס זיי טוען, זיי זאלן זען פיל שמחה ונחת ביי דעם קינד און ביי אלע אנדערע קינדער געזנוטערהייט.

    < זעה מער יז אלול תשפ"ב 📝
  • הר"ר זלמן לייב פארקאש שליט"א מחשובי אנ"ש ממונה אלץ חבר וועד המקוואות שע"י קהל יטב לב

    אין קרית יואל איז א געוואלדיגע שמחה ביי אנשי שלומינו ווען הר"ר זלמן לייב פארקאש שליט"א וואס איז פון די אויסגערופענע תלמידי חכמים אין שטאט, וואס זיצט און לערנט שוין איבער צוואנציג יאר אינעם בארימטן מבצר הכוללים אין קרית יואל, וואס אויסער די אלע לימודים פונעם כולל איז די הייליגע תורה אלץ שגור על פיו, ווי ער לערנט כסדר דורך כל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבין אין יעדע מינוט וואס ער קען נאר. אין די אלע יארן האט ער שוין זוכה געווען צו ענדיגן צענדליגער מאל משניות, און מסיים זיין עטליכע מאל ש"ס אויפן רבי'נס וועג, במשך די יארן האט ער זיך משלים געווען אין אסאך מקצועות התורה, און יעצט האט ער זוכה געווען לברך על המוגמר און האט געענדיגט לערנען די שווערע קאמפליצירטע הלכות פון מקוואת. &nbsp; דער בית הוראה דקהל יטב לב דסאטמאר אין קרית יואל, וואס האט אין די טעג מסדר געווען א וועד אויף פילע באזונדערע אפטיילונגען אינעם גרויסן בית הוראה וואס באדינט די טויזנטער תושבי העיר, האט אויסגעקליבן דעם גרויסן תלמיד חכם און מתמיד הר"ר זלמן לייב שליט"א צו דינען אלץ חבר אינעם וועד המקוואות, וואס אויסער וואס ער איז א בקי נפלא אין די אלע שווערע הלכות אין מקוואות האט ער שוין אויך קונה געווען אסאך פראקטיק אין די שווערע מקצוע. &nbsp; אנשי שלומינו בכלל און תושבי קרית יואל בפרט וואונטשן א מזל טוב פאר רבי זלמן לייב שליט"א, מחשובי אנ"ש און שטאט, וואס פון די ערשטע מינוט וואס מ'האט געעפענט דעם ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אויף העיס קאורט, האט ער זיך מוסר נפש געווען צו קומען דאווענען, אפילו ער האט געוואוינט גאר ווייט; עקסטער וואונטשט מען א מזל טוב פאר זיין חשובן פאטער וואס פירט דעם בית המדרש, הר"ר אברהם חיים שליט"א וזוגתו האשה החשובה תחי', וועלכע זענען זיך מוסר נפש פארן ביהמ"ד היכל הקודש די אלע יארן, אנגעהויבן מיטן אראפנעמען איין גאנצע דירה פארן בית המדרש, אזוי אויך וואך נאך וואך במשך די אלע יארן כולן שוין לטובה, מאכן זיי זיכער מיט אזא געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט אז אלע געברויכן אין בית המדרש זאל נישט פעלן, אריינגערעכנט קידוש און שלש סעודות יעדע וואך שלא על מנת לקבל פרס; צו די זעלבע צייט אויך פאר זיין חשובן שווער הרה"צ ר' יושע באנדא שליט"א, וואס האט זוכה געווען צו א געוואלדיג קירבה ביי מוהרא"ש זי"ע ווען הרב רבי יושע זאל זיין געזונט האט באשיינט ביי די שמחות פון הר"ר זלמן לייב שליט"א אין בית המדרש פון מוהרא"ש זי"ע אין בארא פארק. &nbsp; דער אייבישטער זאל העלפן אז הר"ר זלמן לייב שליט"א זאל ווייטער זען פרי בעמלו, און קענען ארויסהעלפן אידן להורות את דבר ה' זו הלכה, די זיידעס זאלן זען נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך. &nbsp; כל שהוא תלמיד חכם ובנו תלמיד חכם ובן בנו תלמיד חכם שוב אין תורה פוסקת מזרעו לעולם (ב"מ פ"ה ע"א)

    < זעה מער כז תמוז תשפ"ב 📝
  • שיינע שידוך פון א תלמוד הישיבה מיט א תלמידה בית פיגא

    א גרויסע שמחה הערשט אין ישיבה צום פרייליכע בשורה פונעם שידוך שליסן פון הבחור גדלי' אפפעל נ"י פון וויליאמסבורג וואס איז א חתן געווארן צו הכלה תחי' א טאכטער פון מו"ה יואל יצחק גברא הי"ו וויליאמסבורג. דער חתן נ"י האט זוכה געווען אויסצונוצן זיינע אינגע יארן און אנגעפילט זיינע טעג מיט תורה ומעשים טובים, דער חתן נ"י לערנט שוין אינעם מוסד פון אלס קליין קינד, אזוי ווי איר קענט זעהן אינעם בילד, ער האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, און ענדיגן מסכת תענית 40 מאל. דאס איז אויסער זיינע פילע שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה, וואס ער לערנט פלייסיג יעדן טאג. אויסער דעם איז דער חתן נ"י אסאך עוסק אין העלפן די הייליגע מוסד ווי נאר עס פעלט אויס, וואס דאס איז אים זיכער צוניץ געקומען, מען זעהט אז דער הייליגער רבי צאלט צוריק פאר ווער עס העלפט אים. אזוי ווי מוהרא"ש האט געבעטן און צוגעזאגט אז ווער עס וועט אויסזאגן גאנץ תהלים ביי זיין ציון לזכותו וועט ער פועלן פאר זיי זייער שידוך. איז טאקע דער חתן געווען ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבניאל, ווי ער האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים, און ווי נאך טויזנטער אידן האט ער טאקע זוכה געווען צו טרעפן א גוטע שידוך זייער שנעל. די לחיים / ווארט / תנאים איז פארגעקומען ביים ראש ישיבה שליט"א אינדערהיים, מען האט גלייך געליינט תנאים, און מיט דעם געשפארט אפאר טויזענט דאללער וואס קאסט צו אהערשטעלן עקסטער א תנאים. זאל דער אייבערשטער העלפן אז דער שידוך זאל עולה יפה זיין, און זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, אמן.

