שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס מיינט דאס אז מיין זון גייט אוועק פון אונזער וועג און וויל פארן קיין אומאן?
אומאן, כיבוד אב ואם, קינדער, קליידער, חסידות ברסלב, ראש השנה, חסידות, חברים, מניעות, התנגדות, מסורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון זאגט מיר אז ער פארט קיין אומאן, ער זאגט אז דער ברסלב'ער רבי האט געהייסן פארן ראש השנה קיין אומאן, און אלע שטערונגען זענען נאר מניעות, און מ'דארף אלעס צעברעכן און איבערקומען און יא פארן קיין אומאן.


דאס טוט מיר באמת זייער וויי, אויב איך - זיין טאטע - וויל נישט ער זאל פארן, בין איך דער יצר הרע?! קיינער קען גארנישט אריינרעדן?! קיינער האט נישט קיין אויטאריטעט אויף אים?! ער מעג זיך טון וואס ער וויל?!


און נישט נאר ער אליין, ער וויל נאר אויפווייזן פאר די גאנצע משפחה אז יעדער לעבט אין א טעות, אלעס איז גארנישט ווערד, נאר ברסלב איז די אמת'ע וועג. איז דאס ריכטיג? נישטא קיין ערליכע אידן אויף דער וועלט? איז דאס די ברסלב'ע וועג, אוועקצומאכן יעדן איינעם, קיינער איז נישט גוט, נאר זיי זענען גוט?!


לעצטנס איז ער זיך געגאנגען קויפן א געבלומטע בעקיטשע; איז דאס אויך ברסלב? אוועקצואווארפן די בגדים וואס זיין טאטע האט אים אנגעטון?


איך קוק עס אן ווי סתם פריקת עול, מ'וויל אראפווארפן פון זיך דעם עול פון די עלטערן און פון די רבי'ס, און זיך זוכן נייע וועגן, עס איז א פריקת עול מיט א הכשר למהדרין.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה מסביר זיין וואס דא גייט פאר, איז טאקע נאר ברסלב די וועג? ווער ס'האלט אנדערש איז דער יצר הרע און דער שטן אליין? איז דא נארמאלערע וועגן ווי אזוי צו מעסטן און וועגן זאכן,  אדער מוז די גאנצע וועלט זיך אונטערבייגן פאר ברסלב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וילך, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר ענטפערן אויף דיינע פראגעס.


די ערשטע שאלה וואס דו פרעגסט, דיין זון זאגט דיר אז אלע דארפן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, פרעגסטו אויב דו דארפסט אויך קומען קיין אומאן ראש השנה; וואס איז בכלל די שאלה? אודאי זאלסטו קומען אויף ראש השנה, נאכדעם וואס מען הערט פון א צדיק אמת ווי ער זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו) אז ער קען יעדן איינעם מתקן זיין ראש השנה; אפילו די וואס ער קען נישט מתקן זיין א גאנץ יאר, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן; נאך האט ער געזאגט (שם, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענען תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה, - איז דאך א דבר פשוט אז מען דארף קומען.


א מענטש וואס האט אביסל אמונת חכמים, ווען ער הערט אזעלכע ווערטער פון א צדיק אמת - טראכט ער נישט קיין סאך, ער קומט גלייך קיין אומאן, ווער דארף דען נישט א גרויסער לויער וואס זאל אים פארטיידיגן ביים יום הדין ווען מען איז אים דן, אים מיט די גאנצע משפחה; זיין לעבן, די לעבן פון די משפחה, זיין פרנסה; אלעס אלעס איז מען דן ראש השנה.


אז דו ווילסט נישט קומען, דו פארשטייסט נישט די זאך פון אומאן - זאלסטו אבער נישט שטערן דיין זון פון קומען; אז דיין זון וויל קומען צום הייליגן רבי'ן זאלסטו אים מחזק זיין, ווייז אים אז דו פרייסט זיך אז ער וויל זיין גוט, ער זוכט א גוטע פלאץ וואו צו זיין ראש השנה.


