שאלה אין קורצן ענין
#6 - וועלכע הכשרים מעג מען עסן?
כשרות, חיזוק פאר פרויען, קינדער, מורה דרך, היכל הקודש, מנהגים, חברים, מסורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי מיר האבן זיך אריבערגעצויגן צו אן אנדערע געגנט, און דא איז שווערער צו טרעפן עסנווארג מיט די בעסטע אנגענומענע הכשרים אזוי ווי מיר זענען געווען צוגעוואוינט אין אונזער פריערדיגע פלאץ, האבן מיר אנגעהויבן עסן נאך פארשידענע הכשרים וואס חברים פון היכל הקודש האבן געזאגט פאר מיין מאן אז יענע הכשרים זענען גוט און אז מוהרא"ש האט געהאלטן פון די הכשרים. האב איך אבער געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א ווי אזוי זיך צו פירן איבער דעם.


איך האב געוואלט פרעגן נאך א זאך, איך גיי צו די צוזאמקומען פון פרויען פון היכל הקודש ביי אונז אין שטאט, און די פרויען האבן גערעדט וועגן זיך אפרוען פון נאך קינדער, און איך דארף זיך כסדר פארענטפערן פאר זיי, און דאס נעמט מיר אוועק די אפעטיט פון אהינגיין נאכאמאל. איך וויל האבן אסאך געזונטע קינדערלעך בעז"ה, אפילו עס איז שווער, און איך בעט נישט קיין הילף פון זיי. אבער איך ווער זייער צעבראכן צי איך בין גערעכט צי נישט, יעדעס מאל איך בין אביסל אויסגעמוטשעט טראכט איך שוין נאכאמאל צי איך האב כח פאר קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען קומט קיין היכל הקודש - טאר מען נישט מזלזל זיין אין די גוטע וועג ווי מען האט זיך געפירט ביז אהער, היכל הקודש איז נישט אוועק צו נעמען די גוטע מנהגים, היכל הקודש איז - אויסלערנען די עצות פון רבי'ן; התבודדות, שמחה, זיך מחי' זיין מיט גוטע נקודות, אכטונג געבן אויף שלום בית; נישט אויף מזלזל זיין אויף מנהגים וואס מען האט זיך געפירט ביז אהער.


לאזט נישט נאך אויף הכשרים, בפרט פלייש דארף מען נאכמער אכטונג געבן צו עסן נאר פון א גאר ערליכע הכשר. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לז) אז צוליב נישט ערליכע שוחטים - מוטשעט מען זיך מיט פרנסה; גייט מיט די וועג פון אמאל, און נעמט היכל הקודש אויף חיזוק צו זיין פרייליך און צו מקיים זיין די תורה מיט שמחה.


בנוגע וכו'; אז מען קומט זיך צוזאם - די פרויען פון אנשי שלומינו – איין מאל א וואך אדער איין מאל א חודש - איז דאס זיך צו מחזק זיין אין די ענין פון רעדן צום אייבערשטן, און חיזוק אין זיין א געטרייע ווייב און א רואיגע מאמע; און אז דער זאגט דעות וועגן האבן קינדער וכו' און יענער זאגט דעות וכו' - דאס איז נישט קיין זאך וואס מען מעג רעדן, דאס איז נישט קיין זאך וואס חבר'טעס מאכן אפ, דאס האט מיט גרויסע ערליכע רבנים, דאס איז נישט קיין זאכן וואס מען רעדט ביי פרויען שמועסן.


