בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מאך שיינע שבת'דיגע סעודות מיט דיין משפחה; די איין מאל א וואך וואס דער טאטע זיצט מיט די קינדער, דארף מען אויסניצן די צייט פאר חינוך הבנים והבנות, רעדן מיט זיי, שמועסן מיט זיי, אריינלייגן אין זיי מידות טובות ויראת שמים.
געב זיך אכטונג פון וואס דער הייליגער רבי רעדט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן א), פון קנאת המלאכים; ביי די שבת'דיגע סעודות איז דא א שטארקע קנאה פון די מלאכים, זיי זענען זייער מקנא אונזערע שיינע סעודות, פרובירן זיי אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין כעס און אין מחלוקות, און פון דעם ווערט קריגערייען ביי די שבת'דיגע סעודות, פון די קנאה פון די מלאכים וואס פארגינען נישט דעם מענטש זיין דביקות צום אייבערשטן.
ליבער ברודער געב זיך זייער אכטונג נישט צו ווערן בכעס, פארמאך זיך דיינע אויגן מיט ביטול צום אייבערשטן, זינג די זמירות מיט א בענקעניש צום אייבערשטן, פארגעס פון אלצדינג, פארגעס פון אלעס ארום דיר, וועסטו זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט זיין ביי דיין שבת טיש.
רעד צו דיינע קינדער פון קדושת הברית, עס ליגט א חוב אויף עלטערן צו רעדן צו די קינדער זיי זאלן חס ושלום נישט אריינפאלן אין די הענט פון מניוולים, מען ווייסט גארנישט וואס טוט זיך; עס איז נישט שייך נאכצוגיין די קינדער פיר און צוואנציג שעה, וואס יא? מען דארף רעדן מיט זיי, זיי זאגן זיי זאלן וויסן פון קדושת הברית, נישט אנרירן דעם אות ברית קודש און נישט קוקן אויפן אות ברית קודש, און אויב חס ושלום א פרעמדער וויל אנרירן אדער הייסט אים אנרירן ביי אים - זאל ער אנטלויפן און נישט מורא האבן צו דערציילן, וועט אים גוט זיין. עס איז שווער צו רעדן פון די זאך, אבער אז מען רעדט נישט און די קינדער פאלן א קרבן פאר א מניוול - ווילסטו נישט טראכטן ווי שווער עס וועט זיין.
מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, איך וויל דיר שרייבן פון די הנהגות ביי אנשי שלומינו:
ערב ראש השנה פירט מען זיך צו געבן פדיון נפש, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ריד), "ערב ראש השנה איז גוט צו מאכן פדיון נפש", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקלט): "טוב מאד ליתן בכל עת על פדיונות לצדיקים", עס איז זייער גוט צו מאכן שטענדיג א פדיון, "ואפילו שלא בעת צרה חס ושלום", אפילו מען האט נישט עפעס א ספעציעלע צרה, מען זעט גרויסע ישועות, און דער רבי האט געזאגט אז די אונגארישע אידן געבן אסאך פדיונות פאר צדיקים, דעריבער זעען זיי שטענדיג ניסים, זיי זעען ישועות.
א גוט שבת, א גוט געבענטשט יאר.