איך פארשטיי פון די פראגע אז דו האסט נישט קיין הנאה אז דיין זון ציט צו ברסלב, דו ווילסט ער זאל געהערן ביי דיין חסידות; וויסן זאלסטו, דו מאכסט א גרויסער טעות; נישט נאר דו, נאר אסאך מאכן דעם טעות מיט דעם וואס זיי רודפ'ן זייער קינד ווען זייער קינד גייט אויף אן אנדערע וועג ווי זיי.


ווען מען זעט א קינד ציט צו א גוטע פלאץ, ער הייבט זיך אן דרייען מיט א גוטע חבורה פון א געוויסע חסידות, אדער ער ציט צו א ישיבה פון אן אנדערע אפשטאם ווי די עלטערן קומען – הייבן די טאטעס אן רודפ'ן זייער זון 'היתכן דו ביסט משנה פון די דרך פון דיינע עלטערן?' מען שטעכט אים, מען מאכט חוזק, מען טשעפעט אים אז מען האט נישט געהאלטן פון די חסידים, אדער פון די ליטווישע וועג; מען סטראשעט דעם קינד ער זאל נישט גיין אויף די וועג, מען קריגט זיך מיט אים, ביז עס ווערט א ריזיגער פייער אין די גאנצע משפחה און די עלטערן ווערן קראנק פון דעם.


דאס איז אלעס פון קטנות הדעת, מען טראכט נישט אריין וואס דא פאסירט; דער טאטע זאל נאר טראכטן איין מינוט אין טאג 'וואס וואלט איך געטון ווען מיין קינד חס ושלום חס ושלום גייט ארויס לתרבות רעה? וואס וואלט איך געטון ווען חס ושלום חס ושלום ער עסט טריפות און איז מחלל שבת וכו' וכו'? וואס וואלט איך געטון ווען מיין קינד קומט אהיים מיט לאנגע גרויסע האר ווי א שד רחמנא לצלן? וואס וואלט איך געטון ווען מיין קינד אנטלויפט אינגאנצן פון מיר, איך גיי אים שוין קיינמאל נישט זען, ער האט חתונה מיט גוים רחמנא לצלן? אזוי ווי מען הערט ליידער אזעלכע שרעקליכע מעשיות ביי חשוב'ע שטובער; יעצט ווען מיין קינד איז ערליך, עס איז אריין אין אים א רוח טהרה, ער זוכט עפעס פאר זיין נשמה, ער דריידט זיך ביי א געוויסע חסידות אדער ער ציט צו א ליטווישע ישיבה וואס שטימט נישט מיט מיין מח, צוליב דעם זאל איך אים רודפ'ן און אים שלאגן מכות רצח און מכות אכזריות?!' עס איז דאך נישטא קיין גרעסערע שטות פון דעם.


עלטערן דארפן טאנצן פאר שמחה ווען זיי זעען זייער קינד וויל זיין גוט, זיי דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז זייער קינד איז א איד און וועט בלייבן א איד, זיי וועלן האבן א קדיש זאגער נאך זיך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך (בראשית רבה מט, ד): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בֵּן יָגֵעַ בַּתּוֹרָה כְּאִלּוּ לֹא מֵת", ווער עס לאזט איבער א קינד וואס לערנט תורה, ווערט עס גערעכנט כאילו מען איז נישט געשטארבן; ווי גליקליך איז דער מענטש אויבן אין הימל ווען ער לאזט איבער קינדער וואס גייען על דרך התורה.


דעריבער פרעג איך דיר, פארוואס זאלסטו זיך מאכן אומזיסטע עגמת נפש און צער? דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א זון וואס חבר'ט זיך מיט ערליכע אידן, א זון וואס גייט אין די וועג פון די הייליגע תורה; לאז אים אפ, לאז אים גיין וואו זיין הארץ ציט אים; ער גייט דאך נאר צו גוטע פלעצער, ער וויל זיין א ברסלב'ער חסיד, ער וויל פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון באקומען דעם תיקון וואס דער רבי האט מבטיח געווען, פארוואס זאלסטו אים שטערן?!


