בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - הלוואי וואלט איך געקענט זיין א מלמד
חינוך הילדים, מלמדים, סגולות, שטעטל, סיום, אידיש געלט, נסיונות, לימוד התורה, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, ספרים, בר מצוה, וואך נאכט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל צו א בר מצוה ביי א חשוב'ע משפחה ביי אונז אין די קהילה. דער בר מצוה בחור האט מסיים געווען ביי די בר מצוה מסכת שבת, דאס איז געווען במקום זיין פשעטל.


ביי די בר מצוה האב איך געזאגט אז עס איז מיר נישט גרינג ארומצופארן צו שמחות, דאך בין איך ארויסגעקומען צו די בר מצוה, היות די עלטערן האבן געמאכט די סעודת בר מצוה אויף א פשוט'ע איידעלע אופן ביי זיי אין שטוב, און איך האף אז אנשי שלומינו וועלן זיין קלוג און דאס נאכמאכן, נישט אויסצוגעבן אומזיסטע געלט און זיך מאכן חובות פאר די פאר שעה, צו פראווענען א שמחה אין א זאל וכו' וכו'.


אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אבות און די אמהות. מיר זעען אין די וואכעדיגע סדרה, אויפ'ן פסוק (בראשית כג, א): "שְׁנֵי חַיֵּי שָׂרָה", זאגט רש"י: "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה", ווי צדיקים טייטשן: עס איז איר שטענדיג גוט געווען; די אבות און די אמהות האבן געהאט אזא קלארע לויטערע אמונה, זיי האבן געוויסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף זיי - איז פאר זייער טובה.


ווייטער זאגט רש"י הקדוש (שם, ב): "נִסְמְכָה מִּיתַת שָׂרָה לַעֲקֵדַת יִצְחָק, לְפִי שֶׁעַל יְדֵי בְּשׂוֹרַת הָעֲקֵדָה שֶׁנִּזְדַּמֵּן בְּנָהּ לַשְּׁחִיטָה וְכִמְעַט שֶׁלֹּא נִשְׁחָט, פָּרְחָה נִשְׁמָתָהּ מִמֶּנָּהּ וָמֵתָה", שטייט פון ספרים, וואס איז די כִּמְעַט 'שֶׁלֹּא' נִשְׁחָט, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין כִּמְעַט 'שֶׁנִשְׁחָט', אויבנאויף איז דאך דאס געווען די סיבה פון איר מיתה, אז זי האט געהערט כִּמְעַט 'שֶׁנִשְׁחָט'?! זאגן זיי א פארקערטע בחינה, אז שרה אמנו האט געוויסט אז אברהם אבינו איז געגאנגען טון די ווילן פונעם אייבערשטן, און ווען זי האט געהערט אז 'שֶׁלֹּא' נִשְׁחָט - פון דעם האט זי זיך דערשראקן, זי האט נישט געוואלט גלייבן אז איר מאן אברהם אבינו און איר זון יצחק האבן זיך נישט געקענט שטארקן אויפ'ן שטן און טון די ווילן פונעם אייבערשטן; ווי קען זיין, נאך אזויפיל נסיונות, און ער איז אלעס בייגעשטאנען - האט ער יעצט נישט געטון די ווילן פונעם אייבערשטן, פון דעם איז געווען מיתת שרה. אבער באמת האט אברהם אבינו יא געטון רצון ה', ווייל דער אייבערשטער האט אים נישט געהייסן שחט'ן יצחק, נאר געזאגט (שם כב, ב): "וְהַעֲלֵהוּ שָׁם לְעֹלָה".


דער בר מצוה בחור איז געזיצן מיט א ליכטיגע פנים; אזוי פרייליך. דאס איז די חינוך פון אונזערע מוסדות, ווי די מלמדים און לערערינס לייגן אריין אין די קינדער זיי זאלן זיין גרייט פאר די לעבן, זיי גרייטן אן די קינדער וואס איז א בר מצוה; נישט א זאל, נישט א שפילער, נישט א פארטי פלענער, נישט בלומען וכו' וכו', נאר אז מען גייט זוכה זיין צו לייגן תפילין, מען גייט אריין לעול התורה והמצוות. און אזוי אויך ביי די מיידלעך, די לערערינס לייגן אריין אין די מיידלעך וואס איז חתונה האבן; נישט א זאל, נישט בלומען, נישט א טייערע כלה קלייד, נישט טייערע צירונגען וכו' וכו' וכו', נאר לעבן א שיינע זיסע לעבן, אזוי ווי דער אייבערשטער הייסט.


