Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • "גליון ליין" - נייע וועכנטליכע אויסגאבע דורך תלמידי כיתה ח' פונעם שטעטל

    א הערליכע פרישע אויסגאבע האט לעצטנס אנגעהויבן צירקולירן אינעם שטעטל אונטערן נאמען "גליון ליין". ווי נאר מען נעמט עס אין די הענט אריין, ווערט גלייך קלאר אז דאס איז נישט סתם נאך א גליון ווי אלע אנדערע גליונות וואס קומען ארויס ביי אונז אין קהילת היכל הקודש; עס איז עפעס אינגאנצן אנדערש און אייגנארטיג.   נאכן בלעטערן אינעם גליון באקומט מען א קלארע בילד: עס רעדט זיך דא פון א רייכע אויסגאבע וואס די חשוב'ע קינדער פון קרית ברסלב, כיתה ח', געבן ארויס יעדע וואך. דאס איז אן עכטע חידוש וואס מען האט אינעם שטעטל נאכנישט געזען ביז היינט. עס איז נישט קיין גליון וואס די קינדער געבן ארויס באהאלטענערהייט, נאר עס קומט ארויס מיט די פולע רשות און שטיצע פונעם חדר.   די גאנצע געשיכטע פונעם גליון האט זיך אנגעהויבן מיט עטליכע וואכן צוריק, ווען דער מלמד הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א האט פארגעשלאגן אן איידיע צו מאכן א וועכנטליכע קלאס-בלעטל. אנפאנג האט מען געטראכט עס צו רופן "כיתה ח' באשרייבט", און הילד החשוב מענדי מעדלאוויטש נ"י האט עס אנגעפירט, ווען די ערשטע וואך איז עס געווען בלויז איין זייט גרויס.   מיט דער צייט האט מען אריינגענומען פרישע כוחות און אויפגענומען א רעדאקטאר, הילד החשוב נתנאל היילפרין נ"י – דער זון פונעם חבר הנהלה מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו. ער האט פארגעשלאגן צו מאכן א געהעריגע אויסגאבע און עס אראפלייגן אין אלע בתי מדרשים איבערן גאנצן שטעטל, כדי דער ברייטער ציבור זאל קענען הנאה האבן פון זייער שיינע ארבעט.   דאן האט מען באשלאסן אז עס איז צייט צו געבן א געהעריגן נאמען. לכתחילה האט מען געטראכט עס צו רופן "קינדער ליין", אבער וויבאלד עס עקזיסטירט שוין א באקאנטע אויסגאבע מיט אן ענליכן נאמען, האט מען באשלאסן עס א נאמען צו געבן "גליון ליין". די קינדער ארבעטן אויפן גליון מיט גרויס פלייס אינדערהיים, און אזוי אויך יעדן טאג אין חדר ביי די הפסקות פון ריסעס און לאנטש.   מיט דעם האט זיך דער גליון שטארק אויסגעברייטערט, און עס פארמאגט שוין א גאר רייכן תוכן וואס ווערט צונויפגעשטעלט דורך פארשידענע תלמידים אינאיינעם מיט די הנהלה:   • ארטיקל פונעם מנהל: דער מנהל מו"ה אברהם משה שטראסער שליט"א שרייבט א וועכנטליכן ארטיקל. • א בריוו פונעם ראש ישיבה: אנגעהויבן פון פרשת בהעלותך שיקט דער ראש ישיבה שליט"א א הערליכן בריוו ספעציעל פארן גליון. • פארזעצונגען און מעשיות: עס זענען דא צוויי זייטן פון א פארזעצונג איבער די צווייטע וועלט מלחמה, מעשיות פון תפילה פון די קינדער, א קאמיקס מיט א לימוד פון די פרשה, און א ספעציעלע אפטיילונג "דרייסט" איבער מסירות נפש פאר ברית מילה אין קאמוניסטישן רוסלאנד. • "א געהיימעניס אין ניו יארק": א שפאנענדע פארזעצונג געשריבן דורך יוסי אינדיג נ"י, וועלכער מאלט אויך אן אייגענע קאמיקס פארן בלאט. • קאמיקס פון "קינדער שפיל": רוב קאמיקסן ווערן גענומען מיט פולן רשות פון די באקאנטע "קינדער שפיל" אויסגאבע. • דברי תורה: צוויי בלעטער מיט דברי תורה צוגעגרייט דורך יוסי פעלדמאן נ"י. • נפלאות הבורא: אן אפטיילונג צום סוף מיטן נאמען "שהכל ברא לכבודו", וואס ברענגט אינטערעסאנטע ידיעות איבער חיות און בהמות, צוגעשטעלט דורך יוסי אינדיג נ"י.   ס'איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז אינעם גליון ווערט אויך דערמאנט די ארגאניזאציעס "חברים" און "חביבים", וואו די קינדער וואס זענען מעמבערס אין די "קינדער ווערסיע" פון די דאזיגע ארגאניזאציעס, טוען חסד איינער מיטן צווייטן ווען ס'פעלט זיך אויס. אזוי אויך ווערט דערמאנט אן אייגנארטיגע ארגאניזאציע "חרוסת", וואס איז געעפנט געווארן דורך יוסי פעלדמאן נ"י אינאיינעם מיט ארי פרידמאן נ"י, מיטן ציל ארויפצוברענגען א שמייכל אויף די פנימ'ער פון יעדן איינעם.   יעצט אין די קומענדיגע זומער חדשים, ווען די קינדער געפינען זיך אין קעמפ און זענען מער פארנומען מיט שפילן, שפרינגען און לויפן, פלאנען זיי ווייטער ארויסצוגעבן דעם גליון, אבער אין א קלענערן פארמאט פון בערך צוויי אדער דריי בלעטער. דער פלאן איז אבער אנצוהאלטן די אויסגאבע פאר א לאנגע צייט, און די קינדער האפן אז מיט די צייט וועט עס נאר אויסוואקסן שענער, גרעסער און בעסער.   פאר קאמענטארן אדער שאלות קען מען רופן אדער טעקסטן צו 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער א תמוז תשפ"ו 📝
  • די מוסדות אין ארץ ישראל ווערן אריבערגעפירט קיין בית שמש

