בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר
איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק פון א נסיעה. חסדי השם יתברך מיר זענען געפארן מיט א קבוצה תלמידי היכל הקודש מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים, קדושים אשר בארץ המה. איך האב מתפלל געווען פאר דיר.
איך האב דיר שוין לאנג נישט געזען, איך בענק זיך צו דיר, איך האף אז אלעס איז ביי דיר אין בעסטן ארדענונג, איך האף אז דו נוצט דעם רבינ'ס עצות, די זיסע עצה פון זוכן גוטס אין זיך און אין א צווייטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) אפילו מען זעט זיך פול מיט חסרונות, מען זעט זיך שלעכט, מען איז פול מיט תאוות רעות – מוז מען זוכן א פינטעלע גוטס און מאכן אן עסק פון די נקודות טובות, זיך ליב האבן מיט די פינטעלע גוטס, דאס ברענגט דעם מענטש צו ווערן א גרויסער צדיק.
איך האב דיר זייער ליב, דעריבער וועל איך דיר שרייבן אביסל די סדר הנסיעה.
מיר זענען ארויסגעפארן זונטאג נאכמיטאג פון נוארק צוזאמען פינף און דרייסיג מענטשן; אפאר בחורים פון ישיבה מיט אינגעלייט תלמידי היכל הקודש. אויפ'ן וועג האב איך געשריבן בריוון. איך בין געווען זייער פרייליך, ווייל איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיין פרייליך.
מיר זענען אנגעקומען קיין וויען מאנטאג אינדערפרי, מיר זענען צוגעפארן צום בית המדרש, מיר האבן געכאפט א טבילה, דארט האבן מיר זיך באגעגנט מיט נאך חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, טייערע אינגעלייט, גרויסע מפיצים.
מיר האבן געדאווענט, איך האב געליינט, עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל. מען האט געגעסן פת שחרית און זיך ארויסגעלאזט קיין אונגארן.
אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביים ציון פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו, מיר האבן געזאגט אינאיינעם דעם "יום ראשון" פון תהלים, געזינגען ניגוני התעוררות און זיך מתבודד געווען. האברך ... נרו יאיר האט מיר געברענגט אלע נעמען פון די וואס העלפן די ישיבה, איך האב געבעטן פאר אלעמען, פאר דיר אויך, דיין נאמען איז געווען אויף די קוויטלעך.
מיר האבן געדאווענט מנחה און זיך ארויסגעלאזט אויף א לאנגע נסיעה, זיבן שעה זענען מיר געפארן אלע אינאיינעם מיט א באקוועמע באס, רוב וועג, פאר לאנגע שעות, האבן מיר גערעדט שיחות וסיפורים פון הייליגן רבי'ן.
איך האב פארברענגט מיט די ארץ ישראל'דיגע חברים, מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די אוצרות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן פון רבי'ן. עס זענען געווען צוויי גבאים פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים, מיר האבן גערעדט געוויסע פונקטן וואס מען דארף אכטונג געבן אין א בית המדרש היכל הקודש.
מיר זענען אנגעקומען אין אוהעל שפעט ביינאכט, מיר זענען געגאנגען קודם דאווענען מעריב, איך האב געזען אז עס איז דא א מקוה האט מיר אנגעכאפט א חשק זיך צו טובל'ען. הגם איך בין געווען אינדערפרי אין מקוה, אבער א ברסלב'ער חסיד גלוסט זיך ווי מער צו גיין אין מקוה, למעשה האב איך זיך אפגעבריט מיינע פיס, עס איז געווען קאכעדיג הייס, סכנת נפשות, איך בין ארויס מיט א נס.
מיר האבן געזאגט אינאיינעם "יום שני" פון תהלים און מיר האבן געזינגען דעם "אהבה רבה" ניגון פון רבי הערשעלע רימנובער זכותו יגן עלינו, עס איז געווען א גרויסע התעוררות, איך האב געהאט גרויס התעוררות, איך האב זיך געעפנט מיין הארץ, איך האב געהאט אפאר מינוט גוטע התבודדות, אויך דארט האב איך פארגעליינט אלע נעמען פון אלע קוויטלעך.
איך בין ארויס פון דארט האב איך זיך אנגעהויבן גוט שפירן. דארפסט פארשטיין, נאכן פארן אזויפיל שעות ווערט מען צעטומלט, אבער אז דער אייבערשטער העלפט, מען קען זאגן אפאר אמת'ע דיבורים פאר'ן אייבערשטן, מען קען זיך אויסקרעכצן און לאזן א טרער – דארף מען שוין נישט עפעס מער.