נאך די בר מצוה בין איך צוגעגאנגען צום נייעם ספרים געשעפט, דער בעל הספרים סטאר האט מיך מכבד געווען צו קלאפן מזוזה. עס איז מיר זייער געפאָלן דעם געשעפט, ער האט דארט אן אויסוואל פון ספרים פאר אנשי שלומינו וואס ווילן לערנען און מסיים זיין כל התורה כולה. אנגעפאנגען פון חומש - שיינע חמשים, נ"ך - הערליכע סעטס נ"ך, משניות - הערליכע סעטס משניות, תלמוד בבלי - הערליכע שיינע גמרות מיט גרויסע געפינטלטע אותיות, און אזוי אויך תלמוד ירושלמי. הערליכע סעטס רמב"ם. טור, שלחן ערוך. הערליכע סעטס מדרשים, אלע סארטן מדרשים; איך האב זיך געקויפט א סעט מדרש, איינע פון די מדרשים וואס האט מיר געפעלט. הערליכע זוהר, הערליכע תיקונים, אלע דעם רבינ'ס ספרים.


אויך האט ער אריינגעברענגט טעוועלעך שמירה ליולדת, וואס אגב, איך האב אים דאס געבעטן אריינצוברענגען, ווייל איך האב געזען אז אנשי שלומינו ווייסן בכלל נישט פון דעם, אז מען פירט זיך אויפצוהענגען אינעם שטוב פון די יולדות, אויף אלע פיר ווענט - די טעוועלעך פון די שמירה.


איך בין אריין צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פאר די וואך נאכט פון מיין זון יצחק דוד נרו יאיר, איך האב געפרעגט מוהרא"ש וואס איך דארף טון, צי איך דארף אויף זיין און לערנען א גאנצע נאכט, האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "דארפסט נישט אויף זיין א גאנצע נאכט, איין זאך יא, הענג אויף די טעוועלעך אויף אלע פיר ווענט".


פון דארט בין איך געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי א חשוב'ע משפחה, משפחת זוסמאן - וואס האבן זיך יעצט אריינגעצויגן אין איינע פון די נייע דירות אויף טווין ברידזש.


איך האב איבערגענעכטיגט ביי מיר אין שטוב. היינט פארטאגס האב איך געהאט גרויס נחת זייענדיג אין בית המדרש אין שטעטל, זען אברכים זיצן אין לערנען, מען איז זיך קובע עיתים לתורה.


איין פראבלעם האב איך יעדעס מאל וואס איך קום אין שטעטל, עפעס וואס שטערט מיר זייער שטארק; פארוואס איך וואוין נאכנישט דא. ווען איך קום אין שטעטל זאג איך פאר מיין ווייב: "פארוואס קען איך נישט דא וואוינען, פארוואס דארף איך זיין אין שטאט?"


איך האב זיך זייער געפריידט צו קענען טרעפן אונזער דיין שליט"א, ער האט מיר איבערגעגבן זייער שיינע גרוסן סיי פון די כולל אינגעלייט און סיי פון אלע משפחות וואס פרעגן שאלות, איך האב מיט אים גערעדט זייער וויכטיגע זאכן וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אנגרייטן א פלאץ, אז די ישיבה הקדושה זאל זיך קענען ארויסציען, אזוי וועל איך קענען קומען און זיין אין די שיינע ליכטיגע שטעטל.


איך האב געטראפן הרב רבי יצחק שליט"א, און איך פריי זיך זייער צו קענען ארייננעמען אין מיין שטוב אזא גאסט, ווי עס זעט אויס וועט הרב רבי יצחק שליט"א איינשטיין ביי מיר אין שטוב דעם שבת הבא עלינו לטובה. די תפילות, די באטע און די שלש סעודות וועלן געפראוועט ווערן אין האשקי שול, דאס וועט זיין א גרויסע חיזוק פאר אלע משפחות פון אנשי שלומינו.


יעדער מענטש האט עפעס א שפילצייג וואס מיט דעם שפילט ער זיך, אזוי אויך האט יעדער מענטש עפעס א זאך וואס דאס איז ביי אים זייער באליבט, א זאך וואס מען דרוקט זיך אויס: "דאס איז מיין בעבי"; מיין זאך איז "אונזערע קינדער".