    בית שמש &ndash; אין א דראמאטישע אנטוויקלונג פאר מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל, איז די וואך דינסטאג פולקאם אריבערגעפירט געווארן סיי דער חדר פאר די אינגלעך און סיי די מיידל שולע פאר די מיידלעך פון ירושלים קיין בית שמש. דאס איז אן אומגעווענליכע געשעעניש וואס איז צושטאנד געקומען נאך אסאך תפילה והתבודדות. &nbsp; דער הויפט סיבה פאר דעם דאזיגן שריט איז צוליב דעם וואס בערך אכציג פראצענט פון די משפחות וואס שיקן זייערע קינדער אין די מוסדות וואוינען אין בית שמש. דערצו זענען געווען נאך פילע משפחות אין בית שמש וואס האבן באמת געוואלט שיקן זייערע קינדער, אבער האבן זיך צוריקגעהאלטן בעיקר צוליב די שווערע נסיעות יעדן טאג קיין ירושלים. עס איז דעריבער קלאר געווארן אז עס איז נישט מער ווי יושר אריבערצופירן די מוסדות דארט וואו די קינדער געפינען זיך. &nbsp; אזוי ארום איז געווארן א נייע מציאות: די קינדער פון ירושלים פארן יעדן טאג קיין בית שמש, אנשטאט ווי עס איז געווען ביז יעצט ווען די בית שמש'ער קינדער פלעגן רייזן יעדן טאג קיין ירושלים. &nbsp; אבער, ווען דער באשטימטער טאג איז אנגעקומען, איז דער צוגעגרייטער פלאץ פארן חדר נאכנישט געווען אינגאנצן גרייט. אלס רעזולטאט האט מו"ה יצחק ראטה הי"ו מנדב געווען זיין אייגענע דירה מען זאל עס קענען נוצן פארן חדר. אין די לעצטע צוויי טעג איז זיין גאנצע שטוב &ndash; דער דיינינג רום, די קאך, און די שלאף צימערן &ndash; אלעס פארוואנדלט געווארן אין א מקום תורה פאר די לויטערע תינוקות של בית רבן. &nbsp; יעצט איז שוין די צייטווייליגע געביידע פאר די חדר ב"ה גרייט. פילע יונגעלייט און בחורים פון אנשי שלומינו העלפן ארויס אריבערצופירן דעם חדר צום נייעם לאקאציע, וואו עס וועט בעז"ה בלייבן ביז מען וועט קענען אויפשטעלן אן אייגענע געביידע. &nbsp; בלויז צוויי טעג נאכדעם וואס די מוסדות האבן זיך געעפנט אין בית שמש, זענען שוין צוגעקומען פרישע קינדער וואס האבן זיך איינגעשריבן, און עס איז דא נאך א שיינע צאל קינדער וואס ווארטן אריינצוקומען. די הנהלה גיט איבער אז די מוסדות וואקסן יעצט גאר שנעל, ווען עס קומען כסדר אריין נייע טעלעפאן רופן פון עלטערן וואס ווילן דרינגענד איינשרייבן זייערע קינדער. &nbsp; אויסער די תלמידים פון ירושלים און בית שמש, קומען די עלטערע קינדער &ndash; די כיתה פון הר"ר אבא חייא רייזמאן שליט"א פון בני ברק - יעדן טאג קיין בית שמש. די מיטעלע כתה ווערט געפירט דורך הר"ר יוסף כ"ץ שליט"א, און די יונגערע קינדער דורך הר"ר יעקב גוטמאן שליט"א. לויט'ן יעצטיגן שנעלן וואוקס, זעט אויס אז מ'וועט בקרוב דארפן עפענען נאך כיתות אין בית שמש. &nbsp; די הנהלה שטעלט קלאר אז דאס אריבערציען איז נישט מיט'ן ציל צו שפארן געלט; פארקערט, די רענט פאר די גרעסערע לאקאלן אין בית שמש איז נאך טייערער ווי אין ירושלים. מען האט דא בלויז אינזין די טובה פון די קינדער, און ב"ה מען זעט שוין דעם שטארקן פאזיטיוון השפעה אויף די קינדער. אין ירושלים זענען די מוסדות געווען אין א זייער ענגע און קליינע פלאץ, וואו די קינדער האבן נישט געהאט קיין פלאץ צו לויפן און שפילן. אבער דא אין בית שמש זעט מען שוין ווי די קינדער בליען און וואקסן אין א געזונטערע סביבה, געניסנדיג פון ברייטע און באקוועמע חדרים. &nbsp; ווי דער ראש ישיבה זאגט, איז קוקט מען נישט ווען מען ציט זיך אריבער צו א נייע פלאץ אויף שכנים אדער די וועטער; דער עיקר און די ערשטע זאך דארף זיין די מוסדות החינוך &ndash; וואו וועלן מיינע קינדער לערנען? צוליב דעם זענען דא עטליכע משפחות פון ירושלים וואס פלאנען זיך אריבערצוציען קיין בית שמש. אויסער דעם וואס עס זעט אויס אז די צענטראלע מוסדות פון היכל הקודש אין ארץ ישראל וועלן דארט אויפגעבויט ווערן, קען מען אין בית שמש באקומען פיל שענערע און גרעסערע דירות פאר פיל בעסערע פרייזן. &nbsp; די הנהלה האפט אז אין א קורצע צייט וועלן זיי קענען איינקויפן אן אייגענע שטח מיט הערליכע בנינים פאר אלע אפטיילונגען פון די מוסדות. &nbsp; אין העולם מתקיים אלא בשביל הבל פיהם של תינוקות של בית רבן

    < זעה מער א אדר תשפ"ו 📝
  • תלמידי תלמוד תורה היכל הקודש מאכן א קידוש השם אין מאנסי

    אין די טעג זענען די טייערע תלמידים, די תינוקות של בית רבן פון תלמוד תורה היכל הקודש קרית יואל, ארויסגעפארן אויף א נסיעה קיין מאנסי. זיי זענען געווען באגלייט דורך די איבערגעגעבענע מלמדים, הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א און הר"ר לוי יצחק ווערטהיימער שליט"א. &nbsp; דורכאויס דעם באזוך האבן די קינדער געהאט די זכיה צו מתפלל זיין ביי די הייליגע ציונים פון דעם ריבניצער רבי'ן, דעם וויזשניצער רבי'ן, דעם סקולענער רבי'ן, און נאך אנדערע גרויסע צדיקים זכותם יגן עלינו. די קינדער האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט אויסצוגיסן דאס הארץ פארן באשעפער מיט תמימות און פשטות. זיי האבן מתפלל געווען און געבעטן אויף אלע זייערע באדערפענישן אין זייער אייגענע שפראך, וויסנדיג דעם גרויסן כח פון רעדן צום אויבערשטן ביי קברי צדיקים, וואו מ'קען פועל'ן ביים אויבערשטן גאר גרויסע זאכן. &nbsp; דערנאך זענען די קינדער געגאנגען מנחם אבל זיין ביי משפחת לעווי, וואו מו"ה ברוך עזריאל לעווי הי"ו איז געזעצן שבעה אין מאנסי נאך זיין טייערן ברודער מו"ה יואל ע"ה, וועלכער איז ליידער פלוצלינג אוועק אין א יונגן עלטער. &nbsp; די קינדער האבן זיך אויפגעפירט מיט א געוואלדיגע דרך ארץ און האבן מחזק געווען די משפחה מיט ווערטער פון אמונה און חיזוק. נאכדעם האבן זיי געזונגען הארציגע ניגונים פון אמונה און בטחון. &nbsp; די ווערטער און די ניגונים פון די קינדער האבן איבערגעלאזט א שטארקן רושם אויף די אנוועזנדע. די מענטשן דארט האבן באמערקט ווי שטארק זיי זענען נתעורר געווארן פון די ריינע דיבורים פון די זיסע קינדער, וואס לעבן מיט אמונה פשוטה און א קלארע ידיעה אז אלעס קומט פונעם אייבערשטן. &nbsp; ביי דעם באזוך איז אויך אנוועזנד געווען הגה"צ קאפישער רב שליט"א, וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע רייד פאר די קינדער און די גאנצע משפחה. דער רב האט אויסגעדריקט זיין טיפע התפעלות פון די קינדער, זעענדיג זייער אויסערגעווענליכע איידלקייט און ריינע תמימות. &nbsp; דער רב האט ארויסגעברענגט אז די קינדער, מיט זייער אמת'ע אמונה און בטחון, זענען די וואס פילן אן דעם גרויסן חלל וואס דער שווערער פארלוסט האט איבערגעלאזט. ער האט באטאנט אז נאר אמונה און בטחון קענען באגלייטן א משפחה אין אזעלכע שווערע צייטן, און נאר דאס גיט די כוחות איבערצוקומען דעם גרויסן צער. &nbsp; די משפחה האט אויסגעדריקט א טיפע דאנקבארקייט פאר'ן חשוב'ן באזוך, און אלע אנוועזנדע זענען ארויס מיט א געוואלדיגע התחזקות און נייע כוחות, אנגעפילט מיט אמונה אינעם אויבערשטן. &nbsp; &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מ'זאל ווייטער נאר הערן גוטע בשורות, שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו, און מיר זאלן זוכה זיין צו הערן נאר בשורות טובות אמן.

    < זעה מער כג שבט תשפ"ו 📝
  • קינדער פון ת"ת ברסלב קרית יואל באקומען הארציגע ברכה פונעם וויזשניצער ראש ישיבה שליט"א