גייט מיט אייער מאן נרו יאיר צו ענקער דיין, ענקער מורה דרך, און ער וועט אייך מדריך זיין מיט די וועג פון די תורה. ווייל עס איז דא צייטן וואס מען דארף בויען די וועלט, און עס איז דא צייטן וואס מען דארף זיך אפרוען, און ביי די פרויען צוזאמקום זאלט איר גיין זיך מחזק זיין און שעפן פרישע כוחות; מען קען שמועסן פון שטוב זאכן, פון קליידער, פון קאכן און באקן, פון עצה'לעך ווי זיך אומצוגיין מיט די קינדער, אבער נישט אויף צו מאכן א משפחה פלאן וויפיל קינדער, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - מוז מען סערווירן די פלייש-טעלער פרייטאג צו נאכטס?
שבת קודש, שבת טיש, שמחה, מנהגים, עסן, מסורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שאלה איבער אן ענין פון מסורה, פרייטאג צו נאכטס ביי מיינע עלטערן און ביי מיין שווער און שוויגער איז איינגעפירט אז נאך די זופ ברענגט מען אריין א גאנצע טעלער פלייש און קוגל, און צומאל אויך פערפל. יעצט ווען איך הויב אן מאכן אליין סעודות אינדערהיים, וויל איך וויסן אויב דאס פעלט טאקע אויס, ווייל מיר זענען שוין געווענליך גענצליך זאט נאך די זופ, און עס קען אפילו זיין בל תשחית פאר די עסן, אדער איז דאס אזוי די מסורה פון די שבת סעודה און מען קען עס נישט טוישן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


       יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאכלי שבת איז זייער הייליג, עס ווערט געברענגט פון הייליגע צדיקים אז מאכלי שבת היילט. צדיקים טייטשן (זע ספר קהלת משה, א זון פון הייליגן מגיד פון קאזניץ זכותו יגן עלינו, פרשת מקץ, דבור המתחיל א"י אתה תהי' על ביתי) דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קט:): "כל האוכלין אוכל אדם לרפואה", אלע עסן מעג מען שבת עסן אפילו עס היילט, טייטשט ער, אז אלע עסן וואס מען עסט שבת - היילט דעם מענטש, און דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "אֲכִילַת שַׁבָּת הִיא כֻּלָּהּ רוּחָנִיּוּת, כֻּלּוֹ קֹדֶשׁ", שבת'דיגע עסן איז א שטיק הייליגקייט.


זיי נישט משנה פון די סדר פון די עסן וואס דיינע עלטערן עסן. עס איז דא גרויסע סודות פארוואס מיר עסן די עסן: פיש, זופ מיט לאקשן, פלייש, קוגל און פערפל. מוהרא"ש זאגט א טעם, פארוואס עסט מען פיש שבת ביי אלע דריי סעודות? ווייל שבת איז א צייט וואס מען קען ווערן זייער נאנט צום אייבערשטן און אפלאזן אלע נארישקייטן, און פיש איז די איינציגסטע בעל חי וואס האט נישט געזינדיגט ביים מבול, זיי זענען געבליבן ריין, און נאך אסאך טעמים על פי סוד פארוואס מען עסט שבת - ביי די דריי סעודות - פיש.


אויך עסט מען זופ מיט לאקשן. עס שטייט פונעם צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו (אמרי פנחס שער השבת, אות כט) לאקשן ווייזט אויף אחדות, עס ליגט איינס אין צווייטן; אז שבת איז א צייט פון ווערן איינס מיטן אייבערשטן און ווערן שלום.


פלייש. שטייט אין שלחן ערוך מען זאל עסן (אורח חיים סימן רנ, סעיף ב): "יַרְבֶּה בְּבָשָׂר וְיַיִן וּמִגְדָּנוֹת כְּפִי יְכָלְתּוֹ", מען זאל פארמערן מיט פלייש און וויין און גוטע עסן. אין רמב"ם שטייט (פרק ל' מהלכות שבת, הלכה י): "אֲכִילַת בָּשָׂר וּשְׁתִיַּת יַיִן בְּשַׁבָּת עֹנֶג הוּא לוֹ".