פון דארט זענען מיר געפארן קיין ליסקע צום הייליגן צדיק רבי הערשעלע ליסקער זכותו יגן עלינו, דער מחבר פונעם ספר אך פרי תבואה, א תלמיד פונעם הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו. מיר האבן דארט געזאגט אינאיינעם תיקון חצות, תיקון רחל און תיקון לאה, מיר האבן געזינגען אידישע תפילות אינאיינעם. מיר האבן געזינגען דעם ניגון פון הרב הקדוש רבי אייזיקל קאלובער זכותו יגן עלינו:
"גלות גלות, ווי גרויס ביסטו - שכינה הקדושה, ווי שיין ביסטו.
וואלט דער גלות קלענער געווען - וואלט די שכינה שענער געווען".
עס איז געווען א גרויסע התעוררות, צוביסליך זענען מיר געקומען צו זיך.
פון דארט זענען מיר געפארן קיין קערעסטיר, מיר האבן זיך דערכאפט דאס הארץ, עס איז געווען צוגעשטעלט א געשמאקע סעודה, מיר האבן דארט גענעכטיגט.
דינסטאג אינדערפרי האבן מיר זיך גע'טובל'ט אין מקוה און געדאווענט, געגעסן פת שחרית און ארויף צום ציון פון הרב הקדוש רבי ישעי'לע מקערעסטיר זכותו יגן עלינו. מיר האבן געזאגט דעם יום תהלים, "יום שלישי", נאכדעם האבן מיר געזינגען ניגוני התעוררות און זיך מתבודד געווען.
איך האב געבעטן פאר דיר דארט. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך וואלט נישט געדענקט צו בעטן פאר דיר, נאר האברך ... נרו יאיר האט מיר געגעבן דיין נאמען מיט נאך אסאך נעמען, די אלע וואס העלפן די מוסד, האב איך געבעטן פאר דיר; עס איז געווען א גרויסע התעוררות.
האברך ... נרו יאיר פון קרית ברסלב האט געמאכט אן אפיל, מען האט צאמגענומען צדקה פאר'ן בית התבשיל, פאר נצרכים פון אנשי שלומינו.
פון קערעסטיר זענען מיר געפארן קיין מאַד, אויפ'ן וועג האבן מיר געהאט שיחות חברים מיט די חברים פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ.
איך בין יעצט אביסל אפגעמאטערט פון די נסיעה, איך האב נישט די כוחות זיך מצמצם זיין צו שרייבן וואס מען האט גערעדט, הלוואי זאלן די אינגעלייט דאס אפשרייבן; מען האט גערעדט אזעלכע שיינע שיחות וסיפורים פון מוהרא"ש און אנשי שלומינו.
מיר האבן געזאגט צען קאפיטלעך תהלים ביים ציון פונעם קול ארי' זכותו יגן עלינו, נאכדעם האבן מיר געזאגט דעם קאפיטל "שיר המעלות ממעמקים" פסוק בפסוק ביים ציון פונעם לבושי מרדכי זכותו יגן עלינו. מיר האבן געזינגען די שיינע זיסע ליד:
"איך וויל זיין א איד, איך וויל זיין א איד - איך וויל זיין א פשוט'ער איד,
ווייל דער עיקר אידישקייט - זאגט דער הייליגער רבי - איז זיך פירן בתמימות ובפשיטות".
מען האט דאס געזינגען מיט'ן גאנצן הארץ צום אייבערשטן.
פון דארט זענען מיר געפארן קיין קאלוב, אויפ'ן וועג האבן מיר געלערנט דעם שיעור גמרא, עס איז געווען אזוי שיין צו זען ווי אזוי אנשי שלומינו לערנען שיעורים כסדרן.
מיר האבן געזינגען ניגונים פון הרב הקדוש מקאלוב, מען האט זיך מחזק געווען מיט דעם רבינ'ס עצות פון דאנקען דעם אייבערשטן. בפרט יעצט אין די הייליגע חנוכה טעג, זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב) חנוכה איז טעג פון הודאה; דער גאנצער לעבן ווערט גוט און זיס ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן, מען ווערט נענטער און נענטער צום אייבערשטן.
ביים ציון פון הרב הקדוש מקאלוב זכותו יגן עלינו האבן מיר געזען די טיטל וואס מען האט געשריבן אויף די מצבה: "הי' ערליכער איד, והי' לומד גמרא על הדף".