    עס איז געווען א גאר פרייליכער מאמענט פאר די קינדער אינעם חדר אין קרית יואל, די אינגע קינדער האבן זוכה געווען צו פראווען נאך א סיום. די לעכטיגע קינדער האבן פלייסיג געלערנט יעדן טאג אביסל, און זענען זוכה געווען צו ענדיגן אות ב' פונעם הייליגן "ספר המידות" פונעם הייליגן רבי'ן. די געטרייע מלמדים הרב יואל טייטלבוים שליט"א און הרב לוי יצחק ווערטהיימער שליט"א האבן געמאלדן פאר די טייערע קינדער, אז לכבוד דעם סיום וועלן זיי באלוינט ווערן מיט א ספעציעלן טריפ. א נסיעה צו די הייליגע ציונים אין מאנסי, וואו עס ליגן די צדיקים הרה"ק מריבניץ, די צדיקים לבית וויזניץ און סקולען, זכותם יגן עלינו. דארט וועלן די קינדער האבן די געלעגנהייט צו מקיים זיין וואס זיי האבן געלערנט אין ספר המדות איבער די גרויסקייט פון מתפלל זיין ביי א קבר פון א צדיק, וואס דער רבי זאגט אז מען קען דארט פועל'ן גרויסע ישועות אפילו מען איז עס נישט ווערד. &nbsp; ביי דער נסיעה האט זיי אפגעווארט אן אומגעראכטענע סורפרייז. ווען די קינדער האבן געענדיגט זאגן תהלים און אויסגיסן זייער הארץ ביי די קברי צדיקים, האבן זיי באגעגנט דעם חשוב'ן ראש ישיבה פון וויזשניץ, הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א, וועלכער איז פונקט ווי זיי אויך געקומען פוקד זיין די ציונים פון די צדיקים און דער אויבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז ער איז פונקט פארבייגעגאנגען די לעכטיגע קינדער. זעענדיג די לעכטיגע קינדער האט ער זיך אפגעשטעלט זיי צו באגריסן. מען האט געזען אויפן ראש ישיבה'ס פנים די גרויסע התפעלות וואס ער האט פון די קינדער. ער האט זיך נאכגעפרעגט וועלכע חדר דאס איז, און נאכן שמועסן עטליכע מינוט מיט די קינדער האט ער געזאגט בזה הלשון, "יכרו שהם זרע ברך ה'", ער האט געקוקט אויף די ריינע קינדער און געזאגט אז מען זעט אויף זיי אז זיי לעבן מיטן אויבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארויסגעוויזן א שטארקע אינטערעסע אין די קינדער. ער איז געווען שטארק איבערגענומען צו זען אזעלכע ריינע נשמות ווי זיי לעבן מיט אמונה און יראת שמים. ער האט זיי אויסגעהערט און זיך נאכגעפרעגט אויף וואס זיי לערנען. &nbsp; דערנאך האט ער זיי געבענטשט מיט הארציגע ברכות זיי זאלן מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות, און האט צוגעלייגט אז מען זעט אויף די ברסלב'ע קינדער דעם פסוק "וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך."

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ו 📝
  • כיתה א' קינדער אין שטעטל פראווען שיינע חומש סעודה

    זונטאג פרשת קרח איז פארגעקומען א גאר הערליכע מעמד חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש אינעם ברסלב'ן שטעטל, ווען די זיסע קינדערלעך פון כתה א' האבן זוכה געווען צו פייערן זייער מעמד התחלת לימוד חומש. &nbsp; די זאל אינעם תלמוד תורה איז געווען אנגעפילט מיט עלטערן טאטעס, מאמעס זיידעס און באבעס וועלכע זענען געקומען שעפן נחתן פון זייערע קינדער און אייניקלעך. די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיטאג צייט ווען די קינדער האבן אריינמארשירט אינעם זאל, ווי זיי האבן געזונגען שיינע ניגונים לכבוד היום. &nbsp; ווי איינגעפירט האבן זיי געזאגט די ערשטע פסוקים פון חומש ויקרא, און דערנאך האט דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א אויפגעטרעטן, און ארויסגעברענגט די גרויסע חשיבות פונעם מלמד וואס געבט זיך אזוי געטריי אפ מיט די קינדער, ער קוקט נישט נאר אויף "שארט טורם" נאר ער טראכט אויף שפעטער, די קינדער וועלן אויפוואקסן, און יעדער וועט שוין לאנג פארגעסן ווי קיוט ער פלעגט זינגען דער ניגון וואס דער מלמד האט אים אויסגעלערענט, און ווען די עכטע לעבן וועט זיך אנהייבן, וועט דער אויבערשטער זיין ביי זיי א זאך וואס מען נעמט ארויס איין אדער צוויי מאל א יאר ארויס פון שעלף, פסח ביים סדר, און פורים נאכמיטאג, אדער וועלן זיי לעבן מיט'ן אויבערשטן טאג טעגליך.&nbsp; &nbsp; סתם אזוי ווען מען קוקט אויף די קינדער, זעט מען זיסע לעכטיגע קינדער, אזוי ווי אלע קינדער, אבער ווען מען רעדט מיט זיי זעט מען די ארבעט פונעם מלמד, די קינדער לעבן מיט אזא תמימות, זיי לעבן מיט'ן אויבערשטן, זיי זענען אויפגעבויעט און אנגעפילט מיט אמונה. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם חשוב'ן מלמד הר"ר בערל שניטצלער שליט"א וואס האט געדאנקט דעם אויבערשטן אז ער האט די זכי' צו זיין מלמד, און ער קען פארברענגען זיין צייט מיט אריינלייגן אמונה אין קינדער. אזוי אויך האט ער געדאנקט דעם ראש ישיבה שליט"א פאר'ן אים געבן די געלעגענהייט זיך צו קענען אפגעבן מיט די קינדער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א - וואס איז אויך געווען א זיידע פון איינע פון די קינדער, האט דערנאך אויפגעטרעטן, און ארויסגעברענגט אז מען כאפט נישט די חשיבות פון א מלמד, וויפיל כחות ער לייגט אריין, ביז ווען ווען דער מלמד קען אמאל נישט קומען, און מען דארף א סאבסיטוט, דעמאלט קען מען זען די גרויסע כחות פון א מלמד. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט א מעשה וואס איז געווען פאריגע וואך, ווי ער האט מיטגעהאלטן וויאזוי דער מלמד האט באהאנדעלט א קינד, אזוי קלוג און איידל, זיך אפגעגעבן מיט אים, אין די צייט וואס מען וואלט זיך געקענט רעגן אויפן קינד און אים חלילה פארשעמען. &nbsp; דער ראש ישיבה האט דערנאך גערעדט איבער דעם וואס מען פירט זיך אז מען הייבט אן מיט קליינע קינדער לערנען חומש ביי "ויקרא" וואס האט א קליינע "אלף", ווייל דאס איז א חדר, מען לייגט אריין דעם "אלף" דער אויבערשטער וואס איז דער "אלופו של עולם" אין די קליינע קינדער. &nbsp; מיר אלע - האט דער ראש ישיבה געזאגט - לערנען אויך אין חדר, דער הייליגער רבי איז אונזער מלמד, און ער לייגט אריין אין אונז דעם אלופו של עולם, ער לערנט אונז אויס צו בעטן דעם אויבערשטן יעדע זאך. &nbsp; נאכ'ן מעמד האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע ריקוד, און די קינדער האבן באקומען א פערזענליכע סידור, מיט זייער נאמען ארויפגעקריצט מיט גאלדענע אותיות. &nbsp; נאך די חומש סעודה איז דער ראש ישיבה געגאנגען קוקן נעבן די חדר ווי מען האט אראפ געווארפן אן אלטן געביידע וואס מען האט האט אפגעקויפט, צו מאכן דארט א פלעי גראונד די קינדער זאלן קענען שפילן.

    < זעה מער כו סיון תשפ"ה 📝
  • הגאון רבי מאיר צוויבל שליט"א באזוכט תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב קרית יואל

    פארגאנגענעם דאנערשטאג פרשת אמור, ערב ל"ג בעומר תשפ"ד, האָבן די הייליקע תינוקות של בית רבן פון תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב אין קרית יואל געהאט די זכי׳ צו צו הערן גאר ווארימע דיבורים פונעם סאטמאר'ן ראש הכולל אין וויליאמסבורג, הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א. דער גאון שליט"א האָט גערעדט צו די קינדער ווארימע דברי התחזקות, און זיי צוגעגרייט צום גרויסן טאג ל"ג בעומר - יומא דהילולא דרשב"י. אין דער צייט האט ער אויסגענוצט די געלעגענהייט וואס זיין חשובער ברודער הר"ר פנחס נחום בן חי', וועלכער האט זיך ליידער דאן געפונען אין גאר א שווערע געזונטהייט מצב. דער ראש הכולל האָט געבעטן אז די טייערע קינדערלעך זאָלן מתפלל זיין פאר אים מיטן גאנץ הארץ. די קינדער, האבן מיט זייערע ריינע תפילות, מתפלל און געבעטן דעם אויבערשטן מיט פשוטע ווערטער וואס האט געשפאלטן הימלען. הר"ר פנחס נחום איז דורכגעגאנגען א גאר שווערע געזונטהייט קאמפליקאציע, און די דאקטוירים האבן שוין געהאט אויפגעגעבן, זאגענדיג אז עס איז נישטא וואס צו טון מער. אבער נאכדעם וואס די קינדערלעך האבן מתפלל געווען, האט זיך דער מצב געטוישט. די דאקטוירים האבן אנגעהויבן צו באמערקן א קליינע שינוי לטובה, און געזאָגט אז יעצט קען מען שוין פרובירן צו מאכן אן אפעראציע, וואס פריער איז דאס בכלל נישט געקומען אין באטראכטן, אבער יעצט - האבן זיי געזאגט - געבן זיי אויך נישט קיין גרויסע שאנסן, אבער דערלייגן קען מען שוין נישט. און אזוי האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט, אז נישט מענטשן פירן די וועלט, נאר גארנישט פאסירט אן דעם רצון פונעם אייבערשטן. און דעם פאלגענדן ערב שבת קודש, נאך די הימל שפאלדטענדע תפילות פון די לעכטיגע תינוקות של בית רבן, איז הר"ר פנחס נחום אויפגעשטאנען פונעם אפעראציע געזונט און שטארק - קעגן אלע שווארצע נביאות'ער פון די דאקטוירים, וועלכע האבן זיך אויסגעדריקט: "אזאנס האבן מיר נאך קיינמאל געהאט"... דער אויבערשטער וועלכע הערט אויס תפילות ישראל, זאל געבן א גענצליכע רפואה פאר אלע חולי ישראל. &nbsp;

