בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - סדר הנסיעה קיין ארץ ישראל, פרשת ויחי תשפ"ו
התחזקות, קברי צדיקים, מוסדות, נסיעה, ישיבה, הדרכות, ארץ ישראל, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב זוכה געווען זיך אריבער צו כאפן פאר אפאר טעג קיין ארץ ישראל, זיך שטארקן מיט די חברים תלמידי היכל הקודש.


מיט מיר איז מיט געקומען האברך יעקב שאול נרו יאיר, אויך איז געפארן דער גבאי פון די ארץ ישראל'דיגע מוסדות, ר' אהרן וועבערמאן נרו יאיר, ער איז געפארן מוצאי שבת, א טאג פאראויס, אנצוגרייטן די מסיבה פאר אלע וואס העלפן די מוסדות.


מיר זענען ארויסגעפארן זונטאג נאכט, מעריב האב איך געדאווענט מיט די בחורים אין ישיבה, אויך האב איך נאך אנגעיאגט צו געבן א שיעור פאר די בחורים, מיר האבן געלערנט די מעשה ווי דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ב), אז די בת קיסר האט זיך גענייט מאנצבילשע קליידער וכו'; מיר האבן גערעדט פון די מעלה צו קענען זיין א משפיע, א מאן, נישט קיין מקבל, א פרוי; יעדע מאל מען קומט צווישן מענטשן זאל מען נישט ווארטן צו באקומען פון אנדערע – אויפמערקזאמקייט, נאר זיין א געבער, געבן פאר אנדערע גוטע ווערטער און געבן פאר אנדערע תשומת לב.


די טיקעטס האב איך געמאכט ביי אלי' קנאלל נרו יאיר, און ער האט מיך געטראגן צום עירפארט. אין עירפארט איז אלעס אריבער בשלום, אויך די וועג איז געווען זייער גרינג און געשמאק. יענקי האט מיט געברענגט קאווע מיט שאקאלאד, איך האב אביסל געשריבן בריוו, נאך א קורצע צייט האט מען געדאווענט שחרית און נאך א קורצע צייט מנחה.


מיר זענען אנגעקומען מאנטאג נאכט, מיר זענען גלייך געפארן קיין בני ברק צו די יארצייט סעודה פון מוהרנ"ת. שמעון עוזר פערל האט מיך אפגעווארט און גענומען קיין בני ברק, ער האט שוין חזקה אלע יארן מיך צו דרייווען. ער האט דאך אלעס אנגעהויבן; ביי אים אין שטוב האט מען געעפנט די ערשטע שול, ביי אים אין שטוב האט מען געעפנט די חדר, די סקול, און ביז היינט איז ביי אים אין שטוב די בית הדפוס. ער האט א קלענערע דירה ווי דיר, און ביי אים אין שטוב דרוקט מען אלעס, עס שטייט א גרויסע מאשין מיט צענדליגע קעסטלעך פאפיר, אזוי ווי ביי רבי נתן איז געווען אין שטוב א דפוס, און ער דרוקט פאר אלע מפיצים די וועכנטליכע גליונות און קונטרסים, עצתו אמונה.