    < זעה מער כו ניסן תשפ"ב 📝
  • שיינע בר מצוה אין בית המדרש

    נעכטן מיטוואך איז פארגעקומען א הערליכע שמחת בר מצוה אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ווען הב' ישעי' נ"י א זון פונעם מנהל הר"ר אברהם משה שטראסער הי"ו איז אריין לעול התורה והמצות. דער קלוגער בחור איז פון די תלמידים פון די הייליגע ברסלב'ע תלמוד תורה אין קרית ברסלב ליבערטי, ווי מען לייגט אריין אין די קינדער אז דער עיקר אין לעבן אז נאר תורה מצות און מעשים טובים, און נאר אז מען לעבט מיטן אייבערשטן וועט מען האבן א גוטע לעבן, און מען דארף זוכן צו געפעלן נאר דעם אייבערשטן, און אים קען מען צופרידן שטעלן, און מענטשן קען מען סיי ווי נישט צופרידן שטעלן. &nbsp; דערפאר איז ביי די קינדער א בושה צו פראווען א בר מצוה אויף אן אזוי גערופענע "נארמאלע" וועג, אין א זאל, מיט א קעיטערער, מיט מיניטשורס א.א.וו. וואס בסך הכל וועט מען זיך קענען איינרעדן אז מען וועט ווערן ארויפגעקוקט ביי זיינע חברים, אבער פון די אנדערע זייט וועט מען צאפן דאס בלוט פונעם טאטן וואס דארף אויסבלוטיגן מיט שווערע חובות פאר זיין תכשיט'ל. וואס דערמיט איז מען ר"ל עובר אויפן באפעל פון אייבערשטן "כבד את אביך ואת אמיך". &nbsp; די טייערע קינדער וואס לעבן מיטן אייבערשטן בעטן זייערע עלטערן אז זיי זאלן מאכן זייער בר מצוה וואס פשוטער און וואס קלענער, ווייל זיי פרייען זיך נאר מיטן טון דעם אייבערשטנס רצון און ווילן נאר אים געפעלן, און זיי זענען העכסט צופרידן מיטן פראווען א בר מצוה אין בית המדרש, און זיך פרייען מיט דעם וואס זיי ווערן יעצט שוין מחוייב במצוות, און זיי הייבן אן צו לייגן תפילין א.א.וו. &nbsp; א שיינע ציבור אנשי שלומינו זענען געקומען און זיך מיטגעפרייט מיטן בעל שמחה וואס איז אזוי געטריי איבערגעגעבן צו די הייליגע מוסדות, און האבן געווינטשן דעם הבר מצוה בחור זאל ווייטער שטייגן בתורה ויראת שמים. &nbsp; ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש &nbsp; 📸 בילדער 💬 הדרכה פאר א בר מצוה בחור 🎭 פורים קאלעקשאן אין ברסלב סענטער (ניי! "מגילת אסתר - גנזי המלך") &nbsp;

    < זעה מער ג אדר א' תשפ"ב 📝
  • שיינע בר מצוה אין שטעטל מיט א אידישע חן

    דער ציבור אין קרית ברסלב וואקסט כסדר, און א שמחה אין שטעטל איז ב"ה שוין נישט קיין זעלטנהייט.&nbsp; פארגאנגענעם זונטאג איז פארגעקומען א "בר מצוה אין שטעטל" ווען הבחור בנימין זאב נ"י בן מו"ה אשר לעמל זוסמאן הי"ו, איז אריין לעול התורה והמצוות. די סעודת הבר מצוה איז פארגעקומען אין בית המדרש אין שטעטל אויף האשקי, ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט כסדר אויס אז אפילו אויב מען קען זיך ערלויבן זאל מען נישט אויסגעבן געלט פאר קיין נארישקייטן ביי די שמחות, נאר פראווען די שמחות אויף א פשוטע אופן, מיט א אידישע טעם און א אידישע חן, נישט ווי אנדערע וואס זאגן "דאס איז נאר איינמאל אין לעבן"... און מען גיבט אויס גרויסע געלטער - וואס מען האט אפילו נישט... אין היכל הקודש האט מען גרויס רחמנות אויף די וואס בארגן געלט נאר כדי מען זאל אים זאגן "וואוא, אזזזזא ששיינע סימכע!" בשעת ווען אונטער זיין רוקן קייען זיינע "גוטע חברים" די "בשר" וואס ער האט צוגעשטעלט פאר זיי ביים מעכטיגן "סימכע", און קאכן "אויף וועמענ'ס חשבון פאטשקעט ער דא!? פארוואס באצאלט ער נישט זיינע חובות?!"... דער אייבערשטער זאל העלפן דער בר מצוה בחור זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, און א גאנץ לעבן זיך פרייען מיט די הייליגע תפילין. איך האט געגליסט צו האבן א זון וואס וועט יעדן טאג גיין אין שול מיט טלית ותפילין (דברי רבינו) 🎞️ דער שיינער בר מצוה 📰 בית המדרש "אשר בנחל" צוריק אין דינסט נאך רענאוואציעס 📰 איבער 30 אומזיסטע חתונות אין בית המדרש 📚 קונטרס "א שיינע חתונה" פאר בלויז $1.49 📚 קוטרנס "האב רחמנות אויף דיין קינד פאר בלויז $1.49 &nbsp;

    < זעה מער כו טבת תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו פרייען זיך בשמחת המפיץ הר"ר שמעון עוזר פערל שליט"א פון ירושלים