    < זעה מער כב אייר תשפ"ה 📝
  • פופצן יאר פון לערנען אמונה און יראת שמים דורך די תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב

    מיט גענוי פופצן יאר צוריק - גלייך נאך פסח תש"ע, האט דער אייבישטער געהאלפן אז עס האט זיך געעפענט א נייע קאפיטל אין קהילת היכל הקודש. אין יענע טעג איז דער ראש ישיבה מיט נאך א הייפעלע אינגעלייט תלמדים פון מוהרא"ש אריינגעשפרינגען אין א שווערן אינטערנעמונג, און בס"ד געעפענט די טויערן פון דעם נייעם חדר "היכל הקודש", אין וויליאמסבורג מיט בלויז עטליכע קינדער. עס לאזט זיך שווערן גלייבן, ווי שיין דער אויבערשטער האט געפירט, און פון דעם חלום האט זיך עס צואוואקסן צו די פילע מוסדות "היכל הקודש", בתי מדרשים, חדרים, מיידל שולעס, כוללים, ישיבות און מוסדות החסד, וואס גייען אן היינט אין פילע שטעט אין אמעריקע, קאנאדע, ענגלאד, און בפרט אין ארץ הקודש, ווי עס זענען דא מוסדות אין עטליכע שטעט. די מוסדות היכל הקודש פארקויפן נאר איין זאך, עס איז אראפ געשטעלט אלץ א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט א פאקוס אויף שפעטער. די קינדער זענען די צוקונפט פון כללי ישראל, און פון זיי וועט אויסוואקסן דער קומענדיגער דור פון רבנים, מורי הוראה, מחנכים און בעלי בתים, און דער ראש ישיבה נוצט די עצות פון הייליגן רבין, אויף די וועג וויאזוי מוהרא"ש זי"ע האט אונז געלערענט וויאזוי מען קען אריינלייגן אין זיי תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, אז עס זאל זיך האלטן אויף לאנגע יארן, ווען דער מלמד אדער טיטשער וועט שוין נישט שטיין אויף זייער קאפ, זאלן זיי וויסן אז נישט קיין חילוק וואס עס גייט אריבער אויף זיי זאלן זיי געדענקען אז אלעס סיי גוטע זאכן, אדער חלילה שווערע זאכן קומט נאר פון אויבערשטן, און מען דארף זיך ווענדן נאר צו אים. &nbsp; אלע עלטערן זאגן פה אחת אז מען זעט אויף די תלמידים ותלמידות א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט, ערליכקייט און א תמימות וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, ובעיקר צוליב וואס די קינדער'ס ליפן שאקלען זיך כסדר און רעדן און שמועסן שטנעדיג מיטן אייבערשטן. אלץ האבן די קינדער צו פארציילן אותות ומופתים וואס דער אייבישטער האט געטון מיט זיי, און דערציילן "מעשיות פון תפלה", ווי דער אייבישטער האט זיי געהאלפן און האט צוגעהערט צו די תפילות וואס זיי האבן געבעטן. פופצן יאר צוריק ווען מוהרא"ש איז איבערגעגאנגען אלע פרטים איבער די תלמוד תורה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, האט מוהרא"ש דערציילט פאר'ן ראש ישיבה אן אינטערעסאנטן סיפור וואס עס האט זיך אפגעשפילט ווען מען האט געגרינדעט דער ערשטער ברסלב'ער בית המדרש אין וויליאמסבורג פופציג יאר פריער. ברסלב איז דאן געווען א מושג פון וואס זייער ווייניג האבן בכלל געהערט דערפון, און מען האט זיך שטארק געמוטשעט מיט מנין אינעם ברסלבער ביהמ"ד. איינמאל האט זיך דער גבאי פון בית המדרש אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז דאן געווען א פרישער יונגערמאן - ווי שטארק ער מוטשעט זיך צוזאמצושטעלן דער מנין יעדן שבת. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה!", און ווען עס איז דעמאלטס אריבערגעפארן באסעס פון פארשידענע חדרים, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן צו אים, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין אויף זיי "תלמוד תורה ברסלב וויליאמסבורג". דער גבאי האט דאס אנגעקוקט ווי א גרויסער גוזמא, האט ער זיך אנגערופן, "איר חלומ'ט בהקיץ!", "יעצט" - האט מוהרא"ש אויסגעפירט פארן ראש ישיבה - "זעט מען ברוך השם אז די חלום איז מקוים געווארן"!. כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ!

    < זעה מער כג ניסן תשפ"ה 📝
  • מלמדים קאמפיין תשפ"ה

    שטייענדיג מיט ביידע פיס אין די שלשים יום קודם לחג הפסח, טרעפן זיך די מנהלי המוסדות און דער חשובער אדמיניסטראטאר אין אן אייגענארטיגע מצב, פון איין זייט בליען די מוסדות קיין עין הרע, עס קומען צו כסדר פרישע קינדער, מען עפענט פרישע קלאסן, מען נעמט אויף פרישע מלמדים און טיטשערס, אבער פון די אנדערע זייט איז דורך א שווערע ווינטער, מען פלאגט זיך ממש טאג טעגליך צו דעקן דעם בודזשעט, כאטש וואס מען פרובירט מיט אלע מיטלען צו צאלן אין צייט האט מען אנגעהויבן צו ווערן אינטערשטעליג מיט די מאגערע געהאלטן פון די געטרייע איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס. &nbsp; פאריאר, זאגט אונז דער מנהל הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א איז דער מלמדים קאמפיין ערב פסח געקרוינט געווארן מיט גרויס הצלחה, ווען די מלמדים קאמפיין האט געדעקט איבער צוויי הונדערט טויזענט דאלער, וואס האט באוויזן בסייעתא דשמיא גענצליך אראפ צו נעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה, און האט געהאלפן גענצליך באצאלן אלע איינגעשטעלטע אין די מוסדות אויף יום טוב. &nbsp; אבער די הצלחה פון פאריאר איז נישט ממש גענוג פאר היי יאר, נאך א דרינגענדע זיצונג פון די הנהלה, מיט די אדמיניסטראטאר פון די מוסדות צו מאכן א גרעסערע ציל פארן קאמפיין, נאכדעם וואס עס איז דורכגעגאנגען א גאר שווערע ווינטער אויף די מוסדות פון א פינאנציעלער שטאנדפונקט, האט מען געזען אז כדי צו קענען דורכמאכן דאס יאר און באצאלן אלע מלמדים און טיטשערס דארף מען אויפקומען מיט איבער פיר הונדערט טויזענט דאלער, כדי זיך צו קענען דעקן, און ווי אלע יארן האט זיך דער מנהל אריינגעלייגט אינעם קאמפיין, און רופט ארום אנשי שלומינו זיי צו מזכה זיין מיט די גרויסע זכיה פון צאלן אונזערע טייערע מלמדים און טיטשערס וואס זענען איבערגעגעבן א גאנץ יאר פאר די קינדער בלב ונפש, געבן זיך איבער מיט'ן גאנצן הארץ זיי צו אנגרייטן פארן לעבן, אריינלייגן אין זיי אמונה, יראת שמים, מידות טובות, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אינגעלייט און איבערגעגעבענע מאמעס. &nbsp; דער מנהל הר"ר אברהם משה שליט"א זאגט אונז אז ער איז איבעראשט און איבערגענומען פון די ווארימקייט מיט וואס אנשי שלומינו נעמען אים אויף, אלע ווייסן אז עס קומט א קאמפיין און ערווארטן דעם יערליכן רוף, און רופן זיך אן מיט גרויס ווארימקייט. &nbsp; די מוסדות ברוך השם וואקסן און בליען מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן פון די צופרידענע עלטערן ווי שטארק די קינדער שפירן ווי זייערע מלמדים און מחנכים האבן זיי ליב און זענען איבערגעגעבן בלב ונפש, די עלטערן שעפן הויפנס פון נחת ווי די קינדער שטייגן בתורה ויראת שמים, זיי לעבן מיט א ריינע אמונה, האבן ליב תורה ומצוות, וואקסן און שטייגן מיט מידות טובות, זיי ווערן אנגעגרייט צום לעבן, עס קומען כסדר צו נאך און נאך קינדער, מען דארף כסדר צובויען נאך בנינים און נאך קלאס צימערן, נאך באסעס, נאך מלמדים, נאך טיטשערס און אזוי ווייטער, און מיט דעם וואקסט דער בודזשעט, און מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף וועט מען אויך היי יאר אין די שווערע מצב הפרנסה אויך קענען באצאלן די טייערע מסירת נפש מלמדים, זיי זאלן קענען צוגיין צום יום טוב מיט הרחבת הדעת. &nbsp; אנשי שלומינו ווארטן אפילו נישט דער מנהל זאל זיי רופן, מען רופט אן דעם מנהל הר"ר אברהם משה שליט"א אויף 917-578-0495 און מען איז זיך משתתף מיט שיינע נדבות, און בזכות זה וועט דער אייבערשטער אונז אלע בענטשן מיט אלע ברכות האמורות בתורה, בני חיי ומזוני סייעתא דשמיא. אויב דער מנהל הייבט נישט אויף זאל מען ביטע לאזן א מעסעדזש.

