בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בין איך דען ראוי צו עסן? בין איך דען ווערד פאר א קאווע?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, קדושה, התחזקות, הפצה, מוהרא"ש, לימוד התורה, בושה, חלישות הדעת, שמחות, פירושים, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


ביי אונז גייט די וואך פרשת בהעלותך, מיר זענען אפגערוקט א פרשה פון ענק. איך וועל ענק שרייבן אביסל פון וואס מיר האבן גערעדט נעכטן ביים שיעור ליל שישי.


עס שטייט אין די תורה (במדבר ח, ג): "וַיַּעַשׂ כֵּן אַהֲרֹן וְגוֹ'", אהרן הכהן האט געצינדן די מנורה, "כַּאֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה", ער האט אנגעצינדן די מנורה אזוי ווי דער אייבערשטער האט באפוילן, זאגט רש"י, דער פסוק קומט אונז לאזן הערן "שבחו של אהרן", מען לויבט אויס אהרן הכהן, "שלא שינה", אז ער האט נישט געמאכט אנדערש.


אלע פרעגן אויף דעם, וואס איז די שבח אז מען טוט נישט אנדערש? וואס איז די חידוש, וואס איז די גרויסקייט, ווער וואלט דען געטון אנדערש פונעם באפעל פונעם אייבערשטן?!


מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן קען מען דאס פארשטיין. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", ווען א מענטש הויבט אן דינען דעם אייבערשטן, "אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת", ווייזט מען אים התרחקות, מען הויבט אן שפירן ווי מען איז גארנישט ווערד, מען שפירט ווי מען וויל אים נישט, מען האט אזויפיל בלבולים מיט חלישות הדעת.


דער רבי זאגט (שם): "וְכָל הַנַּ"ל עָבַר עַל כָּל הַצַּדִּיקִים, כַּאֲשֶׁר שָׁמַעְנוּ מִפִּיהֶם בְּפֵרוּשׁ, שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֵין מִסְתַּכֵּל וּפוֹנֶה אֲלֵיהֶם כְּלָל", איך האב געהערט פון צדיקים, זיי האבן אלע אזוי געשפירט, זיי האבן געשפירט אז מען הערט זיי נישט אויס, נאר וואס דען? זיי האבן זיך געשטארקט, זיי זענען געבליבן שטארק און נישט אפגעלאזט זייער ווילן, נאר אזוי האבן זיי זוכה געווען צו ווערן גרויסע צדיקים.


רש"י הקדוש פרעגט (במדבר ח, ב): "למה נסמכה פרשת המנורה לפרשת הנשיאים", פארוואס שטייט די פרשה פון הדלקת המנורה נעבן די פרשה פון די חנוכת הנשיאים? "לפי שכשראה אהרן חנוכת הנשיאים חלשה אז דעתו, כשלא היה עמהם בחנוכה לא הוא ולא שבטו", ווייל אהרן הכהן האט געהאט גרויס חלישות הדעת פארוואס מען האט אים נישט גערופן צו די חנוכת הנשיאים, "אמר לו הקדוש ברוך הוא", האט אים דער באשעפער געזאגט, "חייך שלך גדולה משלהם, שאתה מדליק ומיטיב את הנרות", דו האסט די מצוה פון די מנורה.


לאמיר אביסל אריינטראכטן וואס איז אריבער אויף אהרן הכהן, ער איז געווען אזוי צעבראכן, פול מיט חלישות הדעת, ער האט געשפירט ביי זיך ווי מען דארף אים נישט, ווי מען איז אים מרחק, מיט דעם איז ער געגאנגען טון דעם רצון ה' מיט שמחה. דאס זאגט אונז די תורה: "וַיַּעַשׂ כֵּן אַהֲרֹן", די שבח פון אהרן איז, ער האט געטון די מצוות פונעם אייבערשטן מיט שמחה; ביי טון די מצוות איז ער געווען פרייליך, ער האט זיך נישט געלאזט צעברעכן פונעם יצר הרע.


דאס איז א שטארקע לימוד פאר אונז; ווען דער יצר הרע קומט אונז צעברעכן, ער מאכט אונז חלישות הדעת, ער ברענגט ארויף אין זכרון אלטע נישט גוטע מעשים, ער וויל אונז אראפווארפן מיר זאלן אפלאזן עבודת השם, דארפן מיר קוקן אויף אהרן הכהן; מיט די חלישות הדעת, מיט די בושה, מיט אלע בלבולים – שטייט "וַיַּעַשׂ כֵּן אַהֲרֹן", ווען עס איז געקומען צו טון א מצוה, דעמאלט איז נישטא קיין בלבולים, 'מען דארף מיך יא?' 'מען דארף מיך נישט?' דעמאלט איז דא איין זאך – טון "כַּאֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה".