אויך קוגל ווערט געברענגט אין רמ"א (סימן רמב, סעיף א): "יֵשׁ שֶׁכָּתְבוּ שֶׁבְּמִקְצָת מְקוֹמוֹת נָהֲגוּ לֶאֱכֹל מֻלְיְתָא, שֶׁקּוֹרִין פשטיד"א, בְּלֵיל שַׁבָּת, זֵכֶר לַמָּן שֶׁהָיָה מְכֻסֶּה לְמַעְלָה וּלְמַטָּה", מען פירט זיך צו עסן קוגל, א זכר צו די מן וואס איז געווען צוגעדעקט פון אויבן און פון אונטן, און דער משנה ברורה ברענגט (שם, סעיף קטן ח): "ובמקומותינו המנהג לאכלן", און אזוי פירן מיר זיך.


פערפעל עסן מיר. עס שטייט פון הייליגן צדיק רבי פנחס פון קאריץ (אמרי פנחס שם, אות ל) בשם דעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו א טעם פארוואס מיר עסן פערפעל, דאס קומט אונז דערמאנען וואס די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיח:) ווער עס היט שבת איז מען אים מוחל אלע עבירות, פערפעל איז פארפאלין, אלע עבירות ווערן פארפאלן.


זיי נישט משנה פון דיין טאטע'ס וועג, עס פיש, זופ, פלייש, קוגל און פערפל. עס נישט קיין סאך אנהויב סעודה, וועסטו קענען עסן אלע הייליגע עסן, ווייל מאכלי שבת איז זייער הייליג. עס שטייט פון צדיקים (בני יששכר מאמרי השבתות מאמר א, אות יב): "וראיתי לאנשי מעשה שהיו נזהרים מליתן ממאכלי שבת לגוים", איך האב געזען ביי ערליכע אידן אז זיי האבן אכטונג געגעבן נישט צו געבן פון די שבת עסן פאר גוים, ווייל דאס איז סם חיים לישראל, עס היילט אויס אידישע קינדער און פארקערט ... עיין שם.


דער עיקר זאל די סעודה זיין א פרייליכע צייט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און טייער, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבָּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", מען טאר נישט זיין טרויעריג שבת און נישט זיין פארזארגט שבת, נאר פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - זאל איך לייגן תפלין דרבינו תם, אנדערש פון מיין קהלה?
מנהגים, הפצה, בושה, תפלין, מסורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קום פון א ליטווישע פאמיליע און איך וואוין א ליטווישע געגנט, אבער איך נעם אסאך התחזקות פון היכל הקודש. איך לערן די ספרים, איך הער די שיעורים, און איך מאך הפצה אויף א שטילע וועג נישט צו מאכן קיין איבערקערעניש. איך בין זייער פרייליך צו זיין א תלמיד היכל הקודש, אן דארפן טוישן מיינע קליידער אדער מנהגים.


נאר איין פראבלעם האב איך יא, איך האב געליינט אויף עטליכע פלעצער פון מוהרא"ש, אז דער רבי און רבי נתן האבן אנגעטון תפלין דרבינו תם, און האבן געוואלט אז די תלמידים זאלן דאס אויך טון. אונזער מסורה איז פונעם גר"א אז מען זאל נישט אנטון תפלין דרבינו תם, און מיין קהלה טוט עס קיינער נישט אן, אפילו נישט דער רב. איך וויל נישט ארויסשטארן און זיין אנדערש פון יעדן, און איך וויל נישט טוישן מיין מסורה, פון די אנדערע זייט וויל איך אבער טון דער רצון פון הייליגן רבי'ן ווי מוהרא"ש לערנט אונז.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן אין מיין דילעמע.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו פארשפרייסט די עצות פון רבי'ן, דו גייסט הפצה, דו ברענגסט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן. דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא, קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


קויף זיך תפילין דרבינו תם; דארפסט זיך נישט מיט קיינעם רייצן, טענה נישט מיט קיינעם און אין די זעלבע צייט שעם זיך נישט פון קיינעם. דער שלחן עורך שטעלט אוועק א יסוד אינעם ערשטן סימן, ווי אזוי צו קענען מקיים זיין די תורה (אורח חיים סימן א, סעיף א): "וְלֹא יִתְבַּיֵּשׁ מִפְּנֵי בְּנֵי אָדָם הַמַּלְעִיגִים עָלָיו בַּעֲבוֹדַת ה' יִתְבָּרַךְ", מען זאל זיך נישט שעמען פון די וואס שפעטן; מוהרא"ש זאגט, דאס איז דער יסוד פונעם שלחן ערוך, מען קען נאר זיין א איד אז מען שעמט זיך נישט פון קיינעם.