    < זעה מער יח אדר תשפ"ה 📝
  • פרעזענטאציע פון מוסדות ארץ ישראל על טהרות הקודש פארעפענטליכט

    אנשי שלומינו האבן איבערגעפילט דעם עטרת חי' שרה זאל אין מאנס פאר צוויי וואכן צוריק ביים יארצייט פון הייליגן רבי נתן זי"ע, ווען די מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל האבן דאן אפגעהאלטן א הערליכע מסיבה של מצוה אויפצוטרייבן נדבות פון אנשי שלומינו צו קענען דעקן די שנעל וואקסענדע מוסודת היכל הקודש אין ארץ ישראל. &nbsp; דער הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען א הערליכע פראפעסיאנעלע פרעזענטאציע, מען האט געשפירט ווי מען גייט פערזענליך שפאצירן אויף די געסאלאך אין ארץ ישראל און מען האלט מיט א טאג אין די הייליגע מוסדות. דער פרעזענטציע האט איבערגעלאזט א אומגעהויערער רושם אויף אלע וואס האבן עס געזען, און עס זענען געקומען פילע ווענדונגען סיי פון באטייליגטע וואס ווילן עס ווידער זען, און פון פילע וואס האבן זיך נישט געקענט באטייליגן, צי ווייל זיי וואוינען אין אנעדערע שטעט אדער פאר אנדערע סיבות, אז מען זאל פארעפענטליכן דעם הערליכן פרעזענטציע. &nbsp; ב"ה אז היינט האט מען ארויפגעלייגט דעם פרעזענטציע אויפן פאולערען וועבסייט "ברסלב עני טיים" אונטערן נאמען "מוסדות ירושלים בני ברק טבריה" ווי מען מען פליעט אריין מיט'ן פרעזענטאציע קיין ירושלים עיה"ק מיט די שלוחים פון פונעם ראש ישיבה, באזוכן די מוסדות היכל הקודש על טהרת הקודש אין ארץ ישראל, מען זעט דעם בית המדרש היכל הקודש ירושלים, ווי מען זעט די בא'חנ'טע ארץ ישראל'דיגע קינדער בחורים און אינגעלייט, מלמדים און עלטערן און מען האלט מיט א טאג פון די מוסדות. &nbsp; צווישן אנדערע שטופט מען זיך דורך צווישן די שמאלע ירושלימער מאה שערים'דיגע געסאלאך, דער מנהל המוסדות הר"ר יצחק פאפענהיים שליט"א איז מקבל פנים דעם גבאי פון רבי מאיר בעל הנס וואס איז געקומען צו פליען פון אמעריקע הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א. מען גייט אריין צו די קליינע קינדער צום ישיבה קטנה. שפאצירנדיג אין בתי אונגארן גייט מען דורך די השתלשלות פון די מוסדות, פון ווען מוהרא"ש זי"ע האט געשטרעבט צו עפענען א קהלה און מוסדות אין ירושלים פאר לאנגע יארן, ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן און די מוסדות האבן זיך געעפענט בזעיר אנפין, און וואו מען האלט היינט. &nbsp; מען קוקט אריין צו די גרויסע קינדער אין חדר וואס לערנען פלייסיג חומש און זאפן זיך אן מיט אמונה און יראת שמים, מען כאפט א שמועס מיט די געטרייע מלמדים הר"ר יוסל כ"ץ שליט"א מיט'ן תלמוד הישיבה ר' יעקב סאמעט וואס העלפט די מלמדים און די מוסדות, דער מנהל אין זיין אפיס לייגט אראפ די ציל פון די מוסדות, וואס וויל מען די קינדער זאלן קונה זיין אין חדר, אין סקול און אין ישיבה, מען שמועסט מיט'ן אפיס מענעדזשער ר' שלמה מינצבערג וואס גייט דורך אביסל די בודזשעט, די הכנסות, שכר לימוד, וכדומה, און וויאזוי מען באווייזט צו דעקן די הוצאות. &nbsp; מען באזוכט אין די קיך פון די מוסדות, ווי מען לערנט אויס די בחורים ארויס צו העלפן און ווערן זעלבסט שטענדיג, מען זעט זיי אנגרייטן די נארהאפטיגע געשמאקע פרישטאגס, און די פליישיגע מיטאגס וואס זעטיגט פילע קינדער וואס האבן נישט ערגעץ אנדערש וואס צו עסן. &nbsp; מען הערט איבער די פלענער צו בויען א געהעריגע קיך, נאכדעם וואס יעצט ארבעט מען אין א צימער אן קיין וואסער און און קיין סינקס, מען הערט די נייעס אז דער זכות איז געווארן אפגעקויפט געווארן דורך הר"ר אהרן שלעזינגער שליט"א, און וועט באקומען דעם פאסיגן נאמען "רבי ישעי'לעס קאך", וואס וועט גלייכצייטיג אויך צושטעלן עסן פאר משפחות וואס האבן נישט. &nbsp; מען זעט די לעכטיגע בחורים אין ישיבה לערנען סדר דרך הלימוד, מען שמועסט אביסל מיט'ן מגיד שיעור וואס לייגט אראפ דער ציל און די סדר פון די ישיבה, דערנאך בליקט מען אריין צו די פיצעלעך פון בית פיגא ווי מען לייגט אריין תפילה אמונה און מידות טובות אין די קינדער. &nbsp; מען באזוכט אינעם נישנוש רעסטוראנט אין הר נוף ווי מען באגעגענט דעם אייגענטומער ר' נח לעווי א טאטע פון תלמידים און מען הערט ווי שטארק די עלטערן זענען צופרידן, און ווי די גאנצע שטוב האט זיך געטוישט זינט די קינדער לערנען אין די מוסודת. &nbsp; פון דארט פארט מען אריבער צום עיר התורה בני ברק, מען זעט די ברסלב'ע קינדער שפילן אין הויף, און דערנאך זעט מען זיי מיט'ן מלמד ווי זיי לערנען פלייסיג, מען לאזט זיך ארויס אין א טאנץ מיט די קינדער, די קינדער פארציילן מעשיות פון תפלה, מען כאפט א שטיקל שמועס מיט'ן מלמד הר"ר אבא חייא רייזמאן, און מיט ר' משה רעכניצער, ר' ישראל דוד ברוקמאן, טאטעס פון תלמידי המוסדות, מען הערט פון זיי ווי שטארק זייערע קינדער פרייען זיך צו גיין אין חדר. דערנאך זעט מען ווי די שליחי המוסודות בעטן זיך אויס ביים ציון פונעם גרויסן גאון דער חזון איש זי"ע פאר זיך און פאר אלע תומכים. &nbsp; פון דארט פארט מען קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש, ווי מען בעט דעם אויבערשטן אין זכות פונעם צדיק וואס האט אונז איבערגעגעבן די אלע זיסע עצות און לימודים, און האט אונז אריינגעלייגט די אמונה פשוטה, און האט זיך מוסר נפש געווען פאר אונז אלע זיינע יארן. &nbsp; דערנאך קומט מען אן צו היכל הקודש טבריה, מען זעט די קינדערלעך לערנען פלייסיג ביים מלמד הר"ר יוסף סאקס שליט"א, מען שמועסט אביסל מיט ר' משה ראזענבערג און מיט ר' נפתלי קארנבלי וואס האבן קינדער אין די מוסדות אין טבריה, וואס פארציילן ווי שטארק זיי זענען פרייליך אז זיינע קינדער לערנען אין ברלב, ווי מען לייגט אריין אמונה אין זייערע קינדער. &nbsp; דערנאך זעט מען דעם מלמד פון טבריה הר"ר יוסף סאקס שליט"א וועמען דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט פאר א שליח צו מתפלל זיין ביים ציון הקדוש פון רבי מאיר בעל הנס אין טבריה יעדע ערב שבת, יעדע ערב ראש חודש, און סיי ווען מען דארף א ישועה פאר אלע אנשי שלומינו וואס שטיצן די מוסדות היכל הקודש על טהרת הקודש אין ארץ ישראל, וואס פארציילט גרויסע ישועות וואס ער האט שוין געזען דורך מתפלל זיין ביי דעם מקום קדוש. &nbsp; פרעזענטאציע פון די מוסדות אין ירושלים, בני ברק און טבריה

