בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך האב זיך מחי' געווען אין שטעטל און אין ישיבה קטנה
שכר לימוד, חינוך הילדים, שלום בית, מוסדות, הדפסה, שטעטל, סדר דרך הלימוד, תכלית, ישיבה, האטליין, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין יעצט צוריק געקומען פון שטעטל, איך באקום אזויפיל חיות יעדע מאל איך גיי דארט באזוכן, זען דאס שיינקייט פון אנשי שלומינו.


איך בין ארויסגעפארן פארטאגס, זעקס אזייגער, איך בין געגאנגען אין מקוה איידער איך בין ארויסגעפארן, איך בין געווען כמעט א גאנצן טאג אין אונזער נייע ישיבה. איך בין אנגעקומען נאך פאר די בחורים קומען אן, איך האב געלערנט מיינע שיעורים. בערך ניין אזייגער קומען די בחורים אן, איך האב אלע באגריסט און אלע האבן זיך געזעצט לערנען אזוי ווי דערוואקסענע מענטשן, אן קיין משגיח, אן קיין טרייבער, יעדער איינער ווייסט וואס ער האט צו טון; איינער מיט חומש, א צווייטער מיט א משניות, איינער מיט א גמרא און א צווייטער מיט א תהילים; א תענוג דאס צו זען.


מיר האבן געדאווענט אינאיינעם שחרית, און געגעסן פרישטאג, געשמועסט אינאיינעם. נאך פרישטאג האבן זיי א שיעור פון זייער מגיד שיעור, בין איך אריבערגעגאנגען אינעם בית הדפוס. ווען מען פארט אריבער דעם בנין פונדרויסן זעט מען גארנישט, עס זעט אויס ווי א שטילע ליידיגער בנין, אבער אינעווייניג טוט זיך א מעכטיגע אפעראציע, מען דרוקט טויזנטער ספרים, גליונות, אלע סארטן. אויבן זיצן אינגעלייט, איינער פירט דעם האטליין קול ברסלב וואס צענדליגער טויזנטער מענטשן נעמען לופט טאג טעגליך צו אטעמען, א צווייטער מאכט דעם שטעטל בלעטל, אויך איז דא אין באזונדערע אפיסעס ווייבלעך וואס ארבעטן פאר הדפסה, איינער מאכט די בריוו אויף ענגליש, א צווייטע שטעלט אויס דעקלעך פאר אלע ספרים, אויך דער כולל אפיס געפינט זיך דארט, נאכדעם דער מנהל פונעם בית הדפוס און דער פאנדרעיזער. איך האב געקלאפט א מזוזה אויף די נייע אפיסעס, אויך האט מען מכבד געווען דעם נדבן מיט קלאפן א מזוזה, אויך דער פאנדרעיזער פונעם כולל. מיר האבן אביסל גערעדט דארט, זיך מחזק געווען מיט שיחות פון הייליגן רבי'ן.


איך בין גלייך צוריק געגאנגען אין ישיבה לערנען מיט די בחורים סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אויך האב איך געגעבן א שיעור גמרא, פארגעלערנט דעם בלאט. נאכדעם האבן מיר שפאצירט צום גראסערי, איך האב געזאגט יעדן בחור ער זאל עפעס נעמען און איך וועל דאס באצאלן; מען מוז אזוי מאכן, מען קען נישט נאר זאגן "לערן", "דאווען", "קוק אריין אין סידור", "שאקל זיך", מען מוז אויך שפאצירן, געבן גוטע זאכן, מאכן א לופטיגע פרייליכע אטמאספער, און אזוי קען מען נאכדעם פועל'ן לערנען און דאווענען.


עס איז זייער וויכטיג פאר אלע וואס טוען אין חינוך, און אויך פאר עלטערן אין שטוב; מען קען נישט נאר זאגן "טו נישט", "מאך נישט", "גיי נישט", עס מוז זיין א געשמאקע לופט, מען דארף טון אסאך פרייליכע זאכן און געבן א סאך גוטע ווערטער, און אינדערמיט זאגט מען "מאך אזוי", "טו אזוי", "גיי אזוי"; און נאר מיט אסאך תפילה און בקשה זעט מען פירות.


מיר האבן געדאווענט מנחה און נאך אביסל פארברענגט מיט שיינע שיחות און שיינע שמועסן.


פון דארט בין איך געגאנגען צום נייעם קימפעטארין היים, אונזער "ילד שעשועים". דארט איז פארגעקומען א חנוכת הבית מיט א קביעות מזוזה אינאיינעם מיט א שבע ברכות פאר משפחת אפפעל און משפחות ברוין, איך האב געלייגט א מזוזה און מכבד געווען ר' אייזיק אפפעל וואס ער מיט זיין ווייב האבן גענומען דעם פראיעקט, זיי לייגן אריין זייער גאנצע הארץ און נשמה. אויך האב איך מכבד געווען יואל הכהן חבר הנהלה - זאל לייגן א מזוזה, ווייל ער שטייט אונטער די גאנצע זאך, עס איז אים צו פארדאנקען פון אנהויב שטעטל ביז יעצט, יעדע זאך איז אים צו פארדאנקען.