קוק ווערטער פון הייליגן רבי נתן (לקוטי הלכות תפילין הלכה ה', אות כח-כט): "וְעַל כֵּן, כָּל מִי שֶׁרוֹצֶה לְקָרֵב אֶת עַצְמוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכוּ', צָרִיךְ לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם, כְּמוֹ שֶׁהִזְהִיר רַבֵּינוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה אֶת אֲנָשָׁיו לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם", ווער עס וויל מקורב ווערן צום אייבערשטן זאל מקפיד זיין אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט מזהיר געווען זיינע מענטשן. "וְעַל כֵּן עַכְשָׁיו בְּעִקְּבוֹת מְשִׁיחָא בְּסוֹף הַגָּלוּת צְרִיכִים לִזָּהֵר מְּאֹד לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִירוּ כָּל הַצַּדִּיקִים אֲמִתִּיִּים שֶׁהָיוּ בְּיָמֵינוּ", אין די היינטיגע טעג וואס מען האלט שוין ממש ביי די גאולה, מיר גייען שוין אט אט ארויס פון גלות, דארף מען זייער אכטונג געבן אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי אלע אמת'ע צדיקים האבן אונז מזהיר געווען, "כִּי עַכְשָׁיו הִתְגַּבֵּר הַבַּעַל דָּבָר מְּאֹד מְּאֹד מַחֲמַת שֶׁרוֹאֶה שֶׁקָּרוֹב לָבֹא קִצּוֹ", ווייל דער יצר הרע איז זיך זייער מתגבר זעענדיג ווי זיין סוף קומט שוין, דערפאר דארפן מיר האבן ביידע פאר תפילן זיך צו קענען קריגן מיט אים.


  דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - זאל איך זיך שערן די האר, אנדערש פון די מסורה אין אונזער משפחה?
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, מסורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קום פון א היימישע ליטווישע משפחה, איך האב ברוך ה' זייער גוט חתונה געהאט, מיין מאן איז זייער ערליך ברוך ה' און ער לערנט א האלבן טאג אין כולל, און מיר זענען ברוך ה' זייער שיין מצליח.


אין אונזער משפחה איז נישט איינגעפירט אז פרויען זאלן זיך שערן די האר, כאטש וואס ס'קען זיין אז אונזערע פריערדיגע באבעס האבן זיך יא אזוי געפירט. איך מיט מיין מאן הערן אויס די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, מיר שעפן אסאך חיזוק און הדרכה פון די שיעורים, און עס העלפט אונז גאר אסאך אין לעבן. ביי די שיעורים האב איך געהערט איבער די גרויסקייט און וויכטיגקייט אז פרויען זאלן זיך יא שערן, איך האב שטארק חשק אנצוהויבן זיך צו שערן, איך ווייס אבער נישט אויב ס'איז אויסגעהאלטן פאר מיר דאס צו טון ווייל ס'איז אנדערש פון די מנהג און מסורה אין אונזער משפחה.


איך וויל וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם, אויב איך זאל זיך אנהויבן שערן, אדער זאל נאר פרובירן צו האלטן די האר גענצליך פארדעקט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר ווילט זיך אראפנעמען די אייגענע האר; איר דארפט נישט מורא האבן צו זיין בעסער פון אייער מאמע, דאס הייסט נישט אוועק געגאנגען פון מסורת אבות; נישטא קיין מסורה צו בלייבן מיט אייגענע האר. וואס זאל א מענטש טון ווען ער האט געזען זיין גאנץ לעבן ווי די עלטערן קריגן זיך, די עלטערן האבן א מסורה פון זייערע עלטערן אז זיי האבן זיך אויך געקריגט א גאנץ לעבן, וועט מען זאגן אז מיר דארפן זיך אויך קריגן ווייל מיר ווילן נישט אוועק גיין פון מסורה?


