בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - סדר הנסיעה אומאן ראש השנה תשפ"ה
תפילה והתבודדות, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, חסידות ברסלב, נסיעה, אומאן, ראש השנה, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, משמש דעם רבי'ן, מנהגים, דן לכף זכות, פדיון נפש, מוהרנ"ת ז"ל, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין נעכטן נאכט צוריק געקומען פון הייליגן רבינ'ס ראש השנה, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי שיין אונזער יום טוב איז געווען; די דאווענען, די שמחה, די אחדות, די הייליגע אטמאספער, די שמחות און די בכיות; ווען די אנשי המלך טרעפן זיך אינאיינעם, דאס קען מען נישט אראפשרייבן, דאס דארף מען אליין מיטהאלטן.


עס האט מיר זייער וויי געטון אז איך האב דיך נישט געזען, איך ווייס נישט אויב דו ביסט געווען אין אומאן נאר ביסט נישט געקומען ביי אונז אין היכל הקודש, אדער בכלל נישט געקומען; איך קען נישט פארשטיין, וואס איז דא מורא צו האבן צו רעדן אין שטוב פון רבי'ן? וואס הייסט די ווייב זאגט 'רעד נישט פון רבי'ן'? וואס הייסט די ווייב זאגט 'רעד נישט צו די קינדער פון ברסלב'? שלום בית מיינט נישט אז וואס די ווייב זאגט –טוט מען, דאס מיינט זיין א שמאטע, דאס האט גארנישט מיט שלום בית, אז די ווייב זאגט 'רעד נישט פון ברסלב' - זאגט מען פאר די ווייב: "מיין טייערע ווייב, איך האב דיך זייער ליב, און פארוואס זאלסטו מיר זאגן איך זאל נישט רעדן פון רבי'ן? איך וויל יא רעדן פון רבי'ן און איך וויל יא זאגן פאר די קינדער אז עס איז דא א רבי וואס קען יעדן העלפן און קען יעדן איינעם מתקן זיין, א רבי וואס האט אזעלכע גוטע עצות פאר יעדע פרט אין לעבן".


עס איז דא א טעות ביי אנשי שלומינו וואס עס מיינט שלום בית, נאכדעם וואס מוהרא"ש האט אזויפיל גערעדט צו אונז פון שלום בית, פון זיך נישט טענה'ען, פון נישט וויי טון די ווייב, איז געווארן א טעות אז מען האט מורא פון די ווייב, מען לאזט זיך טרעטן, מען באהאלט זיך; נישט דאס האט מוהרא"ש געמיינט, אויסדריקליך נישט דאס, מוהרא"ש זאגט מען טאר נישט וויי טון די ווייב, דאס מיינט אז מען טאר נישט רעדן צו איר נישט שיין, מען טאר נישט גיין פארברענגען מיט חברים און איר לאזן אליין אין שטוב, מען טאר נישט טשעפען, אבער אז זי וויל נישט איר מאן זאל גיין דאווענען אין ברסלב ווייל זי האט געהערט לשון הרע אויפן הייליגן רבי'ן, און זי וויל נישט מען זאל הערן שיעורים וואס געבן לעבן און ברענגען נענטער צום אייבערשטן - דארף מען נישט טון וואס זי זאגט, מען דארף רעדן און רעדן מיט איר שיינערהייט, ווארעם און הארציג: "מיין טייערע ווייב איך האב דיך ליב, און איך גיי צום רבי'ן ווייל דער רבי געבט מיר לעבן, און איך וויל דו זאלסט מסכים זיין צו שיקן די קינדער אין חדר און אין בית פיגא וואס גרייט אן וואס לעבן איז, א פלאץ וואס מען לייגט נישט אריין די קינדער אין א פאלשע לעבן פון געפעלן פאר אנדערע, מען לערנט מיט די קינדער די אמונה, אזוי הייליג און אזוי געזונט".


איך וויל דיר שרייבן ממש אויפן שפיץ גאפל פון אונזער נסיעה צום הייליגן רבי'ן.


די יאר בין איך געפארן פון פאר שבת, ווייל עס איז מיר זייער שווער אנצוקומען אין אומאן אן איבערנעכטיגן איין נאכט פאר ליל זכור ברית, ווייל פון ליל זכור ברית הויבט זיך אן ביי מיר א שווערע עבודה פון אויפנעמען מענטשן און דאווענען, תקיעות און געבן דרשות וכו' וכו', און היות די נסיעה איז גאר לאנג, מען דארף פארן צו אן אנדערע מדינה און נאכדעם זיך שלעפן צענדליגער שעות - בין איך געפארן פריער.


איך בין ארויסגעפארן דאנערשטאג פרשת נצבים וילך פארנאכטס, איך מיט מיינע קינדער נחמן נתן, יצחק דוד, הערשל און יוסף, מיט נאך אפאר אינגעלייט וואס גרייטן אן די סעודות מיט די בנין פאר אנשי שלומינו אין אומאן; העניך אינדיג, יחזקאל סאמעט, שלמה יאקאבאוויטש, מושי איינהארן, לייבי אפפעל, אברהם אליהו פרידריך מיט נאך צוויי דריי בחורים.


די וועג איז געווען מיט גרויסע חסדים, און מיר זענען אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי אין ווארשע, מיר האבן געדאווענט שחרית אין עירפארט, און פון דארט זענען מיר געפארן אפאר שעה מיט א באס קיין ליזענסק, מיר זענען אנגעקומען פרייטאג נאכמיטאג אין ליזענסק.


מיר זענען געגאנגען אין מקוה און זיך געגרייט אויף שבת, פרייטאג צו נאכטס האבן מיר געדאווענט מנחה און קבלת שבת ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו. איידער איך בין ארויסגעפארן בין איך זיך געגאנגען געזעגענען ביי מיין טאטן קארלסבורגער רב שליט"א, איך האב אים געפרעגט אויב מען קען דאווענען שבת ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אויב עס איז בבחינת מירון און אומאן וואס מען גייט אויך שבת צום ציון, האט ער מיר געזאגט: "אודאי", ער האט מיר דערציילט מעשה רַב, פון מיין זיידע רבי יחזקאל רוטה זכותו יגן עלינו, אז ער האט אזוי געטון; ער איז געווען שבת פרה אין ליזענסק, א וואך פאר ער איז נסתלק געווארן, און ער האט געדאווענט ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו מנחה און קבלת שבת און געטאנצן דארט לכה דודי, אזוי ווי אין מירון, אויף דעם סמך האבן מיר אויך אזוי געטון; געדאווענט ביים ציון און געטאנצן לכה דודי מיט גרויס שמחה, עס איז געווען אזוי ליכטיג, מען האט געשפירט אזוי גליקליך אז אפילו מיר זענען ווי אזוי מיר זענען, ווי סאך מיר דארפן נאך פאררעכטן אונזער לעבן, אבער בכח הצדיקים וועלן מיר נישט פארפאלן גיין, איך קען דיר נישט מסביר זיין די געפילן וואס מען האט דארט געשפירט.