ווען מיר דארפן דאווענען און לערנען – טאר מען זיך נישט לאזן פארדרייען דעם קאפ פונעם סמ"ך מ"ם; ווען עס קומט צו טון רצון השם, דעמאלט דארף מען עס טון מיט שמחה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה", ווען מען פריידט זיך ביים טון א מצוה, "זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", איז א סימן אז דער מענטש איז אינגאנצן צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


איר וועט זען אן אינטערעסאנטע זאך, ווען מען מאכט זיך א קאווע, אדער עסן, דעמאלט קומען נישט אריין די מחשבות פון חלישות הדעת, קיינער טראכט נישט ביים עסן: 'בין איך דען ראוי צו עסן?' 'בין איך דען ווערד פאר א קאווע?' ווען עס קומט צו מצוות, פלוצלונג פון אונטער די ערד קומט צו גיין דער סמ"ך מ"ם מיט די מחשבות זרות און בלבולים אראפצואווארפן דעם מענטש.


טייערע ברידער, אנשי שלומינו, שטארקט זיך מיט די זיסע עצות פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות איז דאך אזא זיסע עצה, דער לעבן ווערט פשוט גוט. פרובירט דאס אויס, הויבט אן דעם טאג מיט'ן זיך אויסשמועסן מיט'ן באשעפער.


גיי אין א שטילע פלאץ; אדער אין שטוב, אדער אין א שול, אדער גיי א שפאציר אין א שטילע געסל – און רעד זיך אויס צום באשעפער, שמועס מיט אים אין דיין שפראך, רעד צו אים ווי צו א גוטער פריינט. דערצייל אים אלעס וואס דו האסט געטון, דערצייל אים ווי דו פאלסט אראפ אין פגם הברית, וויין זיך אויס צו אים, בעט דעם באשעפער:


"רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, עס גייט מיר אזוי שווער; וויפיל איך פרוביר צו זיין גוט – פאל איך אראפ".


דער אייבערשטער וועט דיר מוחל זיין, אויך וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע עונשים, און דו וועסט שפירן א נייע טעם אין לעבן.


איך בענק זיך צו ענק, איך טראכט אפשר זיך אריבערצוכאפן אויף איין טאג דעם קומענדיגן וואך, מיין שוואגער מאכט חתונה זיין ערשטע קינד. איך האב הכרת הטוב פאר מיין שוואגער, ער האט מיר אסאך מחזק געווען, ער האט א חלק אין מיין התקרבות צום רבי'ן. ער איז געווען אין היכל הקודש, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אים זייער ליב געהאט, שפעטער איז אנגעקומען צו אים ליצנות, מען האט אים געגעבן צו פארשטיין אז היכל הקודש איז נישט דעם רבינ'ס זאך, והוה מה דהוה; אפשר וועל איך זיך אריבערכאפן צו די חתונה.


שטארקט אייך אין הפצה, זיצט נישט מיט פארלייגטע הענט. עס ברענט א פייער פון ניאוף, א פייער פון כפירות ואפיקורסות, גייט לעשן די פייער מיט'ן רבינ'ס ספרים; די קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן – דאס לעשט די פייער פונעם סמ"ך מ"ם, די מאורי אש. אידישע קינדער פאלן אין עבירות, בחורים פאלן אין עבירות, נאר דעם רבינ'ס חיזוקים – דאס ברענגט זיי צוריק.


דער הייליגער רבי נתן האט אונז געלאזט צוואה פאר זיין פטירה, ער האט געוויינט: "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט, עס קומען ארויס אזויפיל טריפה'נע פסול'ע זאכן, וואס וועט דא זיין? נאר איין בלעטל פון רבינ'ס ווערטער וועט אלעס מתקן זיין"; נעמט די גליונות און קונטרסים, פארשפרייטס דאס צווישן די בני הנעורים – מיט דעם וועלן מיר אלעס מתקן זיין.


מזל טוב פאר די שיינע שמחות צווישן אייך, פאר די חתונה און די שידוכים; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין נאך און נאך שמחות.


א גוט שבת.