מיר האבן אלע איין מסורה: "די הייליגע תורה!" מיר דארפן גיין אין די וועג פון די תורה; מיט דעם וואס איר וועט זיך שערן וועט איר זוכה זיין צו גוטע קינדער, איר וועט מאכן רוען די שכינה הקדושה אין אייער שטוב, איר וועט האבן פרנסה בריווח ולא בצער, און אלע גוטע ברכות וועלן קומען אין אייער געצעלט.


ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס פאר א שלעכטס עס קומט ווען מען גייט אויפגעדעקט מיט די אייגענע האר - וואלט מען אנטלאפן פון פחד, דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי, 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', און זי איז גורם אז די סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס".


און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער; א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען - וועט האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


א גוט יום טוב.

#2 - מיר זענען ספרד'ישע, זאל איך זיך שערן נאך די חתונה?
שערן די האר, כלה, מסורה, קבלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך בין א כלה ברוך ה', איך האב געטון אסאך סגולות און קבלות צו ווערן א כלה, און איינע פון די זאכן איז געווען א תפלה וואס איך האב געטראפן אין עצתו אמונה וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן פאר איינעם וואס זוכט א שידוך, איך האב יעדן טאג ביי שחרית געזאגט די תפילה צו ווערן א כלה ביז איך בין ברוך ה' געהאלפן געווארן בשעטו"מ, האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר אלע חיזוק און אויך פאר די תפילה וואס איך האב געהאט א שטארקע געפיל צו דעם און עס געזאגט כמעט יעדן טאג פאר איך בין געווארן א כלה.


יעצט האב איך געוואלט פרעגן עפעס וואס איך בין צומישט פון דעם און איך וויל אז דער ראש ישיבה זאל מיר געבן א קלארע תשובה. וועגן שערן די האר נאך די חתונה. איך ווייס אז ביי די אשכנז'ישע פרויען איז זייער הארב זיך נישט צו שערן די האר, אבער ביי די ספרד'ישע איז זייער הארב זיך יא צו שערן. איך האב געהערט אז ס'שטייט אז די ווייב פונעם ס"מ שערט זיך און ס'איז זייער הארב זיך צו שערן. די זאך איז אז איך און אויך מיין חתן זענען ספרד'ישע, מעג איך זיך שערן אדער טאר איך נישט?


ביטע אויב די ראש ישיבה קען מיך ענטפערן, ס'איז מיר זייער חשוב צו וויסן וואס איז ריכטיג צו טון.


און נאכאמאל א יישר כח פאר אלע חיזוק. דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך כח אונז ווייטער מחזק צו זיין אויף די וועגן פונעם הייליגן רבי'ן, און מקרב זיין אידן צום אייבערשטן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי זאלט איר זיך שערן; נישטא קיין גרעסערע זאך פאר א אידישע פרוי ווי זיך שערן די האר. אז מען שערט זיך אפ די האר - נעמט מען אראפ אלע דינים פון זיך און פון די גאנצע משפחה; נישט קיין אונטערשייד פון וואו מען שטאמט, אשכנז'ישע, ספרדי'שע - אלע דארפן ישועות, רפואות און נחת פון די קינדער.


די אלע וואס זאגן אז על פי קבלה טאר מען נישט שערן - דאס איז דמיונות; ערשט על פי קבלה דארף מען זיך אפשערן! דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', און זי איז גורם אז די סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס".


אז איר וועט אראפנעמען אייערע האר וועט איר מקרב זיין די גאולה. מוהרא"ש זאגט, דער הייליגער צדיק רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "די גאנצע גאולה הענגט אויף א האר"; די פרויען וואס שערן זיך נישט זייער האר, דאס האלט אפ משיח פון קומען. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "א שאד וועגן אביסל האר זאל מען ליידן אזויפיל צרות".