מיר האבן זיך זייער מחזק געווען אז בזכות הצדיקים וועט עפעס בלייבן פון אונז. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקצד), עס איז געווען א צדיק וואס איז געווען ביי זיך זייער צעבראכן, ער האט אלץ געטראכט אז ער וועט נישט האבן קיין תיקון, ער האט געטראכט אז ער איז פון די כיתה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יז.): "יורדין לגיהנם", מען וועט זיי לייגן אין גיהנום, "ונידונין בה י"ב חודש", פאר צוועלף חדשים, "לאחר י"ב חודש", און נאך צוועלף חדשים, "גופן כלה", וועט די קערפער ווערן אויס, "ונשמתן נשרפת", און מען וועט פארברענען זייער נשמה, "ורוח מפזרתן", און עס וועט קומען א ווינט און אויסשפרייטן די אש "תחת כפות רגלי צדיקים", אינטער די פיס פון די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג, כא): "ועסותם רשעים כי יהיו אפר תחת כפות רגליכם", די אש וועט גיין אונטער די פיס פון די צדיקים; האט דער צדיק זיך זייער מחי' געווען, אז כאטשיג וועט די אש פון זיין קערפער זיין אין גן עדן אונטער די פיס פון צדיקים, דער צדיק האט געזאגט: "נישט - וועט שוין נישט זיין פון מיר", עפעס וועט יא איבערבלייבן.


דער רבי האט דאס דערציילט פאר רבי נתן אים צו לערנען אז אפילו די גרויסע צדיקים זענען ביי זיך אויך זייער צעבראכן און זיי דארפן זיך זייער מחזק זיין, און זיך זייער שטארקן, און רבי נתן פירט אויס (שם): "וְהַנִּרְאֶה מִדְּבָרָיו", ווי עס זעט מיר אויס, "שֶׁכַּמָּה וְכַמָּה פְּעָמִים הֶחֱיָה עַצְמוֹ בָּזֶה", אז דער הייליגער רבי האט זיך אליין מחזק געווען מיט דעם, "וְנִתְרַצָּה גַּם לָזֶה", און ער איז געווען גרייט אפילו אויף דעם, "שֶׁאֲפִילּוּ אִם חַס וְשָׁלוֹם יִהְיֶה כָּךְ", אז אפילו עס וועט גארנישט בלייבן פון אים, "הוּא מְרֻצֶּה לַעֲסֹק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בַּמֶּה שֶׁיּוּכַל", איז ער ווייטער גרייט צו בלייבן דינען דעם אייבערשטן מיט וואס ער וועט נאר קענען, "לַחֲטֹף כָּל יְמֵי חַיָּיו", אריינכאפן גוטע זאכן ווי לאנג ער לעבט, "וַה' הַטּוֹב יַעֲשֶׂה עִמּוֹ מַה שֶּׁיַּעֲשֶׂה כִּרְצוֹנוֹ הַטּוֹב", און אז דער אייבערשטער וועט וועלן מאכן מיט אים וואס ער וועט וועלן - איז ער גרייט; ווייל נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו בלייבן שטארק אין עבודת השם, אויב מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון די ווילן פונעם אייבערשטן.


אין אנהויב ביים אנקומען צום ציון אין ליזענסק בין איך געווען פארהאקט און פארמאכט, איך האב קוים געקענט עפענען מיין מויל ארויס זאגן א ווארט, איך האב געבעטן איין זאך: "באשעפער מאך מיך פרייליך, באשעפער מאך מיך פרייליך", ביז בחמלת השם אינמיטן דאווענען איז געווארן אזוי ליכטיג, איך בין געווארן זייער פרייליך.


די סעודות האבן מיר געגעסן באזונדער, די עסן איז געווען מיט די הכשר פון כדתיא, עס איז געווען זייער שיין צוגעשטעלט, מיר האבן נישט געמאכט קיין לאנגע סעודה, מיר זענען געווען אפגעמאטערט פון די וועג.


שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען אין מקוה און געלערנט מיינע שיעורים פאר אפאר שעה, אויך די אנדערע חברים האבן געלערנט יעדער איינער די שיעורים כסדרן; חומש, משניות, גמרא, תיקנים וכו', עס איז אזוי שיין צו זען ווי יעדער איינער פון אנשי שלומינו האט זיך א זעקל ספרים, יעדער איינער איז זיך מחי' מיט זיינע אוצרות. מיר האבן געדאווענט אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען, מיר האבן געהאט אונזער ספר תורה, די ערשטע ספר תורה וואס איך האב געקויפט פאר די קהילה פאר פופצן יאר צוריק.


שבת נאכמיטאג האב איך געווארט ביז מען וועט עפענען די ציון, דער גבאי אין ליזענסק פארשפארט יעדן שבת פון פארטאגס ביז פינף אזייגער דעם בית החיים, ווייל עס קומען צו פארן טוריסטן, אידישע אפשטאמיגע צום בית החיים, און עס איז חילול שבת, דעריבער פארמאכט ער דעם בית החיים. איך האב געלערנט ביים פענסטער פון מיין שטוב און געקוקט יעדע פאר מינוט ווען דער גבאי וועט עפענען דעם בית החיים, און ווען איך האב אים געזען עפענען די בית החיים בין איך נאכאמאל אריבער צום ציון הקדוש, איך האב מתפלל געווען, געזאגט תהילים און זיך אביסל מתבודד געווען.


מיר האבן געדאווענט מנחה אין די דירה, געגעסן שלש סעודות, געדאווענט מעריב און געמאכט הבדלה. מוצאי שבת זענען מיר ארויסגעפארן די לאנגע נסיעה מיט א באס פאר לאנגע לאנגע שעות, די נסיעה איז געווען א שווערע נסיעה, ביים גרעניץ האט מען אונז אויפגעהאלטן פאר צוויי שעה, מיר האבן זיך געוואשן צו מלוה מלכה און געזינגן זמירות.