דער גבאי פון די מוסדות ר' אהרן נרו יאיר האט אלעס צוגעגרייט, עס איז געווען זייער שיין און זייער פרייליך. מיר האבן גערעדט פון מוהרנ"ת, די סיפור התקרבות און נאך שיינע זאכן. אויך האט מען געפרעגט אפאר שאלות, איינע פון די שאלות איז געווען ווי אזוי קען מען האבן דא אין היכל הקודש א מורה דרך ווען מען קען נישט צוקומען און ווען מען פרעגט, מען שיקט שאלות - באקומט מען נישט קיין ענטפער; מיר האבן גערעדט אז אין די וועלט איז די שייכות פון א תלמיד מיט א רבי בעיקר אויף טעכנישע זאכן, אנדערש איז ביים רבי'ן וואס דער עיקר שייכות מיטן רבי'ן איז אויף עבודת השם, ווי מען קען זיך נאכאמאל באנייען, און ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו זיין א צדיק, און די סארט פראגעס דארף מען נישט קיין פערזענליכע תשובות, מען קען הערן די תשובות ביי די שיעורים און ביים לערנען די ספרים; עס איז כדאי אויסצוהערן דעם שמועס, אזוי וועסטו דאס קענען אריינלייגן אין דיינע תלמידים, ווייל דאס איז דער עיקר וואס מען דארף רעדן מיט תלמידים, זיי מחזק זיין זיי זאלן הערן שיעורים און לערנען די קונטרסים, און איך מוז דיר זאגן אז עס טוט מיר זייער וויי אז איך הער אז ענק האבן מבטל געווען די שיעור פון נאכמיטאג, די שיעור התחזקות, דאס איז דאך דער עיקר פון די ישיבה; אלע יארן איז געווען דער שיעור דער עיקר פון די ישיבה וואס מען האט געלייגט א שטארקע געוויכט אז אלע בחורים זאלן הערן די שיעור, ווייל נאר מיט חיזוק, נאר מיט די עצות פון רבי'ן - קען מען אנגיין, איז פארוואס האבן ענק מבטל געווען די שיעור? איך מוז דיר זאגן אז עס טוט מיר זייער וויי, איך שטרעג זיך אן צו געבן די שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג נאר ווייל איך ווייס אז ענק האלטן מיט די שיעור, איז פארוואס האבן ענק מבטל געווען די שיעור? דאס האט מיך געמאכט איך זאל נישט געבן קיין שיעור אין ישיבה נישט זונטאג און נישט מאנטאג, אפילו אין ארץ ישראל זיצט דער מגיד שיעור יעדן טאג מיט אלע בחורים און זיי האלטן מיט די שיעור פון א טאג צוריק, אלע זיצן, מען קען דעמאלט גורס זיין משניות גמרא וכו', אבער אלע מוזן זיצן און הערן די שיעור, ווייל דאס איז אזוי וויכטיג, די יראת שמים און די חיזוק.


נאכן מסיבה זענען אלע אריבער געבן שלום, נאכדעם האבן מיר געדאווענט מעריב. איך בין געבליבן נעכטיגן אין בני ברק אין שטוב פון ר' יואל לעווי דער גבאי אין בני ברק, ער האט אנגעגרייט א נאכטמאל, איך האב נישט געהאט חשק צו עסן, איך עס נישט געווענליך פלייש נאר שבת, אבער אז מען קומט צו איינעם אין שטוב און יענער גרייט אן - איז ריכטיג צו עסן, ווייזן אז מען האט הנאה וואס זיי האבן געמאכט.


איך האב געוואלט טרינקען קאווע, מיר איז וויכטיג קאווע אז ביום התענית זאל איך נישט באקומען קאפ וויי. איך האב אהיים גערופן, גערעדט מיט מיין ווייב, געליינט קריאת שמע און געבעטן ר' יואל זאל מיך וועקן פארן עלות.


פיר דרייסיג פארטאגס האב איך זיך אויפגעוועקט, איך האב געטרינקען קאווע און געלערנט אביסל משניות. אויך ר' יואל האט זיך אויפגעוועקט, מיר האבן אביסל געשמועסט ווי גליקליך מיר זענען אז מיר זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן אין חדר היכל הקודש. מיר זענען געגאנגען אין מקוה, משה רעכניצער האט אונז גענומען מיט זיין קאר צו די מקוה. עס איז נאך געווען פרי, זענען מיר געגאנגען אביסל לערנען אין חדר, דארט איז געקומען נאך אפאר מלמדים, אבא חייא, מען האט געשמועסט שיינע זאכן. לכתחילה האט מען אפגעשמועסט אז מען וועט מאכן דארט א מנין מיט די מלמדים איידער די קינדער קומען, שפעטער האב איך זיך געכאפט אז דאס איז נישט לכתחילה, צו מטלטל זיין א ספר תורה, זענען מיר געגאנגען דאווענען אין א שול נעבן דעם חדר, איך האב דארט עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל, ר' יואל לעווי האט מיר געקויפט די עליה, נאכן דאווענען בין איך געבליבן לערנען אביסל.


מיר זענען געווען באזוכן אין חדר אין בני ברק די דריי כיתות, ערשט די עלצטע כיתה פון ר' אבא חייא רייזמאן, די קינדער האבן געזינגען זייער שיין די "ואני – אין איך יעקב", יעצט איז ר' אבא חייא פארנומען מיט זיך פארהערן די הוראה, האט איבערגענומען דער זון פון ר' יואל לעווי, וואלווי, ער איז זייער א גוטער מלמד, אויך איז דארט נאכמיטאג דער מלמד חיים יאקאבאוויטש; אויך די מיטלסטע כיתה איז דער מלמד יודא דוד לעווי דער זון פון ר' יואל לעווי, זייער א גוטע מלמד, און די דריטע כיתה איז די יונגסטע כיתה, דער מלמד איז ר' ישראל סופר, זייער א גוטע מלמד.