    < זעה מער כ טבת תשפ"ה 📝
  • טראנספארטאציע דעפארטמענט פון די מוסדות ברייטערט זיך אויס מיט דריי נייע באסעס

    די מוסדות היכל הקודש גייען אן ב"ה שטארק און מיט הצלחה, די געטרייע מלמדים און מחנכים געבן זיך אוועק בלב ונפש צו לערנען מיט די קינדער תורה, מידות טובות און יראת שמים. דער עיקר דגוש לייגט מען אבער אויף אמונה, אז די קינדער זאלן וואקסן מיט דעם יסוד אז זיי זאלן וויסן און געדענקען אויף זייער גאנץ לעבן אז דער אויבערשטער איז מיט זיי, אייביג. &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן אז די מוסדות וואקסן און בליען, עס קומען צו כסדר פרישע קינדער. צו נייעם לערן יאר תשפ"ד זענען צוגעקומען צוויי נייע קלאסן, איינס ביי די אינגלעך און איינס ביי די מיידלעך. דער וואוקס האט צוגעברענגט א נויט צו פארגרעסערן דעם טראנספארטאציע סיסטעם. בפרט ווען צוויי פון די אלטע באסעס זענען פראבלעמאטיש און זיצן אפ כסדר ביים מעקעניק. &nbsp; די הנהלה האט זיך אריינגעלייגט צו טרעפן גוטע באסעס, און מיט גרויס סייעתא דשמיא, האט דער אויבערשטער צוגעפירט א גאר גוטן דיעל פון דריי גוטע באסעס פאר גוטע פרייז. די הנהלה שטארק דאנקבאר די חשובע נדבנים וואס האבן מנדב געווען דריי נייע באסעס, וואס איז אזוי נויטיג געווען צו קענען טראגן און ברענגען די קינדער זיכערערהייט. &nbsp; איין באס האט מנדב געווען מו"ה יוסף פריעדמאן הי"ו, איין באס האבן מו"ה שבתי מארקוס הי"ו צוזאמען מיט זיין שותף מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו מנדב געווען, און דער דריטער באס האט מו"ה יוסף זינגער הי"ו מנדב געווען. &nbsp; אינאיינעם פארמאגט יעצט דער טראנספארטאציע סיסטעם פון די מוסדות א סך הכל פון צען באסעס: איינס אין וויליאמסבורג, איינס אין קרית יואל, פינף אלטע באסעס אין שטעטל, די אויבנדערמאנטע דריי נייע באסעס, און בנוסף איז דא צוויי אלטע פראבלעמאטישע באסעס. &nbsp; די טראנספארטאציע ווערט געפירט מיט גרויס געניטשאפט דורכן געטרייען מענעדזשער פון די מוסדות מו"ה אליעזר שמן הי"ו, די דרייווערס זענען אונזערע איבערגעגעבענע מלמדים פון נורסערי און קינדערגארטן מו"ה יעקב יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה ארי לונגער הי"ו. אויסער דעם זענען דא נאך אינגעלייט וואס העלפן צו און נעמען רוטס ווען עס פעלט אויס, צווישן זיי מו"ה בנציון יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה שמעון אביש הי"ו. &nbsp; מיר וועלן ענדיגן מיט א שבח והודאה צום אויבערשטן אויף די געוואלדיגע הצלחה וואס די מוסדות האבן ב"ה, און מיט א תפלה אויף ווייטער אז חפץ ה' בידינו יצליח, די קינדער זאלן ווייטער וואקסן און בליען און אויסוואקסן ערליכע גוטע אידן, וואס ווילן איין זאך, טון דעם רצון ה' באמת ובתמים.

    < זעה מער יט חשון תשפ"ה 📝
  • פרישע זמן אנגעהויבן אין די מוסדות

    מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן האט מען אנגעהויבן דעם נייעם לערן יאר אין די הייליגע מוסדות "היכל הקודש" איבער אלע שטעט. ווי איינגעפירט אין אונזערע מוסדות הויבן אן די אינגלעך און די בחורים דעם נייעם זמן אום אסרו חג סוכות. &nbsp; דער זמן האט זיך טאקע אנגעהויבן מיט א שטארקע פרישקייט, די קינדער זיצן מיט די מלמדים און לערנען פלייסיג, דאווענען ערליך, און פילן זיך אן מיט אמונה און יראת שמים, מיט תורה און תפלה און מדות טובות. &nbsp; אין א טעגליכע בריוו די וואך שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א, "מען הויבט היינט אן די נייע כיתות אין תלמוד תורה, זע צו שיקן דיין קינד מיט אלע ספרים וואס ער דארף האבן; זיי נישט פויל, און גארנישט זאל דיר זיין חשוב'ער ווי דיין זונ'ס לערנען תורה, ווייל לעולם וואלסטו געדארפט זיצן מיט דיינע קינדער א גאנצן טאג לערנען תורה, מקיים זיין די מצוה פון "ולמדתם אותם את בניכם לדבר בם", נאר מען קען מאכן א שליח, דער מלמד זאל לערנען, און אזוי איז מען מקיים די מצוה, אבער א שליח דארף מען מאכן, מען דארף זיך וויסנדיג מאכן, זאלסטו אים קויפן די ספרים וואס ער דארף, א סידור וכו'. &nbsp; לויב אויס די נייע מלמדים און לערערינס פאר דיינע קינדער, און אז דיין קינד וועט היינט אהיים קומען מיט א לאנגע נאז, באבלאזן, עפעס חוזק ווערטער אויפן מלמד - זאלסטו נישט זיין קיין קליין קינד און מיט זינגען זיין ניגון און חוזק מאכן, נאר זיי קלוג און זאג אים: "דו האסט די בעסטע מלמד", און "דו האסט די בעסטע טיטשער"." מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר ווייטער מצליח זיין, און זען אסאך אידיש נחת פון די טייערע קינדערלעך.

    < זעה מער כט תשרי תשפ"ה 📝
  • נייע מיידל שולע בית פיגא ברסלב ווערט געגרינדעט אין עיר התורה בני ברק