מיר האבן זייער געוואלט אנקומען אין מעזיבוז ביים הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו נאך פארן עלות השחר זאגן סליחות, און ווען מיר האבן געזען אז מיר וועלן אנקומען נאכן עלות - האבן מיר געזאגט סליחות אויפן באס, איך האב געהאט א שטארקע התעוררות ביי סליחות, ווי מיר בעטן זיך ביים אייבערשטן זאל אונז געבן א גוט יאר און אונז נישט משפט'ן לויט אונזערע מעשים.


א האזינו


מיר זענען אנגעקומען אין מעזיבוז אביסל פארן נץ החמה, מיר האבן זיך גלייך געשטעלט דאווענען שחרית, א טייל פון אונזער חבורה זענען קודם געגאנגען אין מקוה, איך בין גלייך געגאנגען דאווענען ותיקין, נאכן דאווענען האב איך מעביר סדרה געווען, נאכדעם בין איך געגאנגען צום ציון פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. עס איז געווען דארט אסאך מענטשן, איינער האט דארט אנגעצינדן הויך אויף זיין טעלעפאן שיינע ווארעמע הארציגע מוזיק, די הארציגע ווארעמע ניגון וואס מען פירט די צדיקים אין 'גן עדן', עס איז דא א יש אומרים אז דער הייליגער בעל שם טוב האט געמאכט דעם ניגון, די ניגון האט מיר צעריסן דאס הארץ, איך האב זיך געקענט גוט אויסוויינען ביים צדיק, מאכן וידוי דברים, און בעטן פאר מיר און פאר אידישע קינדער.


אן א שיעור בחורים זענען צוגעקומען אין מעזיבוז זיך באדאנקען פאר די שיעורים און ספרים וואס געבט זיי חיות און לעבן, אויך איז א בחור צוגעקומען צו מיר פרעגן אן עצה וואס צו טון, ער פלעגט זיך מחי' זיין מיטן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), ער האט געהערט די שיעורים און זיך גענומען לערנען משניות פאר א לאנגע צייט, ער האט געשפירט אזא זיסקייט אין לעבן, און במשך די גאנצע צייט איז ער געווען ריין פון עבירות, ביז זיין ראש ישיבה האט אים געגעבן צו פארשטיין אז די זקנים אין ברסלב זאגן אז דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך, און זאגן משניות, זאגן גמרא - איז נאר פאר שוואכע, עס איז נאר א בדיעבד, "ביז איך האב אפגעלאזט דעם דרך הלימוד און יעצט איז מיר אלעס פארלאשן, איך פאל און פאל..." איך האב אים געזאגט: "גיי צוריק צו דיין משפיע און זאג אים 'שכוח פארן מיר אפשניידן מיין חיות, שכוח פארן מיר צונעמען מיין לעבן'".


איך בין געווארן זייער צעקאכט הערנדיג דאס, איך האב זיך פארגענומען דארט אז איך וועל מער רעדן קעגן די לצים, די זקנים. איך האב זיך דערמאנט וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געזאגט: "אויב דו וועסט נישט רעדן קעגן די לצים - וועט דיין ארבעט זיין אומזיסט, דו וועסט רעדן הונדערט דרשות פון דרך הלימוד, און עס וועט קומען איין לץ, איין פארעך און געבן איין מאך מיט די האנט א תנועה פון ביטול, און געבן א לאך, און די תלמידים וועלן אלעס אפלאזן".


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ברסלב צום הייליגן רבי נתן, דארט האב איך זיך אויך געקענט גוט אויסוויינען. איך האב געבעטן דארט אז איך וויל זוכה זיין צו זען נאר גוטס ביי יעדן איינעם, נישט זען גארנישט קיין שלעכטס. איך האב געזאגט פאר רבי נתן: "דו האסט אונז אנטפלעקט די סוד אז אויב מען זעט עפעס שלעכטס ביי אנדערע איז דאס די אייגענע חסרון, אז מען זעט שלעכטס איז א סימן אז מען האט נישט געהאט קיין התבודדות, אדער ווייניג התבודדות", אויך האב איך געבעטן רבי נתן זאל זיין פאר מיר א מליץ יושר, ווייל רבי נתן האט געזאגט אז ער וויל ליגן ביים טיר פון בית החיים, אז אלע נפטרים וואס מען וועט ברענגען צום בית החיים זאל מען אריבער פירן זיין קבר און ער וועט זיי דן זיין לכף זכות און זיין א מילץ יושר פאר זיי, האב איך געבעטן דארט: "זיי פאר מיר אויך א מליץ יושר, און פאר אלע אידן".


ביי רבי נתן איז גאר אנדערש, ווייל רבי נתן האט געהאט א הארץ פאר יעדן איד, ער האט געזאגט: "איך קען מלמד זכות זיין אויף יעדן איד", רבי נתן האט פארשטאנען אלעמען און געהאט א הארץ פאר אלעמען, דארט ביי זיין ציון ווען מען מאכט השתטחות קען מען זיך גוט אויסבעטן און אויסוויינען.


ווען מיר זענען אנגעקומען אין אומאן האט מען אונז געהייסן אויספאקן אלע פעקלעך, דער עולם איז שוין געווען אזוי אויסגעמאטערט, מען האט זיך אין אנהויב אנגעהויבן קריגן מיט די פאליציי אז מיר גייען נישט אראפנעמען די פעקלעך, אבער נאך א שטיק צייט האט מען געזען אז עס איז נישטא קיין ברירה און אויסגעמוטשעטערהייט האט יעדער אראפגעשלעפט די זעק און פעק און אריבער די מאשינען זיך בודק זיין און מען איז אריבער, און מיט שמחה איז מען אנגעקומען, מען האט געזינגען: "אומאן אומאן ראש השנה, אשרינו מה טוב חלקינו".


נאכן פארן לאנגע שעות האבן זיך אלע אינגעלייט גענומען צו די ארבעט מיט אזא געטריישאפט; מן הבוקר עד הערב, אין א הייסע קאך, ווערנדיג אנגעגאסן און אנגעשמירט מיט די עסן, אן ווערן באצאלט, נאר מיט איין כוונה 'העלפן אנגרייטן די בנין פאר די הונדערטער אידן וואס קומען צום רבי'ן, צוריק טון פאר די קהילה וואס האט געגעבן לעבן'.


ישראל פוקס האט אונז אפגעווארט מיט פיינע עסן, מיט א גוטע פרישטאג און מיט א גוטע נאכטמאל, ער האט אונז זייער געהאלפן מיט די הכשר, ער איז געווען אונזער משגיח אין קאך.