ביי ענק אין שטעטל איז שוין היינט דא אלע כיתות, אבער דו געדענקסט אודאי ווי אזוי מיר האבן געעפנט די חדר מיט זיבעצן יאר צוריק, תש"ע, מיט דריי כיתות. דו ביסט אריינגעקומען אין די עלצטע כיתה, און אזוי האבן מיר געצויגן אסאך יארן ביז מען האט שוין היינט אלע כיתות. אזוי וועט זיין אויך אין ארץ ישראל, יעצט איז דא ווייניג קינדער, לערנען די קינדער פון אפאר יאר אינאיינעם, און שפעטער וועט זיין גענוג קינדער פאר אלע כיתות.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין יבנאל, איך האב געוואלט פארן פריוואט מיטן מנהל יצחק פאפנהיים, אזוי קענען מיר רעדן אלעס פון די מוסד, ער האט אזויפיל זאכן צו רעדן מיט מיר, זאכן וואס זאמלען זיך אן במשך די יאר, און טאקע אזוי, איך בין מיט אים געפארן פריוואט, און אויפן וועג האבן מיר גערעדט ווי אזוי צו מאכן שענער און בעסער די חדר און די סקול. מיר זענען אריבער געגאנגען אלע מלמדים און אלע טיטשערס, ברוך ה' אלע זענען זייער טייער, יעדער האט זיינע מעלות פאר די קינדער. אינמיטן וועג האב איך געטראכט אז איך בין שוין סיי ווי אין גליל, לאמיר זיך אריבערכאפן צו רבי שמעון און צו רבי מאיר מתפלל זיין פאר מיר און פאר אלע תלמידים; מיר האבן געטוישט די פלאן, מיר האבן געטראכט אז מיר וועלן גיין ערשט קיין מירון און נאכדעם קיין יבנאל און טבריה.


איך בין געגאנגען מתפלל זיין ביי קברי אבות, ביי מיין זיידע באבע, אויבן אויפן בארג אין מירון ליגן זיי, העכער די ציון פון קבר התנא אלוקי רבי יוחנן הסנדלר, אויך האב איך געדאווענט ביי רבי יוחנן הסנדלר, און אויך האב איך זיך מתבודד געווען און זיך מתבודד געווען ביי וכו', פון דארט זענען מיר געגאנגען צום הייליגן רבי שמעון. ערשט האבן מיר געדאווענט מנחה, מען האט געליינט. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז איך וויל עולה זיין, און דער וואס האט אויסגערופן האט מיר געגעבן אן עליה, נאכדעם האב איך געזאגט די תפילה פון ליקוטי תפילות פון "לכו חזו", איך האב דאס איבערגעזאגט דריי מאל, איך האב זייער געוויינט צו רבי שמעון זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך האב זייער ליב די תפילה ווי מוהרנ"ת דאווענט צום אייבערשטן ער זאל העלפן אז די צדיקים זאלן זיך וויסנדיג מאכן פון אונז און אונז נישט אוועק ווארפן; אוי איז דאס א וויכטיגע תפילה, ווייל מיר קענען נישט אליינס, מיר דארפן די צדיקים זאלן אונז מחזק זיין און מקרב זיין צום אייבערשטן.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין טבריה צום הייליגן רבי מאיר בעל הנס, דארט האב איך געטראפן אנשי שלומינו פון יבנאל, טבריה און פון בני ברק, איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים און זיך גוט מתבודד געווען, אויך האב איך געצינדן א לעכט מיט שמן זית לזכות התנא רבי מאיר. מוהרא"ש זאגט אין די בריוו אז דאס איז מסוגל פאר ישועות, איך האב באזונדער געבעטן פאר אלע תומכים וואס העלפן מיר חודש'ליך מיט געבן צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס פאר אונזערע מוסדות, זיי נעמען אראפ פון מיר די שווערע לאסט וואס איך טראג, די מוסדות אין ארץ ישראל קאסט חודש'ליך אכציג טויזנט דאלער; עס קומט אריין שכר לימוד בערך צען פופצן טויזנט און די איבריגע ליגט אויף מיר צו שאפן, און ברוך השם דער גבאי ר' אהרן וועבערמאן האט אויפגעשטעלט א קרן הצלה וואס ברענגט אריין חודש'ליך כמעט די גאנצע געלט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן זאל ערפילן אלעמענ'ס בקשות.