מען האט געזאגט דארט די סוף פונעם יום תהלים, "יום רביעי", מען האט געזינגען א ניגון פון הרב הקדוש מקאלוב זכותו יגן עלינו, געדאווענט מנחה און זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין רומעניע.
אויפ'ן וועג האבן מיר גערעדט מעשיות וואס מיר האבן געהאט, ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט'ן באצאלן חובות.
די וועג קיין רומעניע איז געווען אביסל שווער, מען האט אונז אויפגעהאלטן ביים גרעניץ אפאר שעה, מען איז אנגעקומען שפעטער ווי געפלאנט קיין סיגוט.
אין סיגוט האט קהילת סאטמאר געבויט א הערליכע בנין, א מקוה, א בית המדרש - מיט אלע באקוועמליכקייטן, דו מיינסט ממש אז דו ביסט אין וויליאמסבורג אדער מאנרא. מיר האבן דארט געגעסן, געדאווענט מעריב און געגאנגען צום ציון פונעם הייליגן ייטב לב, קדושת יום טוב און עצי חיים זכותם יגן עלינו. מיר האבן דארט געזאגט אינאיינעם תיקון חצות, דארט ביים ציון, נאכדעם האבן מיר געזאגט תהלים, "יום חמישי".
לכתחלה האבן מיר געהאט אין פלאן צו פארן קיין קארלסבורג צום מראה יחזקאל זכותו יגן עלינו, אבער א טייל עולם האבן זיך ממש געבעטן מען זאל אפשטעלן די נסיעה, עס איז געווארן חלוקי דעות, א טייל האבן געזאגט מען זאל גלייך פארן קיין קארלסבורג, א טייל האבן געזאגט אז אויב מען פארט ווייטער שפירן זיי אז דאס וועט זיי צוטרעטן צום מח, עס איז נישט פאר זייערע כחות צו פארן יעצט ביינאכט א נסיעה פון זעקס שעה.
איך האב געהאט גרויס חשק צו פארן קיין קארלסבורג, די גאנצע זאך וואס מיר זענען געפארן בכלל קיין רומעניא איז נאר געווען אז מיר זאלן קענען גיין קיין קארלסבורג, דאך האב איך זיך געמוזט רעכענען מיט די אויסגעמוטשעטע אידן, מען האט אפגעשטעלט די נסיעה און מען האט זיך אראפגעלייגט פאר דריי שעה, פון דריי אזייגער פארטאגס ביז זעקס אזייגער.
מען האט געדאווענט און זיך ארויסגעלאזט קיין קלויזנבורג, א וועג פון פיר שעה, אויפ'ן וועג האבן מיר געלערנט דעם דף גמרא. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אין אונז אזוי שטארק אריינגעבאקן מיר זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, אפילו מען איז אונטערוועגנס, צעבראכן און צעפארן, דאך איז מען נישט מוותר אויפ'ן בלאט גמרא.
וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערער ברודער, מיין הארץ איז פול מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן אז ער האט אויף מיר רחמנות געהאט, מיך מקרב געווען צום רבי'ן; וואו וואלט איך געווען, ווי אזוי וואלט איך אויסגעזען אן דעם רבינ'ס עצות, שכל און חיזוק? דאס האלט אונז ביים לעבן, דאס ברענגט אונז צום אייבערשטן. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען באנוצט זיך מיט די עצה פון התבודדות און תפלה – איז מען גאר גליקליך.
מיר קומען שוין אן אין קלויזנבורג עירפארט, מיר פארן פון דארט קיין ווארשא און פון דארט פארן מיר אהיים קיין ניו יארק; מיר וועלן אנקומען אם ירצה ה' מיטוואך נאכט.
מארגן וועט נישט זיין די וועכנטליכע שיעור, עס איז דא א חתונה אין ישיבה, די דרייסיגסטע חתונה אין ישיבה בחנם. דאס אלעס איז צו פארדאנקען מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אונז געלערנט מיר זאלן זיך נישט נאריש מאכן מיט טייערע שמחות; מיר זאלן חתונה מאכן די קינדער יונג אויפ'ן פשוט'ן וועג.
דעם שבת פרשת וישב, שבת מברכים חודש טבת, וועל איך זיין אין שטעטל. אויך די קומענדיגע וואך, שבת חנוכה, וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל, זיין מיט אנשי שלומינו.
איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.