ב האזינו


מאנטאג אינדערפרי בין איך געפארן מיט העניך צום באנק ערלעדיגן פאפירן אז דער בנין אין אומאן זאל זיין לעגאל, איך האב מיט גענומען א קליינע ספר תיקונים, און במשך וואס מען האט דארט געדארפט ווארטן האב איך אריינגעכאפט אסאך בלעטער תיקונים, איך האב זיך מחי' געווען מיטן סדר דרך הלימוד. איך האב געטראכט 'וויי פאר די וואס ווייסן נישט פונעם סדר דרך הלימוד, וואס טוען זיי ווען מען דארף זיצן שעות אין אפיס און ווארטן וכו' וכו'? אזויפיל טייערע צייט ווערט פארברענט, און ווען מען ווייסט פון רבינ'ס דרך הלימוד, פון רבינ'ס וועג, לערנען אפילו אן פארשטיין, אפילו נאר זאגן די ווערטער - קען מען אזויפיל אריינכאפן, אזויפיל זיך איינקויפן גוטס בזה העולם'.


אויפן וועג צוריק פון באנק בין איך געגאנגען צום ציון, מען האט נישט אריינגעלאזט נאר ווער עס צאלט שטייער, איך האב געצאלט די פערציג דאלער און אריין צום ציון מיט אזא שמחה. אלע יארן ווען איך קום צום רבינ'ס ציון הויב איך אן גלייך זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, אבער וואס געשעט, נאך צוויי דריי קאפיטלעך עפנט זיך אויף מיין הארץ און איך הויב אן רעדן, זיך מתוודה זיין און זיך גוט אויסוויינען, און נאכדעם דארף איך נאכאמאל אנהויבן זאגן די תיקון הכללי. די יאר האב איך געטראכט אז איך הויב בכלל נישט אן זאגן די תיקון הכללי, ערשט וועל איך נעמען שלום ביים רבי'ן און דערציילן אלעס וואס ליגט אויפן הארץ און זיך מתוודה זיין, און נאכדעם וועל איך זאגן די צען קאפיטלעך תהילים.


איך האב זיך אויסגעוויינט און אויסגעשמועסט אלעס וואס ליגט מיר אויפן הארץ, איך האב געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות, און נאכדעם האב איך זוכה געווען צו קומען נאנט צום קבר און זאגן דארט די צען קאפיטלעך תהילים מיט די תפילה פון רבי נתן, אויך האב איך געזאגט דעם יום תהילים.


איך האב אהיים שפאצירט און זיך ווייטער מתבודד געווען, עס איז דאך אזוי מחי'דיג ווען מען קען גיין א שפאציר און רעדן צום אייבערשטן, דאס איז דאך די ברכה וואס דער אייבערשטער געבט (רש"י ויקרא כו, יב): "אֶטַיֵיל עִמָּכֶם בְּגַן עֵדֶן", איך וועל שפאצירן מיט ענק אין גן עדן, דאס איז ווען מען שפאצירט און מען איז זיך מתבודד; דאס איז טעם עולם הבא, טעם גן עדן, דאס איז וואס די צדיקים זענען זוכה אין גן עדן, ונהנים מזיו השכינה.


ג האזינו


דינסטאג פארטאגס זענען שוין אנגעקומען רוב עולם, מען האט זיך אזוי געפרייט איינער צום צווייטן, די שמחות איז געווען אין לשער. איך בין צוריק געפארן נאכאמאל צום באנק ערלעדיגן אז דער בנין זאל זיין לעגאל, זיי האבן געדארפט נאך פאפירן, און ברוך ה' מען האט עס געקענט ערלעדיגן.


אויפן וועג אהיים פון באנק האב איך געבעטן דעם דרייווער ער זאל מיך אראפלייגן ביים גאס שלום עליכם, איך בין צוגעגאנגען צום ציון זיך נאכאמאל מתוודה געווען, נאכאמאל אריינגעכאפט א תיקון הכללי, מיט התבודדות, מיט דעם יום תהילים. אויך האב איך זיך פארגעקוקט צוויי בלאט גמרא, און צוריק שפאצירט צום בנין.


אויפן וועג אהיים האב איך געטראכט 'וואס טו איך אויב ווילדע הינט וועלן קומען?' איך האב זיך גלייך דערמאנט פון רבינ'ס ווערטער, דער רבי זאגט (ספר המדות אות דרך, סימן י): "כְּשֶׁתִּשָּׂא אֶצְלְךָ אֲבָנִים הַנִּמְצָאִים עַל פְּנֵי הַשָּׂדֶה", אז דו וועסט מיט נעמען שטיינדלעך פון פעלד, "תִּנָּצֵל מֵחַיּוֹת רָעוֹת", וועסטו ווערן געראטעוועט פון די ווילדע חיות; איך האב אויפגעהויבן אפאר קליינע שטיינדלעך, און אזוי איז טאקע געווען, עס זענען געקומען צו לויפן ווילדע הינט, האב איך געווארפן פון די שטיינער אויף זיי, זענען זיי אלע אנטלאפן; שפעטער איז געקומען א יונגער שגץ און געווארפן אין מיין ריכטונג א שטיין, ברוך השם עס איז נישט געפאלן אויף מיר.


פאר מנחה מעריב האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא און אביסל געשמועסט פון דאס גרויסקייט פון קומען צום רבי'ן ראש השנה, און ווי אזוי מען זאל אויסניצן די טעג אין אומאן און נישט ווארטן אויף געפילן וכו', נאר טון בתמימות ופשיטות.


מיר האבן געהאט א וַואך נאכט, דער מדפיס, און גבאי פון ירושלים שמעון עוזר נרו יאיר האט געהאט א קינד און ער איז געקומען צו פארן צום רבי'ן, ער האט געמאכט א שליח הגאון רבי משה בראנדסרפער שליט"א זאל מאכן דעם ברית. פאר מענטשן איז דאס א מאדנע זאך אז מען פארט אוועק פון א ברית פון א קינד, מען מאכט א שליח, אבער אז מען טראכט אריין, אלע וואס נעמען א מוהל און מאכן נישט אליין די מילה, מאכן זיי א שליח דעם מוהל, און אז מען דארף זיך אליין מל'ען, אזוי ווי עס שטייט (דברים י, טז): "וּמַלְתֶּם אֵת עָרְלַת לְבַבְכֶם", איז דאך "הוא קודם".


ליל זכור ברית


ביי חצות הלילה האבן מיר געזאגט סליחות. אברהם הערש דער גבאי פון שטעטל קרית ברסלב ליבערטי האט פארגעזאגט סליחות, ער דאווענט זיס און ווארעם, נאך סליחות האבן מיר געמאכט פדיון נפש.