    א גרויסע שמחה הערשט אין בני ברק, ווען נאך אסאך תפלות איז געגרינדעט געווארן א פרישע אפטיילונג פון די מוסדות אין ארץ ישראל. &nbsp; די הייליגע מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל פארמאגט שוין פילע אפטיילונגען, חדרים, מיידל שולעס, און א ישיבה, וואס ווערט אנגעפירט דורכן מנהל המוסדות אין ארץ הקודש הרב יצחק פאפענהיים שליט"א פון ירושלים וואס פירט אלע מוסדות מיט גרויס סייעתא דשמיא, אלעס לויט די פונקטליכע הוראות פון ראש ישיבה שליט"א. די ציל פון די הייליגע מוסדות איז צו קענען געבן פאר די קינדער א חינוך על דרך התורה והמסורה, זיי זאלן אויפוואקסן פון די פריעסטע יוגענט צו לעבן מיט'ן באשעפער, און זיי זאלן זיין גרייט ברוחניות ובגשמיות פאר'ן לעבן. די געטרייע מלמדים זענען הר"ר ר' אבא חייא רייזמאן שליט"א און הר"ר ישראל סופר שליט"א. דער מנהל המוסודת פון הר"ר יצחק שליט"א ירושלים, קומט כסדר אריבער קיין בני ברק באזוכן, און שטייט צו די האנט מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס. &nbsp; יעצט איז געקומען די געלעגענהייט אויפצושטלען א מיידל שולע אין בני ברק. די חדר אין שטאט האט זיך שוין געעפענט מיט א יאר צוריק, און עס גייט אן מיט גרויס הצלחה, די אינגלעך זענען ברוך השם שיין מצליח, און די עלטערן האבן געבעטן דעם ראש ישיבה שליט"א אז זיי ווילן אויך געבן פאר די מיידלעך די הערליכע ריינע חינוך, זיי זאלן אויפוואקסן ערליכע אידישע מאמעס וואס האבן איין ציל צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אויבערשטן, און וויסן די חשיבות פון די פשוטע טעגליכע אויפגאבעס פון א אידישע פרוי, פון זיך אפגעבן מיט די מאן און קינדער. &nbsp; נאך אסאך תפילות האט מען אויפגענומען מרת לעווי תחי' א חשובע ערפאלגרייכע מחנכת אין א היימישע מוסד שוין לאנגע יארן, וואס זי וועט בעז"ה אנפירן די מיידל שולע, און די זעלבע מיט די לערערינס האט מען אויפגענומען אזעלעכע וואס קומען שוין מיט לאנגע יארן ערפארונג פון מחנך זיין אין ערליכע היימישע מוסדות, וואס מיט זייער גרויס געטריישאפט און איבערגעגעבנשאפט האבן זיי באשלאסן אפצולאזן זייער גוט באצאלטע פאזיציעס וואס זיי האלטן שוין אן פאר לאנגע יארן, און אנטקעגן קומען דעם ראש ישיבה שליט"א אים צו העלפן גרינדן א מיידל שולע פאר אונזערע טייערע קינדער. &nbsp; די וועלן בעז"ה זיין די חשובע מרת רייזמאן תחי', און מרת רעכניצער תחי' וואס וועלן פון דעם קומענדיגן זמן אנהייב חודש אלול הבעל"ט אנהייבן צו לערנען מיט די חשוב'ע מיידלעך.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אראפ געשטעלט די תקנות פון די מוסד, די סטאנדטארט פון צניעות וואס ווערט פארלאנגט פון יעדע תלמידה. אלע עלטערן האבן עס אנגענומען מיט א שטארקע ערנסטקייט, וואס וועט ערמעגליכן אז די לערערינס זאלן זיך קענען אפגעבן אויפצובויען די קינדער, זיי געבן גוטע ווערטער זיי זאלן קענען שטייגן, און זיי זאלן נישט דארפן זיין פארנומען מיט די קליידער פון די קינדער. &nbsp; די סטעף פון בני ברק זענען אריבער קיין ירושלים וואו עס גייט שוין אן א מיידל שולע היכל הקודש, און זיך אומגעקוקט, און געשמועסט מיט די איינגעשטעלטע צו באקומען פון זיי דעם פראקטישן צוגאנג וואס דער ראש ישיבה שליט"א וויל אז די שולע זאל אהערשטלן. &nbsp; אנשי שלומינו זענען זייער פרייליך, און זענען מתפלל אז די נייע שולע זאל מצליח זיין, און מען זאל זען אידיש נחת פון די טייערע קינדערלעך.

    < זעה מער יח תמוז תשפ"ד 📝
  • שיינע חומש סעודות היינט אין תלמוד תורה היכל הקודש אין וויליאמסבורג און אין שטעטל

    אין שטעטל איז היינט יום טוב, די קינדער האבן אנגעהויבן לערנען חומש, און היינט האט מען געפראוועט דעם גרויסארטיגן חומש סעודה. &nbsp; די קינדער האבן אריינמארשירט אין גרויסן זאל פון תלמוד תורה אנגעטון מיט די הערליכע קרוינען אויפן קאפ, ממש ווי בני מלכים. די קינדער האבן געזונגען ווארימע שיינע תורה ניגונים, דער מלמד מו"ה בערל שניטצלער הי"ו האט געגעבן די געלעגענהייט פאר יעדן קינד עקסטער צו זינגן סאלא, עס האט געהאט אלע טעמים צו זען די תמימות וואס די קינדער האבן, ווי זיי זינגען אזוי תמימות'דיג אז די תורה איז מיין לעבן, און תורה איז די בעסטע סחורה אויף די וועלט, און אזוי ווייטער. &nbsp; דער חשובער מנהל מו"ה מרדכי אינדיג שליט"א האט מכבד געווען דעם דיין שליט"א - וואס האט א קינד אין כיתה א' צו רעדן אפאר ווערטער. דער דיין שליט"א האט ארויסגעברענגט אז רבי שמעון האט געזאגט כי לא תשכח מפי זרעו, אויב איז דא קינדער וואס לערנען די הייליגע תורה, וועט די תורה נישט פארגעסן ווערן פון אידן. און דאס איז די געוואלדיגע שמחה וואס מען האט דא יעצט, אז מען זעט ווי מען גיבט אריין די קינדער א געשמאק צו לערנען תורה, און דאס ליב האבן מיט די גאנצע הארץ. די קינדער בלייבן נישט קיין קינדער, זיי וועלן עלטער ווערן איין טאג, און בלייבן מיט דעם געשמאק פון ליב האבן די תורה מיט די מצות. &nbsp; דערנאך האט דער מנהל שליט"א מכבד געווען מו"ה אהרן וועבערמאן שליט"א&nbsp; - וואס האט צוויי אייניקלעך אין כיתה א' צו רעדן אפאר ווערטער. ר' אהרן האט ארויסגעברענגט דאס וואס מען זעט אין די סדרה אז די מרגלים האבן זיך נישט אפגעלערנט פון די פרשה פון מרים אז מען טאר נישט רעדן קיין לשון הרע אויף צדיקים. ברוך השם דא זעט מען אז מען טוט דאס פארקערטע, מען לייגט אריין אין די קינדער א געשמאק צו די תורה וואס איז געגעבן געווארן דורך משה רבינו, און אונז גיימיר ווייטער אויף דעם וועג פון אריינלייגן אין די קינדער אז זיי זאלן האבן אמונת חכמים. מען לעבט מיט דעם אני מאמין באמונה שלימה שכל התורה המציה עתה בידינו למשה רבינו עליו השלום. &nbsp; דענאך האט דער חשובער מלמד מו"ה בערל שניטצלער הי"ו גערעדט אפאר ווערטער, ארויסברענגענדיג די דאנק צום אייבערשטן אז מען האלט שוין דא סוף יאר, וואס מען קען שוין ענדליך זען די נחת פון די חשובע קינדער, ווי גוט זיי לערנען די עברי, און ווי גוט זיי קענען דאס ברוך השם. ווי אויך האט ער געדאנקט אלע עלטערן וואס פארשטייען די חשיבות פון איבערגיין די עברי מיט די קינדער, וואס דאס מאכט אז מען זאל דאס קענען גוט פאר א גאנץ לעבן. &nbsp; דערנאך האט מען אויסגעטיילט פאר יעדן קינד א סידור אויסגעקריצט די נאמען דערויף, מיט א פעקל. &nbsp; ביים סוף האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ, די טאטעס, זיידעס צוזאמען מיט די קינדער, זיך פרייען צוזאמען פאר די גרויסע זכי' וואס מען האט אז מען שיקט די קינדער אין חדר, און מען ציעט זיי אויף אויפן וועג פון די תורה, אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז. &nbsp; די זעלבע זאך האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג, ווי דארט האט אויפגעטרעטן דער מלמד מו"ה נחמן ניישטיין הי"ו וואס האט ארויסגעברענגט אז ויקרא האט א קליינע א' אז מען לערנט אויס די קינדער פון די פריסטע יוגענט אז אלעס וואס מען דארף דארף מען בעטן דעם אלופו של עולם. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט ארון ארויסגעברענגט פארוואס מען מאכט מען אזא גרויס עסק פון א חומש סעודה, האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט אז די וועלט מאכט א גרויסע עסק פון געלט, ווייל אויף דעם קוקט מען ארויס, אבער ווען משיח וועט קומען וועט קיינער מער נישט וועלן אנקוקן געלט, און דערפאר מאכט מען ביי ערליכע אידן א גרויסע עסק פון די חומש, ווייל דאס איז חשוב, און אויף דעם קוקט מען ארויס. &nbsp; כי טוב סחרה מכל סחורה

    < זעה מער יז סיון תשפ"ד 📝
  • לייגט א קוויטל ביי רבי מאיר בעל הנס היינט ביים יארצייט