דערנאך האבן מיר זיך געוואשן צו א סעודה, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן פון רבי'ן. דער רבי העלפט אונז לעבן ברוחניות און בגשמיות, דער רבי מאכט אונז לערנען, ער דערמאנט אונז פונעם אייבערשטן, ער מאכט אונז טראכטן פון עלמא דאתי, עס קומט נאך א וועלט, און אין די זעלבע צייט העלפט ער אונז לעבן אין שטוב מיט א ווייב און קינדער, מיר קענען חתונה מאכן די קינדער פשוט, איידל און באשיידן.


איך בין יעצט אהיים געקומען, איך האב געהאלפן לייגן שלאפן מיינע קינדער. מען האט מיר געבעטן אין שטעטל איך זאל נאך קומען דא, און נאר דא, און נאר איין מינוט דא, אבער אהיים גיין העלפן די ווייב איז נאך מער וויכטיגער פון אלע זאכן.


איך בעט דיר זייער, דו זאלסט אויך אזוי טון, גיי אהיים, לאז אלעס אפ, אפילו מען וועט דיר פארנארן 'קום דא', און 'גיי דא', און 'מען מוז וכו' וכו'; דו גיי אהיים, רעד צו דיינע קינדער. פרעג יעדן טאג דיינע קינדער אויב זיי זענען דרך ארץ'דיג; זיי זאלן זען אז דאס איז נישט קיין שפיל, און דאס מוז זיין.


אונזערע מוסדות איז יעצט אין א שווערע מצב, מען האט נישט צו באצאלן די איינגעשטעלטע. די בחורים אין ישיבה אין שטעטל זיצן מיט די מאנטלעך פארפרוירן, איך בין היינט דארט געווען און אויך געזיצן אין די קעלט מיט זיי, ווייל עס איז נישטא קיין געלט צו מאכן הייצונג. קען זיין איך בין שולדיג אז איך האב נישט געלאזט בעטן קעמפ געלט, איך האב געוואלט טון א טובה פאר אנשי שלומינו, זאלן נישט דארפן צאלן טויזנטער דאלער; דער אדמיניסטראטאר רפאל זאגט, איך האב אוועק גענומען א פערטל מיליאן דאלער פון די מוסד מיטן נישט לאזן בעטן קעמפ געלט, אבער יעצט זע איך אז שכר לימוד צאלט מען אויך נישט, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג, איז ווי אזוי וועל איך ווייטער קענען אנגיין מיט די מוסד...


איך וויל בעטן אלע אנשי שלומינו זאלן צאלן שכר לימוד און זיך נישט שפילן מיט דעם, איך האב געדארפט טון די וואך א זאך וואס איך האב נישט געוואלט טון, מיר האבן צוזאמגענומען אלע טיטשערס און געזאגט מען גייט אראפ מיט די געהאלט, א גוטע פאטש אין פנים פאר מיר; גלייב מיר, איך בין גוט פארשעמט פון דעם. די מנהלת תחי' פרעגט, וואס גייט דא פאר? וואס זאל איך טון, אז אנשי שלומינו מאכן זיך נישט וויסנדיג פון די קינדער - איז נישט.


מארגן וועט זיין דער ליל שישי שיעור אין אונזער נייעם בית המדרש היכל הקודש אין לינדען ניו דשערזי אינאיינעם מיט א חנוכת הבית המדרש און סיום מסכת קידושין, סיום חצי ש"ס.


מאך א שיינע סיום אין שטוב, זאלן דיינע קינדער זען אז זייער טאטע לערנט תורה, ווייז זיי וואס איז חשוב; ביז אהער ווייסן זיי שוין אז א קאר איז זייער א חשוב'ע זאך, ווייל פון דעם רעדט מען טאג און נאכט. אויך ווייסן זיי אז האבן אן אייגענע הויז איז פון די וויכטיגסטע זאכן אין לעבן, ווייל פון וויגעלע הערן זיי רעדן ווען גייט מען שוין קויפן א הויז, און מען קויפט שוין וכו' וכו', יעצט איז געקומען די צייט זאלסט זיי ווייזן וואס איז טאקע חשוב; מאך א סיום, נעם צוזאם די קינדער פון שטוב ביי נאכטמאל וכדומה, און זיי מסיים, געב א גוטע נאש, און זינג און טאנץ: "א מחי' א בלאט גמרא!"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.