איך וויל אנדערש מאכן פון די קומענדיגע יאר שנת תשפ"ו הבא עלינו לטובה, מען זאל זאגן סליחות ערב ראש השנה פארטאגס, נישט ביי חצות, מכמה טעמים. קומענדיגע יאר ווען די עלות השחר אין אומאן וועט זיין האלב זעקס - וועלן מיר זאגן סליחות האלב פינף, און נאכדעם דאווענען שחרית ותיקין, און נאכדעם מאכן פדיון נפש.


ערב ראש השנה


נאך שחרית האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא און עס איז ווייטער געווען פדיון נפש. אזוי זאגט דאך דער רבי (שיחות הר"ן, סימן ריד) אז ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון.


עס איז געווען חדר פאר אלע קינדער, די געטרייע מלמדים האבן געדאווענט און געלערנט מיט די קינדער און זיי גענומען צום ציון, איך האב גערעדט צו די קינדער אפאר ווערטער איידער זיי זענען געגאנגען צום ציון, איך האב זיי דערציילט ווען דער רבי איז געווען אין אומאן האט ער געהערט ווי מען שרייט אויפן בית החיים ביי די קברים פון די עלטערן וכו', איינמאל האט דער רבי געהערט ווי א פרוי שרייט ביי דעם קבר פון איר טאטע, זי האט געשריגן: "טאטע! טאטע!" מיט א וויינעדיגע קול, האט דער רבי געזאגט פאר זיין טאכטער (שיחות הר"ן, סימן קנו): "דו הערסט ווי די פרוי וויינט אזוי שטארק, אבער קיינער הערט איר נישט אויס, ווייל איר טאטע איז בכלל נישט דא, אבער ווען מען קומט צו א קבר פון א צדיק איז נישט אזוי, דער צדיק איז יא דארט און הערט זיך צו, ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון די וועלט איז אזוי ווי איינער גייט ארויס פון איין שטוב צום צווייטן שטוב", און דער רבי האט ווייטער געזאגט: "פינקט אזוי ווי ווען איך גיי אריין אין א צווייטע שטוב און דו וועסט שרייען 'טאטע' וועל איך דיך זיכער הערן, אזוי וועט זיין ווען איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, אז דו וועסט קומען צו מיין קבר און דו וועסט שרייען 'טאטע', וועל איך דיך הערן און איך וועל דיר העלפן".


ראש השנה


די לעצטע תפילה פונעם פארגאנגענעם יאר, תפילת מנחה - בין איך געווען דער בעל תפילה, און צו מערב איז אברהם הערש צוגעגאנגען. ער האט זייער הארציג געדאווענט, אויך די תפילה פון 'אחות קטנה' האט ער געזאגט מיטן נוסח ווי מען פלעגט זאגן ביי מוהרא"ש, זייער א הארציגע נוסח, עס האט מיר אזוי צעריסן דאס הארץ, איך האב קוים געקענט זאגן די ווערטער פון זיך שטיקן מיט געוויין.


נאכן דאווענען האבן מיר זיך געווינטשן לשנה טובה מיט אזא ליבשאפט, מיט די גאנצע הארץ. מען האט געזען וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך; דאס קען מען זען ראש השנה ביים קיבוץ, די ליבשאפט צווישן אנשי שלומינו, יעדער מיט אזא ליבשאפט צום צווייטן.


מען האט נישט געמאכט קיין לאנגע סעדות, מען איז געגאנגען שלאפן פרי צו קענען אויפשטיין פארטאגס. ביידע טעג ראש השנה זענען מיר אויפגעשטאנען פיר דרייסיג, געלאפן אין מקוה און געלערנט שיעורים כסדרן, נאכדעם האבן מיר געלערנט א בלאט גמרא אינאיינעם, און אום זעקס אזייגער זענען מיר געגאנגען צום ציון, אפאר הונדערט אידן איינאיינעם, געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען.


די תפילות זענען געווען זייער הארציג, זייער שיין. ביי תקיעת שופר האבן מיר גערעדט אז מען זאל זיך נישט האלטן קליין און טראכטן 'וואס וועט שוין אויסמאכן מיינע תפילות? וואס וועט שוין אויפטון מיינע ווערטער?' ענדערש זאל מען זיך האלטן קליין ווען עס קומט צו בויען א הויז, דארט זאל מען טראכטן 'וואס מען איך דען ווערד צו בויען אזוי שיין? מאכן אלע מאדערנע זאכן, וואס פעלט עס אויס? איך בין דאך אן איש פשוט, איך ווייס גארנישט, איך בין דען ווערד?' און אויך ווען מען קויפט א קאר און מען קען קויפן א קאר פאר דרייסיג טויזנט אדער זעכציג זיבעציג טויזנט, און דער מוכר רעדט איין מען זאל נעמען די טייערע און באצאלן צוביסליך פאר זעקס זיבן יאר, דעמאלט זאל מען טראכטן 'בין איך דען ווערד? איך בין דאך א חוטא ופושע', נישט ווען עס קומט צו דאווענען און צו בעטן דעם אייבערשטן פאר זיך און פאר כלל ישראל, דארט טאר מען נישט זיין קיין עניו.


עס איז געווען א גרויסע התעוררות ביי תקיעת שופר, מען האט געשפירט ווי אלע אנשי שלומינו טוען תשובה, אלע זענען זיך מקבל צו זיין גוט. אויך האב מיר דערמאנט מען זאל ארויסנעמען די פיינטשאפט פון הארץ.


תשליך זענען מיר געגאנגען אינאיינעם א וועג פון צוואנציג מינוט, מען האט געטאנצן נאך תשליך "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", די שמחה איז געווען זייער גרויס.


מנחה האט אברהם הערש געדאווענט, און צווישן מנחה מעריב האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון קומען צום רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען", און (שם, סימן תצא): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה הוּא בְּוַדַּאי אֵין צָרִיךְ לְהִתְעַנּוֹת כְּלָל", ווער עס האט זוכה געווען צו זיין ביי מיר ראש השנה דארף נישט פאסטן מער, "מֵאַחַר שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת אֶצְלִי עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל ער איז געווען ביי מיר ראש השנה.