דו פרעגסט, אויב א טאטע לאזט נישט פארן זיין זון קיין אומאן אויב דער טאטע ווערט א חלק פונעם יצר הרע? א גוטע שאלה פרעגסטו; דאס איז זיכער, אז א טאטע וואס לאזט נישט זיין קינד גיין צום הייליגן רבי'ן איז א גרויסער שוטה, ווייל וואס ווילן דען עלטערן? נאר נחת, זען ווי די קינדער גייען אין די וועג פון די תורה; וואלטן זיי געדארפט טאנצן פאר שמחה אז זייער זון איז אנגעקומען צו א הייליגע חבורה. דו מיינסט אז ברסלב איז א שלעכטע פלאץ? ברסלב'ער חסידים זענען גרויסע צדיקים, ברסלב'ער חסידים לעבן טאג און נאכט מיט'ן אייבערשטן, זיי זענען זיך מתבודד, זיי זענען צוגעקלעבט צום אייבערשטן אזוי ווי גרויסע צדיקים פון פריערדיגע דורות.


אזוי ווי דיר זענען דא צענדליגער עלטערן וואס עסן זיך אויף זייער הארץ ווען זיי דערוויסן זיך אז זייער קינד גייט קיין אומאן און דריידט זיך מיט ברסלב'ער חסידים, מען האקט אפ מיט דעם קינד, מען איז אים מבזה, מען פארגיסט זיין בלוט, אלעס נאר ווייל ער איז געווארן א ברסלב'ער חסיד; דאנק דעם אייבערשטן אז דיין קינד איז ערליך און וואויל, ער איז אנגעקומען אין אזא הייליגע פלאץ.


בנוגע די בעקיטשע וכו'; מן הסתם ווייסט נישט דיין זון אז אין ברסלב איז נישטא קיין וועג ווי אזוי מען גייט אנגעטון, מען דארף זיך נישט טוישן די לבוש פון דאס וואס מען גייט, אלע קומען צום רבי'ן אזוי ווי זיי גייען אנגעטון, נישטא קיין ספעציעלע וועג ווי אזוי מען גייט אנגעטון אין ברסלב; אבער דיר מוז איך זאגן אז דו דארפסט פאררעכטן די וועג ווי אזוי דו קוקסט אויף דיין קינד, אז מען טוט זיך אן א געבלומטע בעקיטשע אנשטאט א זיידענע בעקיטשע - ווערט מען נאכנישט קיין הפקר יונג; זאלסט מיר מוחל זיין, דעם לשון וואס דו שרייבסט אז דאס איז: "פריקת עול עם הכשר מהדרין", די וועג ווי אזוי דו קוקסט אויף אידישקייט איז פארדריידט.


אויף די פראגע אויב נאר ברסלב איז די וועג; אויף דעם וועל איך דיר נישט ענטפערן, אבער אויף די אנדערע פראגע, אויב די מתנגדים וואס האלטן צוריק פון מקורב ווערן קיין ברסלב זענען כולו רע, אויף דעם וועל איך דיר ענטפערן 'יא'; די אלע וואס רעדן קעגן דעם הייליגן רבי'ן, די אלע וואס האלטן צוריק מענטשן פון מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן - די אלע זענען איין שטיק רע. דער רבי זאגט שוין דאס (ספר המדות אות נאוף, סימן מז): "הַנּוֹאֲפִים, לָרֹב הֵם מִתְנַגְּדִים לַצַּדִּיקִים", די בעלי עבירה - זיי קריגן אויף צדיקים; דאס זעט מען נישט נאר ביים רבי'ן נאר אין אלע פלעצער און אין אלע דורות, נאר בעלי עבירה האבן די עזות צו רעדן קעגן צדיקים, אוועק מאכן זייערע ווערטער.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.