מיר האבן געדאווענט מעריב ביי רבי מאיר און פון דארט בין איך געפארן צום שטוב פון ר' יוסל סאקס דער גבאי און מלמד פון טבריה, ער האט צוגעשטעלט פיינע מזונות מיט פיינע קאווע, עס איז געווען זייער געשמאק, מען האט אביסל געשמועסט, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין יבנאל, נאר צוליב דעם בין איך געפארן קיין צפון, איך קען נישט קומען קיין ארץ ישראל אן גיין צו מיין רבי מוהרא"ש, איך האב געזאגט די צען קאפיטלעך תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב געבעטן פאר מיר, געבעטן פאר אנשי שלומינו און פאר די גאנצע קהילה.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין אלעד צום שטוב פון נח לוין, ער האט אנגעגרייט א סעודה פאר אלע תומכים פון 'קרן הצלה', די וואס שטיצן חודש'ליך די מוסד, דער גבאי ר' אהרן ווערבערמאן העלפט מיר זייער מיט די 'קרן', ער האט דאס אנגעגרייט.


ער האט אנגעגרייט א סעודה, ער האט געבעטן איך זאל זיך וואשן נטילת ידים, איך האב געזאגט אז אויב איינער וועט מאכן א סיום וועט עס זיין א סעודת מצוה וועל איך זיך וואשן. דארט איז געווען אנשי שלומינו וואס האבן גלייך געמאכט סיומים אויף בבלי און אויף משניות, עס איז געווען גאר א שיינע סעודה, עס האט זיך געצויגן אין די נאכט אריין, מען האט געשמועסט פון די מתנות וואס מען איז זוכה צו באקומען אין היכל הקודש, די חינוך ביי די קינדער און די שלום בית. איך האב אנגעהויבן רעדן צו אנשי שלומינו אז מען מוז זען עפעס צו טון פאר הפצה, מען זאל מאכן חבורות אין אלע שטעטלעך, צעטיילן די שטעט לויט וויפיל שולן עס איז דא, און יעדער אינגערמאן און בחור זאלן נעמען כך וכך שולן יעדן שבת צו לייגן גליונות, אבער דער גבאי ר' אהרן האט איבערגענומען די מייק און געזאגט אז ער האט א טענה, ער האט נישט געמאכט די מסיבה פאר הפצה, ער האט געמאכט די מסיבה פאר החזקת המוסדות, ער האט געבעטן מען זאל טוישן די שמועס, מען זאל רעדן פון די מוסד, ער האט געזאגט אז יעדע טאטע וואס האט עפעס צו דערציילן עפעס ספעציעל פון די מוסד זאל דערציילן; וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב זיך געווישט די טרערן, טאטעס האבן דערציילט פון די רחמנות ווי די מלמדים און די טיטשערס געבן זיך אפ מיט די קינדער, ווי זיי געבן אכטונג אויף די קינדער זיי זאלן נישט ווערן צעקלאפט און פארשעמט, איך האב געשלינגען יעדע מעשה מיט פארגעניגן.