    פאריגע וואך מאנטאג נאכט איז געגאנגען אונטער די חופה די טאכטער פונעם גרויסן מפיץ דער ראש וראשון לכל דבר בהפצה הר"ר שמעון עוזר פערל שליט"א, ווי פילע אידן פון איבער גאנץ ארץ ישראל זענען זיך געקומען משתתף זיין און זיך מיטפרייען מיטן בעל שמחה. עס האט זיך אנגעזען זייער אסאך אידן וועם דער מחותן האט נאך קיינמאל געזען, וואס זענען געקומען פשוט איבער געבן זייער הכרת הטוב פאר ר' שמעון עוזר. ר' שמעון עוזר מיט זיין בני בית זענען איבערגעגעבן פאר'ן הייליגן רבין, פאר הפצה, פאר די הייליגע קהלה היכל הקודש מיט זייער גאנצע הארץ און נשמה, ביי זיי אין שטוב האט זיך אנגעהויבן די קהלה ווען קודם איז מען בלויז געקומען צו שלש סעודות. דערנאך האט ער געעפענט דעם דרוקעריי וואס שטייט בראש פון אלע בתי הדפוס היכל הקודש אין ארץ ישראל וואס געפונט זיך ביז היינט ביי אים אין שטוב אין זיין דייניג רום. ווי ער מיט זיין שטוב זענען מתרגם און דרוק יעדע וואך די גליונות און עצתו אמונה, וואס ווערט דערנאך פארשפרייט אין די טויזנטער איבער די לענג און ברייט פון ארץ ישראל, און האט שוין מקרב געווען אומצאליגע אידן לאבינו שבשמים. עס דארף ווערן אונטערגעשטראכן די מסירת נפש פונעם מחותן און זיין בני בית, ווען אין די גאנצע וואך פון די חתונה און די שבע ברכות האט מען ווייטער מתרגם געווען און געדרוקט די גליונות ווי געהעריג ביי זיי אין שטוב, און אזוי אויך איז די שבת שבע ברכות טאקע פארגעקומען ביי זיי אין שטוב אינעם דיינינג רום-בית הדפוס. נעכט זונטאג איז פארגעקומען א געהויבענע שבע ברכות אין ביהמ"ד אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים לכבוד דעם מחותן הר"ר שמעון עוזר. אנשי שלומינו האבן געוואלט ארויסווייזן אות הכרת הטוב פארן מחותן, וואס מען האט צוערשט געטראכט צו געבן א שיינע פלעק, וכו', אבער מען האט דערנאך באשלאסן אז עס איז א שאד אידיש געלט, און אנשטאט האט מען פשוט געגעבן פאר מחותן גלאטע צוויי א האלב טויזנט שקל, פשוט ארויסצואווייזן אביסל הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות לטובת אנשי שלומינו. מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און זיך משמח געווען לכבוד שמחת חתן וכלה. שמחות אין די זעלבע צייט גרייט מען זיך צו די חתונה וואס וועט פארקומען מארגן דינסטאג נאכט אין בית שמש, ווען מו"ה יצחק ראטה הי"ו, דער מנהל בית הדפוס בית שמש וועט אונטערפירן זיין טאכטער אונטער די חופה מיט די חתן הב' אברהם כהן ני"ו וואס איז שוין א לענגערע צייט פון די גרויסע מפיצים אין בית שמש, און פלעגט אלץ נעמען גליונות פון בית הדפוס און צושפרייטן אין אלע שולן פון שטאט. דער חתונה קומט פאר בעז"ה מארגן נאכט אין אולם פארהאנד, אויף רחוב רשב"י, אין בית שמש, ווי אנשי שלומינו וועלן זיך קומען מיטפרייען בשמחת המפיצים. 📸 דער שיינע שבע ברכות

