בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זאג יעדן טאג די תפלה פאר א שידוך, אפילו אן געפיל
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, אמונה, התחזקות, אמונת חכמים, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, עס איז מיר צעריסן אויף שטיקער צו זען ווי דו ווארסט אויף דיין שידוך אזוי לאנג, און גארנישט רוקט זיך נישט; עס גייט אריבער א יאר און נאך א יאר, אלע דיינע חברים מאכן שוין אפשערנס, און נאך אביסל איז שוין דא בר מצווה'ס - און ביי דיר גייט נישט קיין שידוך.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערער ליבער ברודער, איך האב דיר נישט וואס צו זאגן, איין זאך קען איך דיר זאגן: "לאז נישט אפ די אמונה, לאז נישט אפ די אמונת חכמים און חס ושלום אפלאזן דיינע עבודות השם"; דו זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, מיט דיין שיעור אין חומש, משניות, גמרא וכו' וכו', און גיי ווייטער התבודדות, ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


איין זאך וויל איך פון דיר, דו זאלסט זיך אונטערנעמען צו זאגן יעדן טאג די תפילה וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר בחורים וואס זענען שוין העכער צוואנציג, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין כט:) אויב מען האט נישט חתונה איידער די צוואנציג - וועלן די ביינער צעגיין, מען שעלט דעם בחור: "תיפח עצמותיו"; מוהרא"ש האט געשריבן א מורא'דיגע תפילה, ווי אין די תפילה טענה'ט מען זיך אויס מיטן אייבערשטן: "רבונו של עולם, נישט גענוג עס גייט מיר נישט קיין שידוך, שעלט מען מיך אז מיינע ביינער זאלן צעגיין? רבונו של עולם, נישט גענוג איך פאל אין עבירות, איך וויל אזוי שטארק זיין אפגעהיטן, איך וויל אזוי שטארק שוין לעבן אן ערליכע לעבן, א געזונטע לעבן מאן און ווייב - שעלט מען מיר..."


וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר זאגן אז דו גייסט יעדן טאג זאגן די תפילה, עס מוז נישט זיין מיט געפיל, דער עיקר, זאלסט יעדן טאג זאגן די תפילה; זאג איך דיר צו, עס וועט נישט אריבערגיין קיין סאך צייט און דו וועסט האבן דיין שידוך.


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּנוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּנוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֵם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


*


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.