וואויל איז די וואס גייען בתמימות ובפשיטות אין די וועגן פון די הייליגע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - וואס מיינט דאס אז מיין זון גייט אוועק פון אונזער וועג און וויל פארן קיין אומאן?
אומאן, כיבוד אב ואם, קינדער, קליידער, חסידות ברסלב, ראש השנה, חסידות, חברים, מניעות, התנגדות, מסורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון זאגט מיר אז ער פארט קיין אומאן, ער זאגט אז דער ברסלב'ער רבי האט געהייסן פארן ראש השנה קיין אומאן, און אלע שטערונגען זענען נאר מניעות, און מ'דארף אלעס צעברעכן און איבערקומען און יא פארן קיין אומאן.


דאס טוט מיר באמת זייער וויי, אויב איך - זיין טאטע - וויל נישט ער זאל פארן, בין איך דער יצר הרע?! קיינער קען גארנישט אריינרעדן?! קיינער האט נישט קיין אויטאריטעט אויף אים?! ער מעג זיך טון וואס ער וויל?!


און נישט נאר ער אליין, ער וויל נאר אויפווייזן פאר די גאנצע משפחה אז יעדער לעבט אין א טעות, אלעס איז גארנישט ווערד, נאר ברסלב איז די אמת'ע וועג. איז דאס ריכטיג? נישטא קיין ערליכע אידן אויף דער וועלט? איז דאס די ברסלב'ע וועג, אוועקצומאכן יעדן איינעם, קיינער איז נישט גוט, נאר זיי זענען גוט?!


לעצטנס איז ער זיך געגאנגען קויפן א געבלומטע בעקיטשע; איז דאס אויך ברסלב? אוועקצואווארפן די בגדים וואס זיין טאטע האט אים אנגעטון?


איך קוק עס אן ווי סתם פריקת עול, מ'וויל אראפווארפן פון זיך דעם עול פון די עלטערן און פון די רבי'ס, און זיך זוכן נייע וועגן, עס איז א פריקת עול מיט א הכשר למהדרין.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה מסביר זיין וואס דא גייט פאר, איז טאקע נאר ברסלב די וועג? ווער ס'האלט אנדערש איז דער יצר הרע און דער שטן אליין? איז דא נארמאלערע וועגן ווי אזוי צו מעסטן און וועגן זאכן,  אדער מוז די גאנצע וועלט זיך אונטערבייגן פאר ברסלב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וילך, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר ענטפערן אויף דיינע פראגעס.


די ערשטע שאלה וואס דו פרעגסט, דיין זון זאגט דיר אז אלע דארפן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, פרעגסטו אויב דו דארפסט אויך קומען קיין אומאן ראש השנה; וואס איז בכלל די שאלה? אודאי זאלסטו קומען אויף ראש השנה, נאכדעם וואס מען הערט פון א צדיק אמת ווי ער זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו) אז ער קען יעדן איינעם מתקן זיין ראש השנה; אפילו די וואס ער קען נישט מתקן זיין א גאנץ יאר, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן; נאך האט ער געזאגט (שם, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענען תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה, - איז דאך א דבר פשוט אז מען דארף קומען.


א מענטש וואס האט אביסל אמונת חכמים, ווען ער הערט אזעלכע ווערטער פון א צדיק אמת - טראכט ער נישט קיין סאך, ער קומט גלייך קיין אומאן, ווער דארף דען נישט א גרויסער לויער וואס זאל אים פארטיידיגן ביים יום הדין ווען מען איז אים דן, אים מיט די גאנצע משפחה; זיין לעבן, די לעבן פון די משפחה, זיין פרנסה; אלעס אלעס איז מען דן ראש השנה.


אז דו ווילסט נישט קומען, דו פארשטייסט נישט די זאך פון אומאן - זאלסטו אבער נישט שטערן דיין זון פון קומען; אז דיין זון וויל קומען צום הייליגן רבי'ן זאלסטו אים מחזק זיין, ווייז אים אז דו פרייסט זיך אז ער וויל זיין גוט, ער זוכט א גוטע פלאץ וואו צו זיין ראש השנה.