    < זעה מער יב חשון תשפ"ב 📝
  • פרישע אומזיסטע חתונות אין ישיבה

    &nbsp; די חתונה סעזאן איז יעצט אין איר פולסטן שוואונג, יעדע נאכט קומען פאר ברוך ה' צענדליגע חתונות אין אלע היימישע געגנטער, פאמיליע און גוטע פריינד האלטן מיט יעדן טאג נאך פרייליכע חתונות ביי זייערע נאנטע, עס דערפריידט דאס הארץ צו זען אזויפיל אידישע שטיבער וואס ווערן אויפגעשטעלט יעדן טאג לשם ולתפארת. פון די אנדערע זייט טוט אבער וויי דאס הארץ אז אזויפיל פון די שמחות זענען נעבעך אויסגעמישט מיט פיל צער און עגמת נפש, רוב רובם פון די מחותנים קענען זיך נישט ערלויבן צו באצאלן די חתונה, אויף דעם גאר טייערן "סטאנדארט" ווי עס ווערט היינט געמאכט. מ'דארף צוזאמקראצן, זיך אנבארגן, און ליידער אפילו גנב'ענען ר"ל, נישט קענענדיג באצאלן אלעס וואס מ'דארף צושטעלן אז ס'זאל זיין אן אזוי גערופענע - "נארמאלע" חתונה. דעריבער איז גאר דערפרישנד צו זען די חתונות וואס קומען כסדר פאר אין ישיבה, הערליכע פרייליכע געשמאקע חתונות, וואס די חתונה נאכט קאסט נישט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים, אויסער די פילע אנדערע הוצאות וואס מ'געבט נאר אויס וויפיל עס פעלט באמת אויס, נישט וואס מ'דארף נאר צו געפעלן פאר "יענעם". מ'קען דאס נישט גלויבן און באגרייפן ביז ווען מ'זעט דאס מיט די אייגענע אויגן. די משפחות פון די מחותנים, וועלכע האלטן מיט די חתונות אין ישיבה, קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פארוואס מענטשן זענען אזוי קינדיש צו פארשווענדן געלט פאר נארישקייטן וואס קיינער האט גארנישט דערפון, אין די צייט וואס מ'זעט מיט די פליישיגע אויגן אז מ'קען אהערשטעלן אזעלכע שיינע געשמאקע חתונות פאר ממש אומזיסט, און יעדער האט אזוי שטארק הנאה דערפון. דאס איז אויסער דעם וואס די חתונות ענדיגן זיך באצייטנס, א זאך מיט וואס יעדער איז זיך גאר שטארק מחי', מ'קען גיין שלאפן נארמאל, און אנהויבן דעם סדר היום דעם קומענדיגן טאג ווי געווענליך. די לאנגווייליגע רעדעס און משלים מיט וואס די מספידים רופן אויס יעדן צום מצוה טאנץ, איז שוין אן אלטע פראבלעם וואס יעדער האט ביים זיך באטייליגן ביי א נאנטע משפחה שמחה. א זאך וואס מ'האט אויך צוריקגעברענגט צום ארגיענעלן וועג ווי אונזערע זיידעס פלעגן עס טון, דער שמש מאכט א "יעמוד יעמוד" אויפצורופן די זיידעס און די מחותנים צו גיין טאנצן לקראת הכלה. די חתונות ברענגען צוריק דעם אמאליגן בא'טעמ'טן גלאנץ וואס א אידישע שמחה האט געהאט, מ'קרויזט אויס אלע נארישקייטן וואס ווערן צוגעלייגט צו די חתונות יעדן צווייטן טאג, און נאכדעם וואס צוויי דריי נארנים טוען עס, כדי צו ווייזן פאר יעדן ווי מעכטיג זיי זענען, ווערט עס שוין ווי א "מסורה" וואס מ'טאר זיך פון דעם נישט אוועקרירן. די עלטערע זיידעס וואס באטייליגן זיך ביי די חתונות פון זייערע אייניקלעך אין ישיבה, דרוקן זיך כסדר אויס מיט נאסטאלגיע ווי אזוי די חתונות האבן אזא אידישן טעם, ממש ווי אמאל, אן אמת'ע געשמאקע שמחה, אן די אלע צוגעלייגטע נייע זאכן. פארגאנגענע וואך מיטוואך איז געגאנגען אונטער די חופה החתן מו"ה אשר קרויס הי"ו, פון די חשובע תלמידים פון ישיבה, א זון פון מו"ה משה קרויס שליט"א, פון די חשוב'ע אנשי שלומינו פון מאנטשעסטער, עב"ג בת מו"ה יואל טייטלבוים שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן. די שמחה איז פארגעקומען אין ישיבה, מיט די באטייליגונג פון קרובים און גוטע פריינד, און מיט א הערליכן געשמאקן אידישן חן, וואס האט דערפריידט און באצויבערט אלע משתתפים. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, מיט בני חיי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא. שמח תשמח רעים האהובים! 📰 שבע ברכות מיט סיום מסכת אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו &nbsp;

    < זעה מער ז חשון תשפ"ב 📝
  • שיינע קידוש לרגל הולדת הבת ביי מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו אין ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן

    קרעדיט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א פארגאנגענעם שבת קודש קרח נאכן דאווענען, איז פארגעקומען א קידוש אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אויף די פרעמישלאן גאס אין קרית יואל, צום געבורט פון א מיידל ביי האברך החשוב מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו, בן הרה"ח ר' בנציון יושע שליט"א, וחתן הרה"ח משה שמואל סאמעט שליט"א. דער קידוש&nbsp; ביי וועלכע עס האבן זיך באטייליגט פילע קרובים וידידים פונעם בעל שמחה - איז געפראוועט געווארן אויף א באשיידענעם אופן אויפן וועג ווי דער ראש ישיבה שליט"T לערנט אויס. ספעציעל האט זיך אנגעזען די באטייליגונג פון הגה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ורב דביהמ"ד בית שמואל בנימין דקיט"ל דסאטמאר חדב"ן הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א, וואס האט אויך אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי ברכה און האט ארויסגעברענגט ווי געשמאק דער לופט פון ביהמ"ד איז, און האט זיך אויסגעדרוקט "מען שפירט דא אין ביהמ"ד א ריינע לופט, מען שפירט דא אן אטמאספערע פון אמונה, עס איז א פלאץ וואס מען רעדט נאר פון אמונה". דער בעל שמחה מו"ה ישראל יעקב הי"ו איז פון די קביעות'דיגע מתפללים אין ביהמ"ד וואס שפירט אלץ פאר א זכיה ווי ער קען צולייגן א פלייצע און העלפן אין בית המדרש. דער אייבישטער זאל העלפן דער בעל שמחה זאל זען אסאך אידיש נחת פון אלע קינדער געזונטערהייט.

    < זעה מער ג תמוז תשפ"א 📝
  • גרויסע שמחה הערשט אין קהילת היכל הקודש צום שידוך שליסן אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א