אויך האט זיך איינער אויפגעשטעלט און דערציילט אז ער האט א ברודער וואס האט געלערנט פאריאר אין ישיבה ביי משה שמואל, און דער ברודער איז למעשה געגאנגען ארבעטן, און ער דערציילט אים אז דארט ביי די ארבעט איז דא נאך בחורים עלטער פון אים וואס רעדן געמיין, שמוציג, ניבול פה, און ער דערציילט דעם ברודער: "איך זאג זיי אז דא קען מען נישט רעדן ניבול פה און אלע פאלגן", אויך האט ער דערציילט אז דער ברודער דארף אויפשטיין גאר פרי צו קענען דאווענען און אנטון תפילין איידער ער גייט אין ארבעט, איך האב שטילערהייט געוויינט, ווייל איך געדענק ווי דער מגיד שיעור פלעגט מיר שרייבן כמעט יעדן טאג, (ער שרייבט מיר יעדן טאג אפאר שורות ראשי פרקים וואס גייט אריבער אויף אים אין ישיבה מיט די בחורים), אז ער ווייסט נישט וואס צו טון מיט דעם בחור, עס זעט נישט אויס ווי ער הערט אויס זיינע דרשות, און בכלל, ער זיצט נישט איין, ער גייט און קומט וכו' וכו', און איך פלעג אים מחזק זיין ער זאל ווייטער רעדן פון יראת שמים, ווייל עס איז נישט מעגליך עס זאל נישט אריינגיין אין  הארץ, שפעטער האב איך געזאגט פאר משה שמואל, וואלט ער געזיצן נעבן מיר וואלט איך אים געגעבן א ציפ ווען דער ברודער האט גערעדט, ער זאל געדענקען אויף ווייטער אז קיין איין ווארט גייט נישט לאיבוד, עס איז נאר קטנות הדעת וואס מגידי שיעורים, מחנכים און מלמדים גייען אריבער.


פון דארט זענען מיר געפארן מיט יצחק דער מנהל קיין ירושלים, איך האב געבעטן די גבאים זאלן נישט ארויסנעמען קיין דירה מיט קיין קאר פאר מיר, א שאד די געלט, איך וועל ענדערש איינשטיין ביי אנשי שלומינו. דער מגיד שיעור ר' משה שמואל האט מיך אריינגענומען אין שטוב, געמאכט הכנסת אורחים.


מיטוואך ויחי אינדערפרי בין איך געבליבן אין די דירה לערנען, איך האב געוואוסט אז איך וועל קומען אין שול ווארט מיר אפ ארבעט ביז שפעט ביינאכט און איך מוז אנהייבן מיין טאג מיט לערנען מיינע שיעורים, מוהרא"ש האט אזוי אריינגעלייגט אין אונז אז מען קען נישט אן די שיעורים כסדרן. איך בין געגאנגען אין מקוה, משה שמואל האט מיך באגלייט, נאכן מקוה זענען מיר געגאנגען אין שול דאווענען, ר' אהרן גאלדשטיין איז אין יאר, ער האט געדאווענט פארן עמוד שחרית. נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם דף גמרא, נאכן שיעור איז געווען שיינע שמועסן, קענסט עס הערן אויפן טעלעפאן ליין.


פון דארט זענען מיר געגאנגען קיין בית פיגא, עס איז אזוי שיין און ערליך, די מיידלעך, די לערערינס זענען זייער איידל און האבן גוטע מידות. אמאל איז דאס א סתירה, ווייל ווי מער פרום מען איז קען עס קומען פון שלעכטס, דא איז אבער נישט אזוי, זיי זענען אנגעפילט מיט גוטע מידות. עס זענען געווען תלמידות וואס האבן אנגעגרייט שאלות, איין פראגע פון א תלמידה האט מיך געשטערט, א תלמידה פרעגט וואס זי זאל טון ווען זי קומט מיט א נייע קלייד אדער נייע שיך, נייע צירונג - אין סקול, און קיינער זאגט איר גארנישט; איך האב געענטפערט וואס זי זאל טון, אבער איך האב א פראגע צו די טיטשערס, ווי קען זיין אזא זאך אז א קינד קומט מיט א נייע זאך אנגעטון און די טיטשערס מאכן נישט קיין עסק דערפון? מען דארף געדענקען צו געבן אויפמערקזאמקייט, מען דארף געדענקען צו געבן פאר די קינדער אטענשן, דארט רופט מען דאס תשומת לב, דאס איז אזוי וויכטיג און אזוי געזונט פאר קינדער, עס בויט אויף זייער זעל.


איך בין אביסל מרחיב ביי דעם פרט ווייל דו ביסט א מגיד שיעור, ביסט געשטעלט צו מחנך זיין קינדער און בחורים, דארפסטו וויסן אז געבן געפיל, געבן גוטע ווערטער - איז זייער זייער וויכטיג פאר קינדער און בחורים.