איך פארשטיי פון די פראגע אז דו האסט נישט קיין הנאה אז דיין זון ציט צו ברסלב, דו ווילסט ער זאל געהערן ביי דיין חסידות; וויסן זאלסטו, דו מאכסט א גרויסער טעות; נישט נאר דו, נאר אסאך מאכן דעם טעות מיט דעם וואס זיי רודפ'ן זייער קינד ווען זייער קינד גייט אויף אן אנדערע וועג ווי זיי.


ווען מען זעט א קינד ציט צו א גוטע פלאץ, ער הייבט זיך אן דרייען מיט א גוטע חבורה פון א געוויסע חסידות, אדער ער ציט צו א ישיבה פון אן אנדערע אפשטאם ווי די עלטערן קומען – הייבן די טאטעס אן רודפ'ן זייער זון 'היתכן דו ביסט משנה פון די דרך פון דיינע עלטערן?' מען שטעכט אים, מען מאכט חוזק, מען טשעפעט אים אז מען האט נישט געהאלטן פון די חסידים, אדער פון די ליטווישע וועג; מען סטראשעט דעם קינד ער זאל נישט גיין אויף די וועג, מען קריגט זיך מיט אים, ביז עס ווערט א ריזיגער פייער אין די גאנצע משפחה און די עלטערן ווערן קראנק פון דעם.


דאס איז אלעס פון קטנות הדעת, מען טראכט נישט אריין וואס דא פאסירט; דער טאטע זאל נאר טראכטן איין מינוט אין טאג 'וואס וואלט איך געטון ווען מיין קינד חס ושלום חס ושלום גייט ארויס לתרבות רעה? וואס וואלט איך געטון ווען חס ושלום חס ושלום ער עסט טריפות און איז מחלל שבת וכו' וכו'? וואס וואלט איך געטון ווען מיין קינד קומט אהיים מיט לאנגע גרויסע האר ווי א שד רחמנא לצלן? וואס וואלט איך געטון ווען מיין קינד אנטלויפט אינגאנצן פון מיר, איך גיי אים שוין קיינמאל נישט זען, ער האט חתונה מיט גוים רחמנא לצלן? אזוי ווי מען הערט ליידער אזעלכע שרעקליכע מעשיות ביי חשוב'ע שטובער; יעצט ווען מיין קינד איז ערליך, עס איז אריין אין אים א רוח טהרה, ער זוכט עפעס פאר זיין נשמה, ער דריידט זיך ביי א געוויסע חסידות אדער ער ציט צו א ליטווישע ישיבה וואס שטימט נישט מיט מיין מח, צוליב דעם זאל איך אים רודפ'ן און אים שלאגן מכות רצח און מכות אכזריות?!' עס איז דאך נישטא קיין גרעסערע שטות פון דעם.


עלטערן דארפן טאנצן פאר שמחה ווען זיי זעען זייער קינד וויל זיין גוט, זיי דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז זייער קינד איז א איד און וועט בלייבן א איד, זיי וועלן האבן א קדיש זאגער נאך זיך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך (בראשית רבה מט, ד): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בֵּן יָגֵעַ בַּתּוֹרָה כְּאִלּוּ לֹא מֵת", ווער עס לאזט איבער א קינד וואס לערנט תורה, ווערט עס גערעכנט כאילו מען איז נישט געשטארבן; ווי גליקליך איז דער מענטש אויבן אין הימל ווען ער לאזט איבער קינדער וואס גייען על דרך התורה.


דעריבער פרעג איך דיר, פארוואס זאלסטו זיך מאכן אומזיסטע עגמת נפש און צער? דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א זון וואס חבר'ט זיך מיט ערליכע אידן, א זון וואס גייט אין די וועג פון די הייליגע תורה; לאז אים אפ, לאז אים גיין וואו זיין הארץ ציט אים; ער גייט דאך נאר צו גוטע פלעצער, ער וויל זיין א ברסלב'ער חסיד, ער וויל פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון באקומען דעם תיקון וואס דער רבי האט מבטיח געווען, פארוואס זאלסטו אים שטערן?!