    קרעדיט: מו"ה יעקב פיש ני"ו מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן ביי אנשי שלומינו די פרישע נייעס איבער דעם שידוך פון החתן נתנאל ני"ו דער זון פון המפיץ הגדול הרב יואל פארקאש שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל עב"ג די חשובע כלה תחי' די טאכטער פונעם ראש ישיבה שליט"א. דער שידוך איז געווארן געשלאסן אין א מזל'דיגע שעה פארגאנגענעם ליל שישי אין שטוב פון גרויסן זיידן הרה"ח רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען אין וויליאמסבורג, מיט די באטייליגונג פון די זיידעס כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א וואס איז געקומען צו פארן פון בארא פארק, און הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א דער זיידע פונעם חתן וואס איז געקומען צו פארן פון קרית יואל. דער ראש ישיבה שליט"א האט מכבד געווען זיין שווער הגה"צ ר מררדכי אהרן שליט"א מיט קריאת התנאים. די חשובע זיידעס שליט"א האבן געזאגט שיינע דברי ברכה און אנגעווינטשן פאר חתן כלה. די עדות זענען געווען מו"ה אייזיק אפפעל&nbsp; ני"ו און מו"ה יעקב פיש ני"ו, ערב קבלן איז געווען הרב מרדכי אינדיג ני"ו און מו"ה העניך אינדיג ני"ו. סיי דער חתן און סיי די כלה זענען תלמידים פון די הייליגע מוסדות היכל הקודש ברסלב און זענען גוט אויסגעלערענט וואס דאס לעבן איז, זיי דארפן גארנישט אויסער אויפשטעלן א אידישע שטוב על דרך ישראל סבא, זיי דארפן נישט קיין תנאים און קיין בלומען, עס אינטערעסירט זיי נישט קיין מתנות און קיין פוירניטשור, זיי טראכטן נישט פון קיין זאל און קיין זינגער, עס מאכט זיי נישט פרייליך די שטריימל און די קליידער; זיי זענען איבער-גליקליך אז דער אייבישטער האט זיי געהאלפן אז זיי האבן געטראפן זייער שידוך אין א מזל'דיגע שעה, און זיי גייען אנהייבן זייער לעבן אויף די וועג פון אונזערע עלטערן און רבי'ס זכותם יגן עלינו. אלע אנשי שלומינו זענען זייער פרייליך מיט די נייעס, און וואונטשן פאר'ן ראש ישיבה פילע הויפענעס אידיש נחת, פון די פארפאלק זאל זיך ווייטער ציען הייליגע אידישע דורות וואס וועלן באלייכטן די וועלט. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול חתן וקול כלה 📸 מעמד לחיים ווארט תנאים פון החתן נתנאל פארקאש עב"ג בת הראש ישיבה - ליל שישי שלח תשפ"א 📰 שידוך פון עלסטן זון פון ראש ישיבה הרב שלמה שליט"א עב"ג בת הרב יואל טייטלבוים שליט"א - אדר א' תשע"ט 📰 חתונה פון הרב שלמה שליט"א זון פון ראש ישיבה שליט"א - סיון תשע"ט 🗞️ מ'קען חתונה מאכן אָן בארגן אדער גנב'נען 🎞️ די פייערדיגע טענץ ביים חתונה פון עלטסטן זון פון ראש ישיבה שליט"א

    < זעה מער כז סיון תשפ"א 📝
  • געהויבענע שמחת וואך נאכט און ברית פון הילד יחזקאל נ"י בן הראש ישיבה שליט"א