מיר זענען געפארן מיט די בחורים קיין קבר רחל, די בחורים האבן מיר געפרעגט אויפן וועג אויב דער ראש ישיבה איז סאטמער, ווייל ווי זיי ווייסן גייען נישט סאטמערע חסידים צו קבר רחל און קיין חברון צו די מערת המכפילה; איך האב זיי געזאגט אז איך בין א סאטמער תלמיד, און איך פלעג גיין מיט מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה צו קבר רחל, אזוי אויך בין איך געגאנגען מיט מיין זיידע קיין חברון צו די מערת המכפלה, מיין זיידע איז געווען א תלמיד פון הייליגן רבי'ן און ער איז יא געגענגען.


די פארגאנגענע וואך פרשת ויחי קומען אסאך תלמוד תורה'ס צו קבר רחל זינגען דארט די "ואני" וואס רעדט זיך פון די מאמע רחל, ווי זי וועט אויפשטיין פון קבר און וויינען און שרייען צום אייבערשטן פאר אידישע קינדער.


איך האב געדאווענט מנחה ביי קבר רחל און געזאגט א חלק פונעם יום תהלים און געמאכט אביסל התבודדות, איך האב זיך נישט געקענט מיישב זיין דארט ווייל אפאר מענטשן האבן דארט געזינגען און געשריגן און געמאכט א קאפ וויי.


פון דארט בין איך געפארן מיט די בחורים צום הר הזיתים צום ציון פון הייליגן אור החיים הקדוש, איך האב זיי געדארפט אביסל מוסר געבן אז זיי זאלן זיך אויפפירן מיט דרך ארץ, נישט רעדן און נישט לאכן, מען מוז זיך פירן ביי קברי צדיקים מיט גרויס יראה.


איך שרייב דיר דאס ווייל אז דו נעמסט אמאל די בחורים צו קברי צדיקים, אין מאנסי צום ריבניצער רבי'ס ציון, אדער קיין קרית יואל צום סאטמער רבי'ס ציון, זאלסטו זיי אנגרייטן ווי אזוי זיך אויפצופירן, נישט רעדן און נישט לאכן, עס איז נישט קיין פארק וואו מען טאנצט און מען שפרינגט, מען מוז קומען מיט גרויס דרך ארץ. אויך זענען מיר געגאנגען צום ציון פון רש"ש, איך האב נישט געזאגט דארט תהלים און זיך נישט פארזוימט דארט, ווייל עס איז געווען קאלט און טינקל און איך בין געווען זייער אפגעמאטערט.


פון דארט זענען מיר געפארן צו שמעון הצדיק, איך האב זייער הנאה געהאט צו פארן מיט די בחורים, זיצן מיט זיי אין איין באס, פון אונטן, אויסגעמישט מיט זיי, הערן זייערע שמועסן, זייערע ווערטלעך, איך האב געזען אז זיי זענען ערליך און וואויל, אלע רעדן איידל, אלע רעדן שיין.


פון דארט בין איך געגאנגען אין א דירה, איך האב געטראכט צו גיין שלאפן און איך האב שוין אפילו אפגעשמועסט מיטן מגיד שיעור זאל קומען פארטאגס מיך נעמען, איך האב געוואלט גיין מיט אים וכו', למעשה האב איך געדארפט זיצן מיט די הנהלת המוסד ווי אזוי אוועקצושטעלן די מוסדות, די געלט זאכן, עס האט זיך פארצויגן ביז איינס אזייגער ביינאכט, אויך איז געקומען א משפחה וואס די ווייב איז א לערערין אין ירושלים סקול, אפשערן אביסל האר, מאכן חאלאקא. די מיטונג מיט די חברי הנהלה האט זיך זייער געשלעפט, אבער איך קען זאגן בפה מלא אז עס איז מיר געווען ווערד צו קומען קיין ארץ ישראל נאר פאר די מיטונג, עס זאל זיין שלום צווישן אונז, עס זאל זיין מסודר ווי אזוי די מוסד זאל זיך פירן.


דאנערשטאג בין איך געגענגען מיטן מגיד שיעור, ער האט מיך באגלייט אין מקוה, שחרית האב איך געדאווענט אין אונזער שול, איך האב עולה געווען, און נאכן דאווענען האב איך געגעבן א גמרא שיעור. ר' אהרן שלעזינגער האט מיר געברענגט דעם דריטן באנד "ותחיין את הילדים", הערליך שיין, א הערליכע ארבעט, צאמגענומען עצות פאר חינוך, די ספר מאכט א דורכברוך אין די וועלט.


