בעזרת ה' יתברך
ליל שישי פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע תלמידים און חברים וואס וואוינען אין ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש, חסידי ברסלב, ה' עליהם יחיו
יעצט ביים שרייבן דעם בריוו זיץ איך אין שטוב מיט אינטערווינעס, איך היס זייער שטארק שוין איבער צוויי וואכן. דער דאקטער זאגט ער זעט גארנישט, אבער איך שטיק זיך ממש, איך פארליר מיין אטעם.
דער אייבערשטער האט צוגעפירט אז איך האב די וואך געהאט א חתונה פון א תלמיד הישיבה, וואס זיין טאטע איז אן הצלה מאן. ער האט משמש געווען מוהרא"ש פונעם הארץ אטאקע ביזן הסתלקות, די לעצטע פינף יאר. ער האט געהערט ווי איך היס, האט ער מיר געזאגט אז ער וועט מיר ברענגען א מעדעצין וואס וועט מיר היילן און געבן כח.
איך האב געבעטן דעם הצלה מאן ער זאל מיך שטעכן אין די לינקע האנט, אזוי וועל איך ענק קענען שרייבן אפאר ווערטער לכבוד שבת קודש; איך דארף זיצן פאר אפאר שעה, ווי לאנג די מעדעצין גייט אריין.
די וואך האבן מיר אין די פרשה שטארקע חיזוק, מען זעט אז אלעס איז דער אייבערשטער; קינדער קומט פונעם אייבערשטן, אפילו מען קען נישט האבן בדרך הטבע קיין קינדער - דאך קען דער אייבערשטער אלעס מאכן. מען קען געווינען א מלחמה מיט די שטערקסטע קעניגן; אברהם אבינו, איינער אליינס - האט זיי מנצח געווען מיט אמונה, דאס לערנט אונז מיר זאלן לעבן מיט אמונה, וועט מען אלעס מנצח זיין.
יעצט איז ביי ענק צעטומלט מיט די בחירות, וויל איך ענק בעטן, מאכט אייך נישט נאריש, לויפט נישט נאך די פארטייען, הערט נישט קיין נייעס, עס וועט אייך גארנישט בעסער מאכן אויב דער געווינט און אויב יענער געווינט, די אלע וואס שרייען "מען מוז שטומען פאר דעם, ווייל דער זאגט צו אז ער גייט מאכן גוט וכו' וכו'", דאס איז אלעס שקר וכזב, אלעס איז נאר געלט און כבוד, מיר האבן נישט קיין שייכות מיט די ערב רב, מיר דארפן גיין פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן, די זיסע געשמאקע עצות וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט.
איך בעט באזונדער אלע בחורים, קומט נישט קיין אמעריקע, בלייבט ענדערש אין ארץ ישראל - דארט מפיץ זיין די גליונות, ספרים און קונטרסים.
אויך האבן מיר געעפנט א ישיבה קטנה אין ירושלים מיט א גוטע מגיד שיעור, ער האט זייער אסאך מקבל געווען פון מיר, ער האט גאר אסאך וואס צו געבן פאר די בחורים.
אויך די אינגעלייט וואס ווילן בלייבן אין היכל הקודש זאלן וויסן אז עס איז דא צוויי גוטע זאכן וואס אויב מען טוט דאס - בלייבט מען מקושר צום רבי'ן. איינס איז דער סדר דרך הלימוד, יעדער איינער לפי בחינתו דארף לערנען יעדן איינציגסטן טאג חומש מיט'ן תרגום, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער. אויך משניות; פון איין פרק - ביז וויפיל מען קען, יעדער לפי בחינתו. און זיכער דעם בלאט גמרא, דאס האלט דעם מענטש געבינדן צום רבי'ן.
די צווייטע זאך איז: זיין א מפיץ; עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם רבי'ן פאר אנדערע, יעדער לפי כוחו ולפי בחינתו, נאר אזוי קען מען בלייבן ביים רבי'ן, אז מען איז א געבער, א משפיע. מוהרא"ש זאגט, עס איז דא אן הלכה אין הלכות מליחה, אויב מען זאלצט אסאך פלייש אינאיינעם - איז אלעס כשר, אבער אויב ליגן שטיקלעך פלייש וואס זענען שוין געווען פון פריער געזאלצן - אינאיינעם מיט פלייש וואס מען זאלצט יעצט - גייט אריין די בלוט פון די שטיקלעך אין די געזאלצענע שטיקלעך, ווייל זאלץ טוט צוויי פעולות, סיי עס שלעפט ארויס די בלוט, און סיי עס לייגט אריין די בלוט, מה שאין כן אויב אלע שטיקלעך זענען געזאלצן, וויבאלד אלע שטיקלעך ארבעטן אויף ארויסצוגעבן די אייגענע בלוט, נעמט עס נישט אריין קיין פרעמדע בלוט; די זעלבע זאך איז, ווי לאנג א מענטש איז טרוד למפלט, ער איז משפיע, ער שפייט אויס, ער איז משפיע דעם רבינ'ס עצות - לא בלע, נעמט ער נישט אריין אין זיך אנדערע נארישקייטן.
ביי אונז אין אמעריקע מאכט מען אויך משוגע מיט די וואלן, יעדער שרייט מען זאל שטומען פאר דעם אדער פאר יענעם, און מען פארגעסט פונעם אייבערשטן. מיר האבן איין עצה פאר גזירת החינוך: "תפילה און נאכאמאל תפילה", איין עצה צו קענען לעבן, נאר אז מען האלט זיך ביים רבי'ן; מען לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, וואס האלט אין איין דערמאנען אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט; גיי צו אים, רעד צו אים, ווענד זיך צו אים.
יעדע פאר יאר קומט מען מיט נייע מעשיות, 'די וועלט איז אין א סכנה, מען מוז שטומען פאר דעם, פאר יענעם', ווען מען קוקט צוריק איז אלעס נאריש; דער אייבערשטער פירט די וועלט, און וואויל איז דעם וואס נוצט אויס זיינע טעג און יארן מיט תורה ותפילה, ער לערנט זיינע שיעורים און דאווענט די דריי תפילות צום אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד יעדן טאג, ער איז מכבד די ווייב און רעדט שיין צו יעדן איינעם; דאס איז נצחיות, דאס בלייבט.
ביז דערווייל זיץ איך דא, איך ווארט די מעדעצין זאל זיך ענדיגן, איך זאל קענען גיין געבן די שיעור פאר די אינגעלייט.
איך קען נישט יעצט קומען קיין ארץ ישראל, איך שפיר זיך ברוך ה' גוט, אבער נישט אויף צו פארן.
היינט האב איך געדארפט גיין אין שטעטל, אין תלמוד תורה און מיידל שולע; איך בין געבליבן אין ישיבה מיט די בחורים.
א גוט שבת.