    א שיינע וואך נאכט איז געפראוועט געווארן מאנטאג נאכט אין בית המדרש פון הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען דער שווער פון ראש ישיבה שליט"א, ווי א שיינע ציבור איז געקומען אנווינטשן די בעלי שמחה. דער קינד וואס איז געבוירן געווארן למזל טוב פאריגע וואך ווען דער זיידע כ"ק מרן מקארלסבורג זצוק"ל איז נאך געווען מיט אונז, עס איז געווען זעלבסט-פארשטענדליך אז דאס קינד זאל אריינגיין בבריתו של אברהם אבינו ע"ה על ברכיו פונעם גרויסן זיידן. נאכן גרויס קלאפ ווען דער זיידע זצוק"ל איז פלוצלינג נסתלק געווארן לחיי העולם הבא דעם זונטאג, און דער זיידע דער ממלא מקום הגה"צ מקארלסבורג שליט"א איז געפארן צום לויה אין עיה"ק מירון, האט מען געהאפט אז דער זיידע וועט שוין זיין צוריק אויף היינט דינסטאג מיטאג, איז געווען דער פלאן אז מען וועט פראווען דער ברית אין אין בית המדרשו ביהמ"ד קארלסבורג אין בארא פארק. אבער צוליב דער מצב העולם האט זיך דער פליגער פארשלעפט, און אינמיטן טאג איז קלאר געווארן אז דער זיידע וועט נישט אנקומען פאר עס ווערט נאכט, האט מען געפראוועט דעם ברית בעתו ובזמנו דינסטאג מיטאג אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג. דער מעמד הברית איז אויסגענוצט געווארן דורכן פארזאמעלטן ציבור זיך אויסצובעטן אלעס גוטס ביים אייבערשטן, ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט אייביג דערמאנען די חז"ל די גרויסע עת רצון וואס איז דא ביי א ברית ווען אליהו הנביא קומט, און מען איז מוחל אלע עבירות. דער מוהל איז געווען הגה"צ ר' דוד דוב מייזליש שליט"א אב"ד ווייטצען, קוואטער איז געווען דער זון פון ראש ישיבה הר"ר אלחנן חיים ראטה שליט"א; אל הכסא איז געווען הרה"ג יונה זינגער שליט"א, דיין דקהילתנו; מן הכסא איז געווען דער שוואגער פון ראש ישיבה הרה"ג הערשל הורוויץ שליט"א. יד אבי הבן איז געווען א ברודער פון ראש ישיבה הרה"ג חיים יוסף ראטה שליט"א, מיט סנדקאות איז מכובד געווען הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען, שווער פון ראש ישיבה; מן הסנדק איז געווען דער שוואגער פון ראש ישיבה הרה"ג אשר זעליג מייזליש שליט"א, עמידה לברכות איז מכובד געווארן הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען, שווער פון ראש ישיבה; מיט ברכות איז מכובד געווארן הרה"ג אלחנן ראטה שליט"א, א ברודער פון ראש ישיבה. מען האט א נאמען געגעבן דאס קינד "יחזקאל", נאכן גרויסן זיידן הגה"צ מקארלסבורג זצוק"ל, וואס איז נאך יעצט אין די דריי טעג פון זיין הסתלקות. דערנאך האט מען זיך געוואשן צום סעודת ברית. הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, שווער פון ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע פלפול איבער "שכר מצוה בהאי עלמא ליכא", ווי ער האט ארויסגעברעגט אז אויב מען באקומט די מצוה דורך א שליח איז דא שכר מצוה אויף דער וועלט, דערפאר איז דער שכר פאר "שבת" נחלה בלי מצרים, ווייל די מצוה איז איבערגעגעבן געווארן דורך משה רבינו, און האט אויסגעפירט "דער ראש ישיבה שליט"א האט אזוי סאך אויפגעטון אין דעם אז מ'זאל נישט אויסגעבן געלט אויף איבעריגע זאכן ביי א שמחה". אבער די מצוות קאסטן יא געלט וואס ביי דעם שפארט מען נישט. תפילין קאסט געלט, מצות און וויין אויף פסח קאסט געלט, און אזוי ווייטער... דערפאר דארף האט ער אנגעווינטשן אז עס זאל זיין נחלה בלי מצרים, עס זאל נישט פעלן קיין געלט ביי אידישע קינדער, מען זאל קענען מקיים זיין די מצוות כדבעי. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן און געפרעגט, פארוואס זאגט מען דווקא ביי א ברית "כשם שנכנס... כן יכנס", און נישט ביי אנדערע מצוות, צום ביישפיל ביי א בר מצוה זאל מען זאגן "כשם שהנחת תפילין, כן יכנס"? נאר דער שפת אמת פרעגט, יעקב אבינו האט געוואונטשן פאר יוסף "בך יברך ישראל ישמך אלקים כאפרים וכמנשה", פארוואס מנשה און אפרים? אלע שבטי יה האט דאך יעקב אבינו ליב געהאט? נאך מער; יעקב האט דאך נארוואס געזאגט פאר יוסף "אפרים ומנשה - כראובן ושמעון יהיו לי"? ענטפערט דער הייליגער שפת אמת: אסאך מאל זעט מען עלטערן זענען ערליכע אידן, אבער די קינדער און אייניקלעך פאלן ליידער אביסל. און דאס דאס איז געווען די ברכה פון יעקב אבינו ווייל "אפרים ומנשה" זענען "כראובן&nbsp; ושמעון" וואס איז געווען א דור צוריק, עס איז נישט געווען ביי זיי קיין ירידת הדורות, וועט יעדער ווינטשן זיינע קינדער "זאלסט זיין כאפרים וכמנשה" וואס זענען געבליבן אויף די מדריגה פון די פריערדיגע. האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעפירט אז דאס ווינטשט מען ביים ברית ווען מ'געט א נאמען נאך א זיידע פון פריערדיגן דור, מ'געדענקט די פריערדיגע דורות, וואונטשט מען דאס קינד אז "כן יכנס לתורה לחופה" ער זאל בלייבן זיין גאנץ לעבן מיט די פייער פון די פריערדיגע דורות נאך וועמען ער הייסט. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט, נעכטן ביים וואך נאכט האט דער פעטער הר"ר יקותיאל טייטלבוים שליט"א זיך אנגערופן אין א שמועס, אז קארלסבורגער רב זצ"ל איז געווען פארקערט פון אלע רבי'ס. געווענליך ביי א גוטער איד איז דער וואס איז אינדרויסן ער זעט דעם רבי'ן מיטן שטריימל און ווייסע בעקיטשע און אלע קלאטשן פאר אים, ער איז א חסיד; די וואס דרייען זיך נאנט צו אים אינעווייניג זעט זיין הנהגה ווען קיינער זעט נישט. די וועלט זאגט אז די ווייב, דער גבאי און די קינדער קענען נישט זיין קיין חסידים... ביי רב זצוק"ל איז געווען פארקערט. די פון אינדרויסן האבן נישט אייביג פארשטאנען זיין הנהגה, אבער די נאנטע האב געזען פאר זיך א צדיק וואס איז אויסגעטון פון דער וועלט, עס אינטערעסירט אים גארנישט נאר זיצט און לערנט שעות אויף שעות, און דינט דעם אייבערשטן פיר און צוואנציג שעה א מעת לעת. דער ראש ישיבה שליט"אהאט אנגעווינטשן אלע משתתפים מען זאל זוכה זיין אריינצוכאפן וואס מער צו דינען דעם אייבערשטן אין די יארן וואס מען האט אויף דער וועלט. הָרַחֲמָן, הוּא יְבָרֵךְ אֲבִי הַיֶלֶד וְאִמּוֹ, וְיִזְכּוּ לְגַדְּלוֹ וּלְחַנְּכוֹ וּלְחַכְּמוֹ, מִיּוֹם הַשְּׁמִינִי וָהָלְאָה יֵרָצֶה דָמוֹ, וִיהִי יְהֹוָה אֱלֹהָיו עִמּוֹ. 📅 טעגליכע בריוו, כ"ה אדר תשפ"א, איבער די ברית 📅 טעגליכע בריוו, כ"ד אדר תשפ"א, איבער די פטירה פונעם זיידן 📸 מעמד הברית 🎞️ מעמד קריאת השם - ויקרא שמו בישראל "יחזקאל" ▶️ די פולע דרשות ביים סעודת ברית 📰 מזל טוב צום ראש ישיבה צום געבורט פון א אינגל 🎙️ פסחים ק"ח (15:20 איבער עבודת ה' פונעם גרויסן זיידן) 🎙️ פסחים ק"ט (9:10 איבער די ברית, און איבער די התמדת התורה פון זיידן) 🗞️ כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל וויינט מיט בכיות עצומות רעדנדיג פון מוהרא"ש זי"ע 📰 פטירה פון כ"ק הגאון הגדול גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל 💬 שאלות ותשובות: שמחות 📜 בריוו: שמחות

    < זעה מער כו אדר תשפ"א 📝
  • שמחת הברית למזל טוב ביים ראש ישיבה שליט"א היינט אין ישיבה

