בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עטליכע כללים וואס צו טון אין צייט פון מלחמה
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות, הפצה, שיעורים כסדרן, נייעס, תיקון חצות, אחדות, מלחמה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בראשית, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ברידער אין ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


הדבר הראשון שטארקט אייך מיט אמונה, חזר'ט אייך 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער איז אין יעדע ארט, אלעס איז ער און קיין שום זאך קען פאסירן נאר וואס דער אייבערשטער מאכט'; מיט אמונה וועט איר זיך קענען האלטן רואיג.


געבט דאס איבער פאר אייערע קינדער. רעדט נישט מיט די קינדער קיין נייעס, רעדט מיט די קינדער אמונה, און ווען מען זעט און מען הערט די עראפלאנען זיך דרייען העכער די קעפ מיט שרעק, און ווען מען הערט ווי עס צופייפן זיך די פייפערס אז עס קומט עפעס וואס מען דארף זיך היטן - זאלט איר נישט לויפן מיט קיין בהלה, נאר טון וואס מען האט צו טון - זיך צו היטן און היטן די קינדער, און מיט א שמייכל, מיט שמחה - זאגן פאר די קינדער: "קיינער קען אונז נישט טון קיין שלעכטס, און קיינער קען אונז נישט טון קיין גוטס, דער אייבערשטער - ער איז מיט אונז".


הדבר השני, מיינע טייערע ברידער - הערט נישט קיין נייעס. דאס ביסל וואס איר דארפט וויסן אין א צייט פון מלחמה - זאלט איר הערן, אבער נישט זיצן אויף די נייעס, ווייל די נייעס איז ערגער פון די צרה אליינס, די נייעס נעמט אוועק די מוט, עס ווארפט אריין אין פחדים און שרעק השם ישמרינו. נישט קוקן קיין נייעס און זיכער נישט די בילדער און ווידיאוס פון רציחה; דאס איז נישט פאר א איד צו קוקן, דאס שאדט פארן נפש, עס שאדט פאר די הארץ; קוקן די ווידיאוס און קליפס - שעדיגט דאס איידעלע אידישע נפש, ודי למבין.


הדבר השלישי, יעדער איינער זאל זיך שטארקן מיט זיינע שיעורים כסדרן, מוסיף זיין נאך שיעורים. זיך מאכן א שיעור לערנען יעדן טאג חומש רש"י איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך א שיעור אין משניות, גורס זיין פרקים משניות, אחד המרבה ואחד הממעיט, ובלבד שיכוון לבו לשמים, אפילו בלי הבנה כלל, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שאין צריכין בלימוד רק האמירה לבד, לומר הדברים כסדר וממילא יבין", מען דארף זאגן די ווערטער און ביים סוף וועט מען פארשטיין. אויך זאל מען זיך מאכן א שיעור אין גמרא, די הייליגע גמרא - דאס פארברענט אלע קליפות ומשחיתים, דאס היט דעם מענטש, 'נישטא אזא הייליגע זאך ווי א בלאט גמרא'; מאכט זיך שיעורים אין רבינ'ס ספרים.


הדבר הרביעי, זאלט איר אלע זאגן יעדע נאכט תיקון חצות און זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן פאר אידישע קינדער. רעדן גוטס אויף אידישע קינדער, און אויך אויף די וואס ווייסן נישט פון תורה ומצוות. מוהרא"ש זאגט, מען לייגט זיך היינטיגע טעג שפעט, זאל מען זאגן איידער מען גייט שלאפן נאך קריאת שמע שעל המיטה - תיקון חצות; עס נעמט נישט לאנג, עס איז אפאר קאפיטלעך תהילים מיט א שטיקל קינות, א שאד נישט צו זאגן און בעטן פאר גלות השכינה, פאר חילול שמו הגדול ותורתו הקדושה, דא האט איר די פאר קאפיטלעך פון חצות:


(קאפיטל קלז): "על נהרות בבל", (קאפיטל עט): "מזמור לאסף", נאכדעם די שטיקל פון איכה (קאפיטל ה): "זכור ה' מה היה לנו, הביטה וראה את חרפתינו", און די פסוקים פון נ"ך: "הבט משמים וראה", און נאכדעם תיקון לאה. עס נעמט נישט לאנג, עס איז נאך אפאר קאפיטלעך תהילים, (קאפיטל כד): "לדוד מזמור, לה' הארץ", (קאפיטל מב): "למנצח משכיל לבני קרח", (קאפיטל מג): "שפטני אלקים", (קאפיטל כ): "למנצח יענך", (קאפיטל סז): "למנצח בנגינות", (קאפיטל קיא): "הללויה אודה", (קאפיטל נא): "למנצח בבוא אליו נתן הנביא", (קאפיטל קכו): "שיר המעלות".


ועל כולם זיך מוחל זיין איינער מיטן צווייטן, נישט האלטן קיין פיינטשאפט איינער צום צווייטן. יעצט ווען אידישע קינדער זענען אין אן עת צרה, די פעלקער ווילן אונז אלע טון שלעכטס - דארפן מיר זיך האלטן באחדות.


אויך זאלט איר טראכטן 'ווי וואלט איך אויסגעזען אנעם רבי'ן אין אזא צייט? וואו וואלט איך געהאט חיזוק?' דארף דאס געבן כח פאר אלעמען עוסק זיין מער אין הפצה. שעמט אייך נישט און פוילט אייך נישט צו עוסק זיין אין פארשפרייטן די עצות און חיזוק פון רבי'ן, יעצט נעמען אלע, אפילו די וואס א גאנץ יאר זאגן זיי 'מיר האבן פון אונזער רבי, מיר דארפן נישט פון ענקער רבי'. יעצט איז א צייט וואס אלע רבי'ס באהאלטן זיך, קיינער רעדט נישט, קיינער ווייסט נישט וואס צו זאגן, יעצט דארפן אלע די רבי פון אלע רבי'ס, דער הייליגער רבי, דער ברסלב'ער רבי, רבינו נחמן בן פיגא - זאל אונז טרייסטן, אזוי ווי די תורה זאגט די וואך (בראשית ה, כט): "זֶה 'יְנַחֲמֵנוּ' מִמַּעֲשֵׂנוּ וּמֵעִצְּבוֹן יָדֵינוּ", דער רבי טרייסט אונז פון עצבות און פון אלע שלעכטס.


מיינט נישט אז מיר זענען אין אמעריקע, מיר זענען מסודר, מיר ווייסן נישט וואס גייט אריבער; מיר זענען גוט צעבראכן, מיר זענען ברידער, פון אינמיטן אונזערע הקפות וואס מיר האבן געהערט אז שפכו דמים כמים סביבות ירושלים - זענען מיר אזוי צעקלאפט און צעשוידערט, מיר דאווענען, מיר זענען מתפלל אז משיח זאל שוין קומען, עס זאל נישט זיין מער קיין מלחמות און אלע אידן זאלן זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


דער שלטון המינות איז צעזעצט געווארן, אלע וואס האבן געזינגען 'מיר האבן א מיליטער, מיר האבן געווער' - זענען מיט די צינג אינדרויסן (איך רעד נישט פון די תינוקות שנשבו, איך רעד פון די פרומע נאכשלעפער וואס פאר אביסל געלט זיצן זיי אין די כנסת המינים ה' ישמרינו), נישטא קיין מיליטער, נישטא קיין געווער, דאס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, אזוי ווי דער נביא זאגט (זכרי' ד, ו): "לֹא בְחַיִל וְלֹא בְכֹחַ, כִּי אִם בְּרוּחִי, אָמַר ה' צְבָקוֹת".


חזר'ט די פאר כללים וואס איך בעט ענק, וועט ענק גוט זיין בזה ובבא.


א גוט שבת.