מיר האבן געדערט פון טון וואס דער רבי וויל, פון זיך מתבודד זיין יעדן טאג אפילו פאר אפאר מינוט, ווייל נאר דאס קען העלפן; אנשטאט גיין צו דעם און צו יענעם - זאל מען זיך ווענדן צום אייבערשטן, זיך אויסשמועסן דאס הארץ אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, דערציילן ווי שטארק מען וויל זיין גוט און ווי דער יצר הרע לאזט נישט אפ, און ווארפט אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, און נאר דורך התבודדות, נאר דורך שרייען צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך: "טאטע העלף מיר, טאטע ראטעווע מיר" - קען מען זיך אויפהייבן און נישט אפלאזן.


מערבית האט אברהם הערש געדאווענט.


צווייטע טאג ראש השנה


אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען פארקילט, איך האב נישט געהאט קיין קול, איך האב געזאגט פאר אברהם הערש דער גבאי אין שטעטל ער זאל זיך גרייטן צו דאווענען, אבער אנשי שלומינו האבן דאס געהערט האבן זיי געבעטן דעם אייבערשטן, און וואונדער האט פאסירט, אינמיטן פסוקי דזמרא פרעגט מיר אברהם הערש וואס איז געבליבן, זאג איך אים: "איך מיין א נס האט פאסירט, די קול איז צוריק געקומען".


די יאר האט מען צוגעלייגט אסאך זאכן אינעם בנין, מער באקוועם געמאכט. העניך נרו יאיר האט זייער שווער געארבעט אז אלעס זאל זיין גוט און באקוועם, מען האט געענדיגט די מקוה, און מען האט געענדיגט נאך א שטאק.


אויך האט מען געבויט א גרויסע שאטער וואו צו עסן, עס האט צוגעגעבן הרחבת הדעת. די גבאים פון די רענט קאמפיין האבן דאס צוגעשטעלט, זיי גייען צאמנעמען פון אנשי שלומינו די געלט פאר דעם.


מנחה האט געדאווענט הרב רבי דניאל בוים שליט"א, ער איז געקומען מיט א חבורה תלמידים צו הערן די שיעור. ביים שיעור האבן מיר גערעדט פון זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, און אז מיר זענען געקומען צום רבי'ן דארף מען טון וואס דער רבי לערנט אונז; צו זיין פרייליך אז מיר זענען אידן און מיט די מצוות. עס זענען געקומען מיט רבי דניאל מענטשן וואס האבן נישט פארשטאנען אידיש, האב איך אביסל גערעדט אין לשון הקודש.


שבת שובה


קבלת שבת האט געדאווענט מרדכי היימליך, ביי באו בשלום האט מען געטאנצן און געפאטשט מיט א שטארקע שמחה. די סעודות זענען געווען זייער געשמאק, די עסן האט געהאט אלע טעמים.


די יאר האט מען צעטיילט די ארבעט, מען האט אראפגענומען ארבעט פון העניך מיט יחזקאל סאמעט, זיי צוויי זענען מער ווייניגער ממונה איבער אלעם, און אונטער זיי זענען אריינגעקומען א גאנצע שטאב געטרייע אינגעלייט, אהרן שלמה שווארץ מיט יודי פריינד, מיט נאך אינגעלייט און בחורים, זיי האבן אויסגעטיילט די עסן.


לייבי ליבערמאן האט צוגעשטעט די קאווע, נח הערש מיט נאך חברים האבן אפגערוימט די סעודות, יואל משה האט גערייניגט פארנט פונעם בנין, אפרים שמעון האט מסדר געווען די מקוה, און צוויי חשוב'ע בחורים מלמדים, מרדכי איידליס און שלום אלי' פעלבערבוים האבן גערייניגט די אריינגאנג צום בית המדרש. אברמי פיש מיט נאך אפאר געטרייע אינגעלייט און בחורים האבן גערייניגט און צוגעגרייט די בית המדרש. נחמן נתן קרויס האט פארקויפט די זיצן, און שלמה יאקאבאוויטש מיט אברהם אליהו פרידריך האבן געקאכט אין איין קאך די פליישיגע עסן, און מען האט געבויט די יאר נאך א קאך פאר די פארעווע עסן, דארט האבן געקאכט מושי איינהארן מיט לייבי אפפעל און נאך בחורים און חתנים. נישטא אינעם בנין קיין איין באצאלטע ארבעטער, אלעס ארבעט פארן רבי'ן מיט די גאנצע הארץ. אויך די בעל תפילה און בעל תוקע דאווענען און בלאזן נאר צו באצאלן פארן רבי'ן פארן געבן אזעלכע עצות, שכל און חיזוק פארן לעבן.


נאך די סעודה האבן מיר געזינגען זמירות שבת אינעם נייעם שאטער, לכתחילה האט געהייסן עס וועט זיין א באטע מיט א דרשה, אבער איך האב נישט געהאט קיין קול, זענען מיר געבליבן זינגען אלע זמירות ביי די סעודה.


אויך איז פארגעקומען א שלום זכור ביי האברך הלל ווייס, ער מיט זיין טאטע און שווער, אלע זענען געקומען קיין אומאן, און ער האט געשטעלט א שליח אונזער מוהל רבי אהרן פון מאנרא צו מאכן די ברית.


שבת אינדערפרי


איך האב נישט געהאט קיין כח צו גיין צום ציון, איך בין געווען שטארק פארקילט, איך האב געטרינקען טיי מיט האניג. צוביסליך האב איך געקענט רעדן מיטן קול, איך האב געקענט פארלערנען דעם בלאט גמרא. נאכן פארלערנען האבן בחורים און אינגעלייט געמאכט זייערע סיומים, מען האט אויסגעלייגט די מתנות וואס אנשי שלומינו ברענגען צום רבי'ן, אויך קינדער האבן מסיים געווען.


שחרית האט געדאווענט דער מגיד שיעור פון ירושלים משה שמואל, מוסף האט געדאווענט איינער פון די נייע גבאים פון אונזער מאנסי שול. מיר האבן אויפגענומען נייע גבאים, ווייל אלע גבאים פון מאנסי האבן זיך אוועקגעצויגן קיין שטעטל, קיין ליבערטי.


נאכן דאווענען האבן מיר פארגעלערנט סיפורי מעשיות, די מעשה פונעם חכם און תם און מחזק געווען די אינגעלייט אויף שלום בית; מען זאל נישט לעבן מיט קיין חומרות, און מען זאל געבן גוטע ווערטער, און נישט מיינען אז אויב מען איז ארויס פון שטוב איז מען מער חשוב.


נאך די סעודה בין איך געגאנגען צום ציון מיט מיינע קינדער, מיר האבן געזאגט די תיקון הכללי, אויך האב איך געזאגט דעם יום תהילים און זיך מתבודד געווען, און זיך געזעגנט מיטן רבי'ן מיט גרויס בענקעניש.