דו פרעגסט, אויב א טאטע לאזט נישט פארן זיין זון קיין אומאן אויב דער טאטע ווערט א חלק פונעם יצר הרע? א גוטע שאלה פרעגסטו; דאס איז זיכער, אז א טאטע וואס לאזט נישט זיין קינד גיין צום הייליגן רבי'ן איז א גרויסער שוטה, ווייל וואס ווילן דען עלטערן? נאר נחת, זען ווי די קינדער גייען אין די וועג פון די תורה; וואלטן זיי געדארפט טאנצן פאר שמחה אז זייער זון איז אנגעקומען צו א הייליגע חבורה. דו מיינסט אז ברסלב איז א שלעכטע פלאץ? ברסלב'ער חסידים זענען גרויסע צדיקים, ברסלב'ער חסידים לעבן טאג און נאכט מיט'ן אייבערשטן, זיי זענען זיך מתבודד, זיי זענען צוגעקלעבט צום אייבערשטן אזוי ווי גרויסע צדיקים פון פריערדיגע דורות.


אזוי ווי דיר זענען דא צענדליגער עלטערן וואס עסן זיך אויף זייער הארץ ווען זיי דערוויסן זיך אז זייער קינד גייט קיין אומאן און דריידט זיך מיט ברסלב'ער חסידים, מען האקט אפ מיט דעם קינד, מען איז אים מבזה, מען פארגיסט זיין בלוט, אלעס נאר ווייל ער איז געווארן א ברסלב'ער חסיד; דאנק דעם אייבערשטן אז דיין קינד איז ערליך און וואויל, ער איז אנגעקומען אין אזא הייליגע פלאץ.


בנוגע די בעקיטשע וכו'; מן הסתם ווייסט נישט דיין זון אז אין ברסלב איז נישטא קיין וועג ווי אזוי מען גייט אנגעטון, מען דארף זיך נישט טוישן די לבוש פון דאס וואס מען גייט, אלע קומען צום רבי'ן אזוי ווי זיי גייען אנגעטון, נישטא קיין ספעציעלע וועג ווי אזוי מען גייט אנגעטון אין ברסלב; אבער דיר מוז איך זאגן אז דו דארפסט פאררעכטן די וועג ווי אזוי דו קוקסט אויף דיין קינד, אז מען טוט זיך אן א געבלומטע בעקיטשע אנשטאט א זיידענע בעקיטשע - ווערט מען נאכנישט קיין הפקר יונג; זאלסט מיר מוחל זיין, דעם לשון וואס דו שרייבסט אז דאס איז: "פריקת עול עם הכשר מהדרין", די וועג ווי אזוי דו קוקסט אויף אידישקייט איז פארדריידט.


אויף די פראגע אויב נאר ברסלב איז די וועג; אויף דעם וועל איך דיר נישט ענטפערן, אבער אויף די אנדערע פראגע, אויב די מתנגדים וואס האלטן צוריק פון מקורב ווערן קיין ברסלב זענען כולו רע, אויף דעם וועל איך דיר ענטפערן 'יא'; די אלע וואס רעדן קעגן דעם הייליגן רבי'ן, די אלע וואס האלטן צוריק מענטשן פון מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן - די אלע זענען איין שטיק רע. דער רבי זאגט שוין דאס (ספר המדות אות נאוף, סימן מז): "הַנּוֹאֲפִים, לָרֹב הֵם מִתְנַגְּדִים לַצַּדִּיקִים", די בעלי עבירה - זיי קריגן אויף צדיקים; דאס זעט מען נישט נאר ביים רבי'ן נאר אין אלע פלעצער און אין אלע דורות, נאר בעלי עבירה האבן די עזות צו רעדן קעגן צדיקים, אוועק מאכן זייערע ווערטער.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.