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א באס דרייווער, ארומפארן אינדערפרי און אויפנעמען די ליכטיגע קינדערלעך, זיי באגרוסן מיט "א גוט מארגן", זיי אויפנעמען מיט א ריזיגע שמייכל.


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א באס רבי און אפווארטן די טייערע קינדערלעך, אראפגיין פון באס און זיי אויפנעמען מיט א הויכע געשריי מיט'ן קינד'ס נאמען: "א גוט מארגן", מיט א זאפטיגע שמייכל.


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א מלמד, זיצן מיט די קינדער, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, און אריינלייגן אין זיי לעבן, מוט, ווייזן פאר יעדן איינציגן קינד 'דו קענסט אויך זיין א גרויסער צדיק', און אזוי יעדע זאך וואס האט מיט קינדער.


ווען איך זע דעם קעכער וואס גרייט צו עסן פאר די קינדערלעך, טראכט איך, הלוואי וואלט איך געקענט שניידן ירקות, קאכן אייער און שמירן ברויט פאר קינדער וואס קומען לערנען די הייליגע תורה, און ווען איך זע דעם לאנטש מלמד טראכט איך, הלוואי וואלט דאס געווען מיין זאך; יעדן טאג נעמען די קינדער ביי הפסקה שפילן מיט זיי באלי און מאכן יעדע קינד שפירן אז ער קען די בעסטע די שפיל וכו' וכו'.


גלייך אינדערפרי האב איך גערופן איינער פון די חשוב'ע מלמדים וואס פירן די באס און אים געבעטן: "איך וויל מיט דיר מיטגיין ארומפארן די שטעטל"; וואס זאל איך דיר זאגן, דאס געבט מיר כח. ביי יעדע שטוב וואו די באס שטעלט זיך אפ בין איך אראפגעקומען פון באס, איך האב געגעבן א שריי: "א גוט מארגן! שלום עליכם!" און אויך א גאנצע וועג אויפ'ן באס האב איך פרייליך געמאכט די קינדער. די שטעטל איז שוין גרעסער, עס זענען שוין דא צוויי באסעס וואס נעמען אויף די קינדער, איך בין נאר געווען מיט איין באס.


ניין אזייגער, ווען די קינדער זענען אנגעקומען בין איך געגאנגען דאווענען שחרית מיט די עלטערע קינדער, די ישיבה קטנה פון קרית ברסלב; דער מגיד שיעור זייערער איז הרב ישראל יוסף שניצלער שליט"א, וואס ער טוט מיט די בחורים - איז נישט צום באגרייפן.


איך האב אנגעטון תפילין פאר'ן פרישן בר מצוה בחור אפרים פישל נרו יאיר און נאכן דאווענען איז געווען א שטיקל לחיים.


איך האב געגעבן א שיעור פאר די מלמדים און לערערינס; איך האב זיי דערציילט די גוטע נייעס אז ברוך ה' האברך נתן יוסף ברוך בן טויבא וואס דארף א רפואה שלימה איז שוין אראפ פון די רעספערעיטאר און זיין מצב ווערט בעסער און בעסער, דאס איז אין זכות פון די תפילות וואס מיר אלע בעטן און וואס די קינדער בעטן.


יעצט בין איך אויפ'ן וועג קיין קרית יואל, צו מחזק זיין די חדר און בית פיגא אין קרית יואל.


איך דארף מקצר זיין, איך בעט דיר זייער, היינט נאכט גייט זיין די וועכנטליכער שיעור, איך בעט דיר זייער זאלסט קומען.


א שאד אויף יעדן טאג וואס גייט אריבער אנעם לערנען דעם בלאט גמרא פונעם טאג, נעם דו אויך א גמרא און לערן דעם בלאט גמרא. היינט איז די דף מסכת נדרים דף כג. דער רבי האט אונז קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד", מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, ווי שווער איז צו נעמען א גמרא און לערנען דעם דף? מסכת נדרים איז קליינע בלעטער, עס וועט דיר נעמען אינגאנצן אפאר מינוט צו דורכלערנען דעם בלאט.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק מיט געציילטע בחורים וואס גייען ארום צאמשטעלן געלט אז איך זאל קענען ארויסגיין פון מיינע חובות וואס איך האב פאר אונזערע מוסדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.