בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיינע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו
איך בין נאכאלץ אונטער די גוטע געפיל פון זיין מיט אייך דעם פארגאנגענעם וואך, איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט ענק. די אמעריקאנער פרעגן וואס איך זאג צו די ארץ ישראל'דיגע תלמידים, זיי זאגן, זיי שפירן אז דער ראש ישבה איז מער פרייליך דארט.
דער אמת איז, איבעראל איז דא מעלות און מעלות, אבער איין זאך וואס איך זע ביי אייך מער ווי אין אנדערע פלעצער, עס איז דא אסאך מער תמימות ביי אייך; דאס איז א שטארקע זאך פאר'ן התקרבות צום רבי'ן. דעם רבינ'ס זאך קען מען נעמען נאר מיט גרויס תמימות, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "אַי אַי פְּרָאסְטִיק", ער האט זיך געבענקט צו די גרויסע עבודה פון דינען דעם אייבערשטן פשוט. "גַּם אָמַר", נאך האט דער רבי געזאגט: "שֶׁדִּבֵּר עִם כַּמָּה צַדִּיקִים גְּדוֹלִים", ער האט גערעדט מיט אסאך גרויסע צדיקים, "וְאָמְרוּ גַּם כֵּן", זיי האבן אים אויך געזאגט די זעלבע זאך, "שֶׁלֹּא הִגִּיעוּ לְמַדְרֵגָתָם", אז זיי זענען נישט צוגעקומען צו זייערע מדריגות, "כִּי אִם עַל יְדֵי עִנְיָן פְּרָאסְטִיק", נאר דורך די פשוט'ע עבודה, "שֶׁעָסְקוּ בַּעֲבוֹדָתָם בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּהִתְבּוֹדְדוּת וְשִׂיחָה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", זיי האבן אסאך גערעדט צום אייבערשטן פשוט'ערהייט און אסאך געשמועסט מיט'ן אייבערשטן, "וְעַל יְדֵי זֶה הִגִּיעוּ לְמַה שֶּׁהִגִּיעוּ, אַשְׁרֵי לָהֶם", און נאר אזוי זענען זיי צוגעקומען צו וואס זיי זענען צוגעקומען, וואויל איז זיי.
דאס זע איך ביי אייך, עס איז דא א שטארקע תמימות, און דאס האב איך ליב, ווייל דורך תמימות ופשיטות קומט מען צו האבן א קלארע אמונה, וואס דאס איז ביים רבי'ן געווען מער פון אלעם. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", אבער ביי מיר איז אמונה גאר א גרויסע זאך, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל", דער עיקר אמונה איז ווען מען גלייבט אן קיין חכמות, אן קיין חקירות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר", נאר מיט א פראסטקייט, "כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן פירן זיך, מען גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס און ער איז אלעס.
איך בין געווען אויפ'ן וועג צוריק צום לופטפעלד האט מען מיר געזאגט אז מען קען שוין אריינגיין אינעם בני ברק'ער שול, (קוים וואס מען האט זיך אריינגעצויגן אינעם נייעם שול אויף רחוב ירושלים, זענען שוין די שכנים געלאפן צום בית דין מיט א גיוואלד, אז מען זאל אונז נישט אריינלאזן דארט ווייל מיר זענען נישט ערליך; וויי גיוואלד, וואס מען ליידט פון לשון הרע, וויי גיוואלד וואס מען רעדט אלץ אויף צדיקי אמת וואס זענען זיך מוסר נפש צו אויסלייזן די שכינה הקדושה און עס אריינברענגען אין די וועלט; אויף זיי רעדט מען לשון הרע מיט הוצאת שם רע), בין איך געפארן אהין מחזק זיין די שול.
מיר האבן גערעדט פון וואס דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פו) אויף די וואכעדיגע פרשה (שמות ו, ט): "וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל מֹשֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה", אידישע קינדער האבן נישט געוואלט אויסהערן משה רבינו - מקוצר רוח, זאגט דער רבי דאס איז ווייניג אמונה; אז מען האט נישט קיין אמונה דארף מען טון עבודות קשות, ווייל ווער עס האט אמונה, ער ווייסט און גלייבט אז יעדע פינטל וואס מען טוט איז חשוב ביים אייבערשטן - דער דארף נישט פאסטן, דער דינט דעם אייבערשטן מיט יעדע זאך, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, ו): "בְּכָל דְּרָכֶיךָ דָעֵהוּ", מיט יעדע זאך זאלסטו וויסן דעם אייבערשטן, נאר אן אמונה מיינט מען אז מען מוז טון עבודות קשות, דאס זאגט דער רבי, מִקֹּצֶר רוּחַ, אז מען האט נישט אמונה - וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה - דארף מען שווער ארבעטן.
טייערע ברידער, טייערע חברים, לאמיר אנהויבן טון די עצות פון רבי'ן, אנהויבן לערנען יעדן טאג אביסל חומש, מעביר סדרה זיין פון אנהויב וואך. אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין, און דער משנה ברורה זאגט (שם, סעיף קטן ח) דער גר"א זכר צדיק לברכה האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער; אז מען גייט אויף דעם וועג - ענדיגט מען די סדרה יעדע וואך.
אויך זאלט איר לערנען אביסל משניות; משניות מאכט דעם מענטש פריי, מען גייט ארויס פון אלע קטנות הדעת. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות.
ועל כולם לערנט אביסל גמרא, מיר גייען ענדיגן די וואך מסכת נדרים, מיר הייבן אן מסכת נזיר. בעט איך אייך, כאפט אייך מיט, א שאד עס זאל אריבערגיין א טאג אן לערנען גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא, אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש זאל טון, אבי נישט עפענען א גמרא.
והעולה על הכל לאמיר אנהויבן זיין פרייליך, זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, זיך פרייען מיט דעם אז מיר זענען אידן; דורך התבודדות ותפילה קומט מען צו שמחה.
איך בענק שוין, איך וויל שוין קומען נאכאמאל.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.