    היינט ביינאכט - פסח שני - געפאלט אויס די יארצייט פונעם הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, וואס זיין ציון איז אין טבריה, אינעם באקאנטן איקאנישן געביידע מיט שווארצע שטיינער מיט'ן גרויסן קאפל אויפן דאך. די גרויסקייט פונעם הייליגן תנא דארף מען נישט מאריך זיין, ווי דער תנא האט געווידמעט זיין לעבן צו העלפן אידישע קינדער, און אריינצופלאנצן די אמונה אין זיי. &nbsp; אויך דארף מען נישט ערקלערן די גרויסקייט פון צדקת רבי מאיר בעל הנס, דאס איז געבן צדקה פאר עניי ארץ הקודש, וועלכע געבן זיך אוועק זייער לעבן פארן אויבערשטן, און לערנען מיט די קינדער די הייליגע תורה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אוועקגעשטעלט די מוסדות אין ארץ הקודש על טהרת הקודש מיט ווייניגער פון דריי יאר צוריק מיט קוים צוויי קינדער, וואס איז זיך צואוואקסן צו זעקס מוסדות אויסגעשפרייט איבער ארץ ישראל. אין ירושלים איז דא א ישיבה, א חדר מיט א סקול. אין בני ברק - א חדר, און און טברי' א חדר מיט א סקול. די מוסדות פארמאגט היינט א בודזשעט פון 136,000 שקלים א חודש, מען דארף באצאלן פאר זיבן מלמדים, און פיר טיטשערס, און היינט צו טאגס לערנען אין די מוסדות אין ארץ ישראל 73 תלמידים ותלמידות בלי עין הרע. &nbsp; דער ראש ישיבה באגלייט די מוסדות אויף טריט און שריט, און גייט אן מיט גרויס הצלחה, די קינדער וואקסן אויף מיט די קלאר אמונה, ריין און תמימות'דיג, און פון די אנדערע זייט רייף און גרייט צום לעבן. אין די מוסדות לייגט מען א גרויסע דגוש אויף מידות טובות, סיפורי צדיקים, סדר דרך הלימוד. דער זכות פון געבן פאר אזעלעכע מוסדות איז אין לשער ואין לתער. יעצט פסח שני לכבוד די יארצייט פונעם הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, קען נישט זיין מער פאסיג צו געבן פאר די צדקת רבי מאיר בעל הנס. נאך מער, דער גבאי פון רבי מאיר בעל הנס הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א האט געמאלדן אז פאר א נדבה פון $72 וועט מען נאך אריינכאפן מען זאל אויפלייען א קוויטל ביים ציון הקדש אינעם יומא דהילולא, ווי מען וועט זיכער פועלן אלעס גוטס. און פאר א נדבה פון $500 וועט דער ראש ישיבה שליט"א אליינס ליינען אייער קוויטל ל"ג בעומר ביים הייליגן ציון פון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון. &nbsp; צו באקומען א זכות פון א קוויטל קען מען רופן דעם גבאי רבי מאיר בעל הנס הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א אויף 347-466-2410, אדער קען מען עס שיקן דורך בי-פעי טעקסט סיסטעם (שיקט א טעסקט "JOIN" צו 845-385-2400). און אינעם זכות פון שטיצן די הייליגע תורה און אינעם זכות פון רבי מאיר בעל הנס, און רבי שמעון בר יוחאי וועלן אלע זיכער געהאלפן ווערן מיט אלעם וואס מען דארף. &nbsp; אלקא דמאיר עננו &nbsp;

    < זעה מער יג אייר תשפ"ד 📝
  • פערצן יאר אפגעצייכנט צו די עפענונג פון תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב

    מיט פערצן יאר צוריק, אין די יעצטיגע טעג, גלייך נאך פסח תש"ע, האט דער אייבערשטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה מיט נאך א הייפעלע פון אנשי שלומינו זענען אריינגעשפרינגען אינעם ים, און בס"ד געעפענט די טויערן פונעם נייעם חדר "היכל הקודש", וואס האט זיך דאן געעפענט אין וויליאמסבורג מיט בלויז עטליכע קינדער. &nbsp; עס איז נישט דורך מער פון עטליכע יאר, און פון דעם איז זיך עס ברוך ה' צואוואקסן צו די פילע פארצווייגטע מוסדות "היכל הקודש", חדרים, מיידל שולעס, כוללים, און נאך, וואס האבן זיך געעפנט זייט דעמאלט אין וויליאמסבורג, קרית יואל, אין ברסלב ליבערטי, אין ירושלים, אין בני ברק, און אין טבריה. &nbsp; די מוסדות היכל הקודש האבן שוין היינט גאר א ווייטע אפקלאנג, אלס א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, מיט די אלע הייליגע עצות פון הייליגן רבי'ן, אויפ'ן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, דער דער ראש ישיבה שליט"א איז ווייטער ממשיך. &nbsp; הכרת פניהם ענתה בם. ווי עס זאגן עדות אלע עלטערן, זעט מען אויף די תלמידים ותלמידות א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט, אן ערליכקייט און א תמימות וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, און פון דעם וואס די קינדער רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, וואס דאס הייליגט און איידלט אויס דער מענטש. &nbsp; די קינדער'ס ליפן שאקלען זיך כסדר און רעדן און שמועסן שטענדיג מיט'ן אייבערשטן, אלץ האבן זיי צו פארציילן ניסים ונפלאות וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט זיי, זיי דערציילן "מעשיות פון תפלה", ווי דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן און האט צוגעהערט צו די תפילות וואס זיי האבן געבעטן. &nbsp; מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט אז ווען די אמונה ווערט איינגעבאקן אין די יונגע הערצערלעך, דאן וועלן זיי שוין לעבן מיט'ן אייבערשטן זייער גאנץ לעבן, די ריינע אמונה וועט מיטוואקסן מיט זיי אלע יארן, זיי וועלן שוין קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן. אין יעדן מצב וואס זיי וועלן נאר זיין, וועלן זיי וויסן אז זיי האבן זיך צו וועם צו ווענדן, דער אייבערשטער איז מיט זיי שטענדיג, און ער וועט זיי קיינמאל נישט פארלאזן. &nbsp; עס איז מערקווירדיג איבערצוגיין וואס מוהרא"ש האט דערציילט פאר'ן ראש ישיבה מיט פערצן יאר צוריק ווען ער איז געזעס ן ביי מוהרא"ש יענעם חול המועד פסח און איז איבערגעגאנגען אלע פרטים איבער די נייע תלמוד תורה, האט מוהרא"ש דאן דערציילט וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג ווען מען האט געגרינדעט דער ערשטער ברסלב'ער בית המדרש אין וויליאמסבורג מיט איבער פופציג יאר פריער. &nbsp; אין יענע יארן איז ברסלב געווען א מושג פון וואס זייער ווייניג האבן בכלל געהערט דערפון, אין אינעם ברסלב'ער בי ת המ דרש האט מען זיך דאן זייער געמוטשעט מיט מנין. ביי איין געלעגענהייט האט זיך דער גבאי פון בית המדרש אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז נאך געווען דאן א פרישער יונגערמאן - ווי שטארק ער מוטשעט זיך צוזאמצושטעלן דער מנין יעדן שבת. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה!", און ווען עס איז דעמאלט אריבערגעפארן דארט באסעס פון פארשידענע חדרים, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן צו אים, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין געשריבן אויף זיי "תלמוד תורה ברסלב וויליאמסבורג". &nbsp; פאר'ן גבאי וואס האט דאס געהערט האט דאס אויסגעזען ווי א גרויסער גוזמא, האט ער זיך אנגערופן צו מוהרא"ש, "איר חלומ'ט בהקיץ!", "יעצט" - האט מוהרא"ש אויסגעפירט פאר'ן ראש ישיבה - "זעט מען ברוך השם אז דער חלום איז מקוים געווארן"! &nbsp; שטייענדיג פערצן יאר שפעטער, זעט מען די הערליכע פירות וואס זענען ארויסגעקומען פונעם חדר, טייל פון די ערשטע קינדער אין חדר זענען שוין היינט מלמדים מומחים אין די מוסדות, אלע זענען אויפגעוואקסן לשם ולתפארת מיט א ברען צום הייליגן באשעפער. &nbsp; והודעתם לבניך ולבני בניך! &nbsp;

    < זעה מער כד ניסן תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 56 results

1 2 3 4
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשפ״ו
  • תשע״ח
  • תשפ״ד
  • תש״פ
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com