    אין נאמען פון די פילע טויזנטער אידן איבער די וועלט וועלכע שעפן חיזוק און התעוררות פון די חיזוק און עצות, שיעורים און דרשות; וואונטשן מיר א הארציגע ברכת מזל טוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א צו די געבורט פון א אינגל למזל טוב. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זען אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון אלע זיינע קינדער און תלמידים, דורות ישרים ומבורכים, געזונט און פרנסה מיט פיל אידיש נחת. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש צו מחזק זיין אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט, אריינברענגען די עצות פון הייליגן רבי'ן אין אידישע קינדער, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, מיט בני ברוכי חיי אריכי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא. דער ברית קומט פאר היינט בעז"ה דינסטאג ויקה"פ אין ישיבה היכל הקודש 2:00 מיטאג. פאלגענד איז א ציטאט פון א בריוו פון מוהרא"ש (פון ד' שבט תשע"ד) איבער די גרויסקייט פון זיך באטייליגן ביי א ברית (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך בין אייביג מעורר מ'זאל גיין צו א ברית ווייל אליהו הנביא איז דארט, און מ'קען דאן פועל'ן אלעס וואס מ'דארף. וויפיל וואלט א מענטש באצאלט צו האבן גילוי אליהו? און ביי א ברית איז אליהו הנביא זיכער דארט, דערפאר וואויל איז דער וואס גייט צו יעדע ברית, וועט מען אים זיכער מוחל זיין אלע עבירות..." (שו"ת ברסלב) וַהֲקִמֹתִי אֶת בְּרִיתִי אִתּוֹ לִבְרִית עוֹלָם לְזַרְעוֹ אַחֲרָיו 📜 נעמען נאר א מוהל מומחה 📰 וואך נאכט און ברית ל"ג בעומר תש"פ פון ערשטע אייניקל פון ראש ישיבה שליט"א ▶️ דרשה פון ראש ישיבה שליט"א ביים וואך נאכט פון ערשטן אייניקל 📸 ברית פון ערשטן אייניקל פון ראש ישיבה 📸 סעדות ברית פון ערשטן אייניקל פון ראש ישיבה