פון דארט בין איך ארויף אין חדר צו די עלצטע כיתה, דער מלמד איז ר' יוסף כ"ץ, די קינדער זענען זייער וואויל, זיי האבן געזינגען די צוויי "ואני'ס", אין בני ברק חדר האבן זיי נישט געוואוסט אז מען מאכט אן עסק פון ביידע "ואני'ס", איך האב זיי געזינגען אויף די צווייטע "ואני" נאך א פשט, די פשט וואס דער רבי זאגט אין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ט, "ואני", און איך יעקב, "נתתי לך שכם אחד אל אחיך", וואס מען איז זוכה דורך תפילה, צו ווערן בעל הבית אויף די דריי חלקים פון די וועלט, "ש'פל כ'וכב מ'זל" וואס איז די ראשי תיבות "שכ"ם", און אפילו מען איז נעבעך בשפל המדריגה, מען ליגט אין בלאטע, אין עבירות, אבער דורך תפילה קען מען זוכה זיין צו קומען פון ש'פל צו כ'וכב, ביז מען ווערט גאר ביי די מדריגה פון א מ'לאך, דאס איז "שכם", איך האב זיי דאס געזינגען זייער שיין, די קינדער האבן זייער הנאה געהאט.


אויפן וועג אהיים פון חדר בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין ר' משה כהנה, ער האט א זון אין ישיבה, ער דאווענט ביי אונז, זיין מאמע איז אוועק. איך האב מנחם געווען אויך זיין טאטע, דער גרויסע תלמיד חכם, הרב הצדיק רבי אייזיק כהנה שליט"א, א רב אין די עדה החרדית, און פון דארט בין איך געגענגען געבן א שיעור פאר די אברכים, דאס איז מיר געווען זייער חשוב, איך האב שוין געהאט געזאגט לאנג צוריק פאר ר' משה שמואל וואס ער לערנט די תלמידים די חתנים אין ישיבה, אז ווען איך וועל קומען קיין ארץ ישראל וויל איך לערנען מיט די פרישע אינגעלייט פריוואט, זיי לערנען ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז מדריך געווען צו לעבן א חתונה געהאטע לעבן, אן קיין חומרות און אן קיין פרישות.


נאכדעם זענען מיר געזיצן נאכאמאל מיט די גבאי המוסדות ר' אהרן וועבערמאן מיט די הנהלה, אויסארבעטן ווי אזוי צו פירן די מוסד; איך רעד נישט די וועג פון חינוך, מיר האבן גערעדט ווי אזוי די געלט, די פאנדרעיזינג זאל ארבעטן, איך האב זיי געזאגט כמה פעמים אז די הצלחה פון א מוסד איז נישט די געלט, דער הייליגער סאטמער רבי האט געזאגט: "א מוסד פארמאכט זיך נישט אז עס פעלט געלט, א מוסד פארמאכט זיך אז מען קריגט זיך", און אז מיר וועלן לעבן מיט ליבשאפט וועלן מיר זייער מצליח זיין. אזוי ווי א שטוב, טאטע מאמע קענען לעבן און ערציען די קינדער אן געלט, מען בארגט און מען זארגט וכו', אבער אויב מען האט זיך נישט ליב, מען באשולדיגט זיך איינער דעם צווייטן - איז א רחמנות אויף די קינדער; עס איז מיר ווערד געווען אוועק צו געבן שעות אויף שעות עס זאל זיין אוועקגעשטעלט ריכטיג צווישן די חברי הנהלה ווי אזוי אלעס זאל זיך פירן.


אויך בין איך געזיצן פאר א שעה און א האלב מיט אלע לערערינס פון אלע בית פיגא'ס, איך מיטן מנהל זענען געזיצן אויף איין זייט, און פון די אנדערע זייט זענען געזיצן די לערערינס, מען האט גערעדט פון שאלות וואס לערערינס דארפן וויסן (איך האף צו קענען שרייבן שיינע תשובות אויף אלע שאלות).


נאכדעם זענען מיר געזיצן פאר א שעה און א האלב מיט אלע מלמדים פון אלע חדרים; ירושלים, טבריה און בני ברק. ערשט האט מען געדאווענט מנחה מעריב אין די דירה, מען האט געשמועסט אלעס וואס איז נוגע פאר חדר. אברהם רוטמאן איז געקומען מיט זיין משפחה, ער האט געמאכט א חאלאקע, איך האב אפגעשוירן אביסל האר פון זיין זון און אים געבענטשט, איך האב הכרת הטוב פאר אים פאר אלעס וואס ער טוט פאר מיר און פאר די מוסד.


