בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בהר בחוקותי, י"ח אייר, ל"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון
לכבוד ... נרו יאיר
די הדלקה ברענט און פלאקערט, מען קען זיך נישט פארשטעלן די שמחה דא אין מירון. מען דארף אבער זען אז די פייער זאל זיך נישט פארלעשן, עס זאל בלייבן ברענען און פלאקערן א גאנץ יאר, מען דארף זיך פירן ווי דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי לערנט אונז; בעיקר די ווייבער דארפן גיין אנגעטון איידל און זיך אפשערן די האר, טון וואס רבי שמעון בר יוחאי האט אונז מגלה געווען, דאס גרויסקייט פון אידישע פרויען וואס פירן זיך איידל, וואס שערן זיך די האר נאך די חתונה; אז מען איז זוכה צו ערליכע דורות, מען איז זוכה צו מאכן רוען די שכינה אין שטוב, מען פארטרייבט די נישט גוטע, מען האט פרנסה.
מען דארף היינט אסאך בעטן פאר דעם, אז די שטוב זאל זיין א שיינע, ריינע, ערליכע שטוב. מען מוז גיסן תפילות; די פרוי ביי די ליכט ווען זי צינדט די שבת לעכט, און דער מאן ביי פתיחת הארון.
מען דארף בעטן אויף דעם יעדן טאג, מען קען זיך נישט דערמאנען ווען מען האט עלטערע קינדער, מען דארף בעטן אפילו מען האט נאכנישט חתונה געהאט: "רבונו של עולם, געב מיר הייליגע קינדער, קינדער וואס וועלן גיין אין די וועג פון די הייליגע צדיקים, טעכטער און שנירן וואס וועלן זיך אפשערן און צודעקן די קאפ אזוי ווי די צדיקים האבן אונז געלערנט". אזוי וועט די הדלקה ברענען א גאנץ יאר, די שמחה וועט ווערן שטערקער און שטערקער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.