אויפן וועג צום ציון און אויף צוריק איז געווען שיינע שיחות מיט אנשי שלומינו, פאריאר האט דער גבאי פון בני ברק, דער וואס שרייבט אפ די וועכנטליכע ליל שישי שיעורים - אפגעשריבן אלע שיינע שמועסן פון די וועג וואס מיר שפאצירן צום און פון ציון, איך האף די יאר וועט ער דאס אויך אפשרייבן.


שלש סעודות


מנחה האט געדאווענט דער גבאי פון בני ברק יואל לעווי נרו יאיר. שלש סעודות האבן מיר גערעדט פונעם זיסן דרך הלימוד, עס זענען ארויפגעקומען קינדער און בחורים וואס האבן מסיים געווען - איינער ש"ס, א צווייטער חצי ש"ס, א דריטער משניות, און אזוי ווייטער.


מיר האבן גערעדט איבער די סכנה פון רעדן מיט פרומע לצים, די וואס זעען אויס עובד'יש, די וואס רעדן בשם זקנים, אז דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך. איך האב זיך געבעטן ביי אנשי שלומינו: "זייט נישט קיין אויבער חכמים, רעדט נישט מיט קיין לצים, עס זאל ענק נישט אינטערעסירן וואס די זקנים זאגן, דא ביי אונזער מנין, ביי אונזער בנין, זענען געווען פאריאר אינגעלייט וואס האבן געלעבט מיט די עצות, שכל און התחזקות פון רבי'ן, און די יאר זעט מען זיי נישט צוליב וואס זיי האבן יא געדערט מיט פרומע לצים".


דיר בעט איך אויך, פריש זיך אויף און דריי זיך נאר מיט תלמידי היכל הקודש וואס האבן תמימות, נעם זיך חברים וואס האבן תמימות, וואס די שיחות פון רבי'ן איז זיי אינטערעסאנט, וואס די ווערטער פון מוהרא"ש לעבט זיי אויף, חברים וואס דערציילן מעשיות פון תפילה, חברים וואס לערנען יעדן טאג חומש, משניות, גמרא, הלכה, תהילים, דעם רבינ'ס ספרים, ועוד ועוד, חברים וואס לערנען אשר בנחל, וואס האבן חיות פון אשר בנחל, און דיין ווייב זאלסטו מכבד זיין, אבער נישט מורא האבן, און ווייטער מאכן חבורות ביי דיר אין שטוב פון אנשי שלומינו, און מאך דיין ווייב פאר א חסידות'טע, ווייל עס איז דא א דיבור פון הייליגן רבי'ן: "איך וויל ענק זאלן מאכן ענקערע ווייבער חסידות'טעס"; ווייל אויב די ווייב ווערט צוגעצויגן צום רבינ'ס דיבורים קען מען אסאך פארדינען.


מוצאי שבת גלייך נאך הבדלה האב איך זיך געוואשן מלוה מלכה און זיך איינגעפאקט, און מיר זענען געפארן צום באן. די יאר זענען מיר געפארן מיטן באן פון אומאן גלייך קיין פוילן, קיין פשעמישל. די באן האט געהאט בעטן, מען האט זיך געקענט אראפלייגן און זיך אויסרוען. די וועג איז פאר מיר געווען די גרינגסטע וועג, גרינגער ווי פארן מיט א באס, מיט א קאר; ווייל ווי באקוועם קען זיין דאס פארן איבער צען שעה זיצנדיג? זאל זיין די קאר, די ווען - מיט באקוועמע זיצן, איז דאס גוט פאר צוויי דריי שעה, אבער אז מען פארט צען צוועלף שעה - איז די גרינגסטע אז מען קען זיך אראפלייגן.


איך האב געבעטן די צוויי אינגעלייט אלי' און משולם, וואס שטעלן צו די וועג פאר אנשי שלומינו אלע יארן צו פארן צום רבי'ן, אז אויב קומענדיגע יאר וועט נאכאלץ זיין פארמאכט קיעוו, מען וועט זיך נאך דארפן אריינשלעפן קיין אומאן פון אן אנדערע מדינה - זאלן זיי נאכאמאל מאכן די באן מיט די בעטן, ווייל איך בין שוין געפארן מיט אלע וועגן, און דאס איז די גרינגסטע און געשמאקסטע וועג; אז מען קען זיך אראפלייגן, די ביינער ווערן נישט אזוי צעבראכן.


אויפן וועג אהיים האב איך געפרעגט א אינגערמאן וואו ער גייט שלאפן און עסן ווען ער קומט אהיים, קוקט ער מיך אן מיט אפענע אויגן 'וואס איז די פראגע? אודאי אין שטוב', פרעג איך אים: "פאריאר ווען דו ביסט אהיים געקומען האט דיין ווייב דיך נישט אפגעווארט מיט א ווארעמע טעלער זופ, פארוואס גייסטו צוריק אהיים?" זאגט ער: "וואס הייסט, איך גיי אהיים צו מיין היים"; זאג איך אים: "דאס איז די סיבה פארוואס איך שטיי איין אין בנין היכל הקודש אין אומאן, ווייל דאס איז מיין היים, און אויב די עסן איז נישט ווי איך וויל - איז דאס ווייטער מיין היים, און אז די בעט איז נישט ווי איך וויל - איז דאס ווייטער מיין היים"; 'היכל הקודש' איז מיין היים, און איך בעט דעם אייבערשטן אז מיינע קינדער, מיינע דורות, זאלן אויך אזוי שפירן, אז היכל הקודש איז זייער היים.


אן א שיעור מענטשן זענען געקומען זיך באדאנקען פאר די חיזוק פון די שיעורים, גליונות און ספרים. אין עירפארט האט מיר א איד א מגיד שיעור א תלמיד חכם דערציילט, אז זיין זון איז אין א חבורה אין א כולל אין סאטמער, וואס דער ראש הכולל א גרויסער תלמיד חכם - האט אים געזאגט פאר זיין חתונה אז ער מוז לערנען די קונטרסים פון דער ראש ישיבה אויף שלום בית, און נאך אפאר וואכן האט ער אים געפרעגט אויב ער האט דאס שוין געלערנט און ווען ער האט געזאגט ניין, האט דער ראש הכולל ארויסגענומען פון בוזעם טאש א קונטרס "מכבד זיין די ווייב", און אים געזאגט: "דו זאלסט דאס לערנען, וועסטו האבן אמת'ע שלום בית", דאס איז א ראש הכולל פון די גרעסטע כוללים פון סאטמער.