    < זעה מער כה אדר תשפ"א 📝
  • נאך צוויי חתונות די וואך אין ישיבה גענצליך בחנם

    די וואך איז פארגעקומען צוויי חתונות אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג, הערליכע שיינע און פרייליכע חתונות, וואס האט נישט געקאסט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים. זונטאג נאכט איז געגאנגען אונטער די חופה החתן שלמה שטראה הי"ו, בן מו"ה שרגא הי"ו פון קרית יואל, עב"ג בת מו"ה ראובן קאליש הי"ו פון וויליאמסבורג. די חתונה איז געווען גאר געשמאק און פרייליך, מ'האט משמח געווען אויף גאר א שיינעם פארנעם. אום דינסטאג איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אברהם פיש הי"ו, בן מו"ה זעליג פיש הי"ו פון בארא פארק, עב"ג בת מו"ה צבי אהרן ניימאן הי"ו פון ירושלים עיה"ק, אויך ביי די חתונה איז די שמחה געווען גאר גרויס, מ'האט געטאנצן און משמח געווען גאר שיין. צום אכצנטן און צום ניינצטן מאל איז נאכאמאל שווער געווארן די קשיא פארוואס מ'דארף אויסגעבן אזויפיל געלט פאר א חתונה, אזויפיל מחותנים ברעכן אונטער יעדן טאג פון דעם שווערן עול פון חתונה מאכן די קינדער, אזויפיל אידישע קינדער מוטשען זיך צו צאלן יעדן חודש שווערע געלטער וואס זענען נאך שולדיג פון עטליכע קינדער'ס חתונות פון די פארגאנגענע יארן, זיי קענען מער נישט אויסהאלטן דעם שווערן לאסט. און ברוך ה' אז דא אין ישיבה שטעלט די קהלה צו די חתונות בחנם ממש, די חתונה נאכט קאסט נישט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים, און זיי קענען צוגיין צו די שמחה מיט א רואיגע און פרייליכע געמיט. מענטשן וואונדערן זיך ווי אזוי די חתן כלה זענען מסכים צו אזא פשוטע חתונה, דער תירוץ איז אז דאס אלעס איז צו פארדאנקען די גוטע חינוך וואס זיי באקומען. אויסער די פילע וויכטיגע זאכן וואס מ'לערנט אין שולע מיט די מיידלעך, זיי זאלן גוט וויסן פונקטליך אלע פרעזידענטן וואס האבן רעגירט אין אמעריקע אין לויף פון איר היסטאריע, וועלכע סארט עסנווארג די ווייסע בערן עסן נאכ'ן אויפשטיין פון זייער ווינטער שלאף, און ווי אזוי צו רעכענען טיפע אלזשעברא חשבונות, און אזוי ווייטער, וואס די אלע זאכן קענען די מיידלעך גארנישט טון דערמיט איין טאג נאך די חתונה, לערנט מען אויך מיט די מיידלעך וואס די לעבן מיינט, ווי אזוי אויפצושטעלן אן ערליכע און געשמאקע אידישע שטוב, מ'לערנט מיט זיי אז געלט וואקסט נישט אויפ'ן בוים, די עלטערן ארבעטן שווער צו שאפן א דאלער צו קענען אנגיין אין לעבן, מ'לערנט מיט זיי אז מ'דארף נישט געפעלן פאר חבר'טעס, ווייל די חבר'טעס וועלן דיר נישט קומען צו הילף אין לעבן בכלל, אז מ'האט חתונה ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן און אזוי קען מען האבן א גוט לעבן, און נישט ווייל יעדער זאל שמועסן און זען די בלומען ביי די חתונה, די מעכטיגע כלי זמר ביי די חתונה און די איבריגע נארישקייטן, און אזוי ווייטער שטעלט מען זיי אוועק זיי זאלן וויסן וואס דאס לעבן איז און ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן אין יעדן מצב ברוחניות ובגשמיות. און אז מ'באקומט א גוטן חינוך, ווארצלט זיך עס איין ביי זיי, און זיי דארפן בכלל נישט די אלע שטותים, וואס ברענגען נישט קיין שום נוצן, נאר אפשר אביסל איינגערעדטע כבוד, וואס מ'מיינט אז מ'ווערט ארויפגעקוקט פאר עטליכע שעה. און דאס בלייבט נישט בלויז ביי די חתונה נאכט, דאס נעמען זיי ווייטער מיט אין לעבן נישט אויסצוברענגען געלט פאר אומזיסט, מ'דארף נישט קויפן יעדע זאך וואס שטייט יעצט צום פארקויפן, יעדע טייערע זאך וואס א חבר'טע האט זיך געשאפט, און יעדע נייע סטייל וואס איז נארוואס ארויסגעקומען, און דאס העלפט זיי אזויפיל ארויס אין לעבן. און די זעלבע איז ביי די אנדערע זייט מחיצה, א חתן וואס האט געלערנט אין ישיבה, ער האט געהערט די שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, ער איז גוט אנגעגרייט אין לעבן, ער ווייסט גוט דעם אינטערשייד פון וואס דער אמת'ער לעבן איז, און וואס די זייטיגע נארישקייטן זענען, ער קען זיך באמת פרייען ביי די חתונה אז ער האט זוכה געווען צו טרעפן זיין באשערטע, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, און ער איז בכלל נישט אינטערעסירט צו געפעלן פאר קיינעם. די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט אין ישיבה, נעמט ער מיט אויפ'ן גאנצן לעבן, ער קען דאס נוצן יעדן טאג אין לעבן, נישט נאר אלס בחור אין ישיבה צו געפעלן פאר'ן משגיח. אז מ'האלט מיט א חתונה אין ישיבה, קען מען זיך נישט גענוג אפוואונדערן ווי נאריש מענטשן זענען אז מ'מאכט נאכאלץ די אזויגערופענע "נארמאלע" חתונות. עס כאפט אן עקל ווען מ'זעט נאכדעם אן אויפרייסערישע חתונה פון א כבוד שמעקער וואס מיינט מ'וועט אים ארויפקוקן ווען ער וועט זיך אויפרייסן מיט עפעס א מעכטיגע פרישע איידיע פאר זיין אפגעריסענע/אויפגעריסענע חתונה. אפגערעדט איינער וואס קען זיך עס נישט ערלויבן, ער דארף בארגן/גנב'ען געלט פאר דעם, איז דאך נישטא וואס צו רעדן, אבער אפילו די געציילטע וואס האט יא דאס געלט פאר פארשווענדערישע שמחות, זיי דארפן ברוך ה' נישט צוקומען צו אנדערע, שפירט זיך אויך אן אפשיי זעענדיג ווי מ'ווארפט אויס אידיש געלט פאר אזעלכע קינדערישקייטן. די חתונות אין ישיבה זענען טאקע פון איין זייט אזוי פשוט און איינפאך צוגעשטעלט, אבער פון די אנדערע זייט זענען זיי אזוי פרייליך, געשמאק, און בא'טעמ'ט, וואס דאס קען מען נישט פארשטיין ביז ווי לאנג מ'האלט עס מיט כאטש איינמאל מיט די אייגענע אויגן. די מחותנים, וואס האבן די וואך חתונה געמאכט אין ישיבה, האבן נישט געקענט גענוג זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר'ן צושטעלן אזעלכע הערליכע חתונות פאר אומזיסט. נישט מיט געצווינגענע תקנות וואס מ'דארף זוכן וועגן ווי אזוי זיי אויסצושפילן, נאר מיט'ן אריינברענגען א טראפעלע שכל, צו טראכטן מיט א ניכטערן בליק וואס א אידישע חתונה איז, און אז דאס לעבן הויבט זיך אן א טאג נאך די שבע ברכות, און נישט ווערן פארבלענדעט פון די ארומיגע קאפ פארדרייענישן. דער ראש ישיבה שרייבט די וואך אין א בריוו: "ווער האט עס געגלייבט אז מיר האלטן שוין דא; דער חלום פון מוהרא"ש הייבט אן מקוים ווערן, מארגן וועט זיין די ניינצנסטע חתונה. "אלע האבן גוטע פלענער ווי אזוי מען קען העלפן מחותנים זאלן קענען חתונה מאכן די קינדער און זיך פרייען ביי די שמחה, אבער תלמידי היכל הקודש טוען למעשה; מוהרא"ש'ס זאך איז געווען לעובדא ולמעשה - געטון צו דער זאך, אמור מעט ועשה הרבה. "ביידע חתנים האבן זיך אוועק געגעבן אלע זייערע יארן אין ישיבה פאר די מוסד; החתן ... נרו יאיר האט געברענגט די קינדער און אהיים געטראגן די קינדער פון חדר און סקול מיט א שטארקע געטריישאפט, און דער חתן ... וואס גייט מארגן חתונה האבן האט יארן געפירט די סקול; לאנגע יארן האט ער געמענידזשט די סקול בית פיגא מיט א געטריישאפט, און יעצט העלפט ער ווייטער מיט אזויפיל זאכן, מען זעט ווי דער רבי באצאלט פאר'ן העלפן, מען איז זוכה צו טרעפן א שידוך, מען האט חתונה און מען שטעלט אויף ליכטיגע שטובער." דער אייבערשטער זאל העלפן אז די פרישע פאר פעלקער זאלן זוכה זיין אויפשטעלן ערליכע אידישע שטיבער, בתים נאמנים לה' ולתורתו, מיט דורות ישרים ומבורכים. שמח תשמח רעים האהובים! בילדער פון חתונה פון שלומי שטראה בילדער פון סיום הש"ס פון שלומי שטראה קליפס פון די חתונה פון שלומי שטראה בילדער פון חתונה פון אברמי פיש קליפס פון די חתונה פון אברמי פיש

    < זעה מער ז שבט תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 99 results

1 2 3 4 5 6 7
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ב
  • תשע״ז
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com