פון דארט בין איך געפארן אין שול געבן די ליל שישי שיעור, עס איז געווען אביסל שווער פארן עולם ווייל עס האט גערעגנט, די שול איז געווען אנגעפאקט, און די מענטשן פון גאס וואס זענען געשטאנען אינדרויסן זענען געווארן נאס.


ביים שיעור האבן מיר גערעדט פון די ערשטע רש"י, "למה פרשה זו סתומה", פארוואס איז פרשת ויחי פארשטאפט? מיר האבן גערעדט אז דאס וואס מען זעט ביי זיך 'פרשת סתומה', מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין לעבן, דאס קומט פון יעקב אבינו ווערט נפטר, מען לעבט נישט מיטן צדיק; און איך בעט דיר אלס מגיד שיעור, דאס זאלסטו רעדן צו דיינע תלמידים, אז מען מוז לעבן מיט א צדיק, און מען דארף האבן א מורה דרך אין לעבן, רעד צו זיי שיין און זיס, זיי זאלן בוחר זיין בטוב.


אויך האב מיר גערעדט פון דעם וואס יעקב אבינו האט גענומען יוסף'ס קינדער און זיי ארומגענומען, געקישט און געהאלזדט, ווייל נאר אזוי קען מען מאכן די דורות זאלן זיך ווייטער ציען, מיט ליבשאפט, און נאר אזוי קען א מגיד שיעור מצליח זיין, אז מען רעדט מיט ליבשאפט, נאר אז מען האט ליב די קינדער.


נאכן שיעור בין איך צוגעגאנגען צו א בר מצווה פון א משפחה וואס ביי זיי פלעג איך אמאל איינשטיין ווען איך פלעג קומען אין ארץ ישראל, גאר א חשוב'ע משפחה, סיי דער טאטע און סיי די מאמע, א ברסלב'ע משפחה, משפחת בורנשטיין. ביי זיי אין שטוב האט זיך אלעס אנגעפאנגען, ביי זיי אין שטוב איז געווען די ערשטע שיעור וואס איך האב געגעבן אין ירושלים, איך האב געגעבן דעם בחור א מתנה א אידישע אשר בנחל.


פון דארט בין איך געפארן מיט שמעון עוזר צום עירפארט, אויפן וועג אהיים איז געווען זייער שווער צו פארן, עס איז געגאנגען א גאס רעגן, מען האט ממש נישט געקענט זען וואו מען פארט.


אויפן וועג בין איך געשלאפן די גאנצע וועג, פרייטאג פארטאגס זענען מיר אנגעקומען בשלום אהיים.


שמעון פיש האט מיך אפגעווארט און גענומען אהיים, שבת בין איך געווען אין ישיבה, עס איז געווען שיינע דיבורים אין ישיבה.


אויך נעכטן זונטאג בין איך געפארן קיין קווינס געבן א שיעור פאר א ספרדי'שע קהלה, זיי זענען מיר געקומען בעטן אז זיי ווילן הערן דעם רבינ'ס עצות ווי מען געבן דאס איבער אין היכל הקודש, איך בין געגאנגען צו זיי. איך האב זייער הנאה געהאט, טייערע ליכטיגע ספרדי'שע אידן אנגעפילט מיט תמימות, הלואי זאלן מיר האבן אזא תמימות און אזא אמונת חכמים.


איך שרייב דיר נאכאמאל אז עס טוט מיר זייער וויי אז ענק האבן מבטל געווען די שיעור, דאס איז דאך דער עיקר פון די ישיבה, אז די בחורים זאלן מקבל זיין די פאר יאר וואס זיי זענען אין ישיבה וואס מיר האבן איבערצוגעבן פון וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש; איך וויל דו זאלסט עס צוריק מאכן.


איך וויל זאלסט רעדן מיט משה שמואל, ומקבלין דין מן דין; ווייל וואס איך רעדט מיט אים איז נוגע פאר דיר און וואס איך זאג דיר איז נוגע פאר אים, איך וויל ענק זאלן קענען אריינלייגן דאס מערסטע אין די תלמידים.


איך מוז אהיים לויפן, זיי געזונט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.