צום גדלי'


זונטאג צום גדלי' אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויפן באן, אום איינס אזייגער זענען מיר אנגעקומען קיין פשעמישל און פון דארט געפארן קיין ליזענסק, און אום צוויי אזייגער זענען מיר אנגעקומען אין ליזענסק. איך בין גלייך געלאפן צום ציון, איך האב געזאגט דעם יום תהילים און זיך מתבודד געווען.


דריי אזייגער זענען מיר געפארן צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מנחה אין עירפארט און געליינט אין די תורה ויחל.


אויפן פליגער איז צוגעקומען א מנהל פון א שיינע גרויסע חדר אין מאנסי און זאגט מיר: "ווען איך וויל וויסן ווער אויפן פליגער איז פון היכל הקודש און ווער נישט האב איך צוויי סימנים, ווען איך הער איינעם זאגן 'שכוח אייבערשטער' - איז דאס מיין סימן אז דער איז היכל הקודש, און ווען איך זע איינעם מיט א ספר אין האנט און מישט דפים - איז דאס מיין סימן אז דער איז אין היכל הקודש".


אויפן וועג אהיים אויפן פליגער בין איך געזיצן נעבן רבי יונה דער דיין, מיר האבן געשמועסט כמעט די גאנצע וועג, אכט ניין שעה - וויכטיגע זאכן ווי אזוי צו העלפן אנשי שלומינו.


חסדי השם מיר זענען אנגעקומען נעכטן נאכט צען אזייגער געזונטערהייט מיט די קינדער און מיט די פעקלעך און מיט אלע תיקונים וואס דער רבי איז אונז מתקן.


די יאר וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיין יום הקדוש און סוכות אין שטעטל. זונטאג חול המועד וועלן מיר מאכן א סעודה לכבוד דעם רבינ'ס הילולא אינאיינעם מיט א הכנסת ספר תורה, און אסרו חג סוכות, מוצאי שבת - פאר איך צוריק קיין וויליאמסבורג אנהויבן א פרישע זמן מיט די ישיבה, די אכצנטע יאר ישיבה, ווייטער טון די צוואה פון רבי'ן: "איר זאלט אנטרינקען ביימער".


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6 - רעד צו דיינע קינדער פון קדושת הברית
קדושה, חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש, ראש השנה, מנהגים, כעס, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך שיינע שבת'דיגע סעודות מיט דיין משפחה; די איין מאל א וואך וואס דער טאטע זיצט מיט די קינדער, דארף מען אויסניצן די צייט פאר חינוך הבנים והבנות, רעדן מיט זיי, שמועסן מיט זיי, אריינלייגן אין זיי מידות טובות ויראת שמים.


געב זיך אכטונג פון וואס דער הייליגער רבי רעדט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן א), פון קנאת המלאכים; ביי די שבת'דיגע סעודות איז דא א שטארקע קנאה פון די מלאכים, זיי זענען זייער מקנא אונזערע שיינע סעודות, פרובירן זיי אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין כעס און אין מחלוקות, און פון דעם ווערט קריגערייען ביי די שבת'דיגע סעודות, פון די קנאה פון די מלאכים וואס פארגינען נישט דעם מענטש זיין דביקות צום אייבערשטן.


ליבער ברודער געב זיך זייער אכטונג נישט צו ווערן בכעס, פארמאך זיך דיינע אויגן מיט ביטול צום אייבערשטן, זינג די זמירות מיט א בענקעניש צום אייבערשטן, פארגעס פון אלצדינג, פארגעס פון אלעס ארום דיר, וועסטו זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט זיין ביי דיין שבת טיש.


רעד צו דיינע קינדער פון קדושת הברית, עס ליגט א חוב אויף עלטערן צו רעדן צו די קינדער זיי זאלן חס ושלום נישט אריינפאלן אין די הענט פון מניוולים, מען ווייסט גארנישט וואס טוט זיך; עס איז נישט שייך נאכצוגיין די קינדער פיר און צוואנציג שעה, וואס יא? מען דארף רעדן מיט זיי, זיי זאגן זיי זאלן וויסן פון קדושת הברית, נישט אנרירן דעם אות ברית קודש און נישט קוקן אויפן אות ברית קודש, און אויב חס ושלום א פרעמדער וויל אנרירן אדער הייסט אים אנרירן ביי אים - זאל ער אנטלויפן און נישט מורא האבן צו דערציילן, וועט אים גוט זיין. עס איז שווער צו רעדן פון די זאך, אבער אז מען רעדט נישט און די קינדער פאלן א קרבן פאר א מניוול - ווילסטו נישט טראכטן ווי שווער עס וועט זיין.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, איך וויל דיר שרייבן פון די הנהגות ביי אנשי שלומינו:


ערב ראש השנה פירט מען זיך צו געבן פדיון נפש, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ריד), "ערב ראש השנה איז גוט צו מאכן פדיון נפש", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקלט): "טוב מאד ליתן בכל עת על פדיונות לצדיקים", עס איז זייער גוט צו מאכן שטענדיג א פדיון, "ואפילו שלא בעת צרה חס ושלום", אפילו מען האט נישט עפעס א ספעציעלע צרה, מען זעט גרויסע ישועות, און דער רבי האט געזאגט אז די אונגארישע אידן געבן אסאך פדיונות פאר צדיקים, דעריבער זעען זיי שטענדיג ניסים, זיי זעען ישועות.


א גוט שבת, א גוט געבענטשט יאר.

#5 - ווילסט געהאלפן ווערן, לייג אריין אפאר פרוטות פאר רבי מאיר'ל
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, שד"ר מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען אויף וואס דו העלפסט מיר מיטן צאמנעמען צדקה פאר אונזערע מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש, כהיום האלטן מיר ביי זיבן באזונדערע מוסדות נאר אין ארץ הקודש; א חדר און בית פיגא אין ירושלים, א חדר און בית פיגא אין בני ברק און אין טבריה, און אויך א ישיבה אין ירושלים.


טייל אויס פאר אלע אנשי שלומינו פושקעס וואס עס זאל שטיין דערויף: "צדקת רבי מאיר בעל הנס", אז ווער עס וויל געהאלפן ווערן זאל אריינלייגן אפאר פרוטות פאר רבי מאיר'ל, מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים, רבי מאיר'ל נעמט אויך פרוטות, אויך קליינע סכומים, און מען קען זען גרויסע ישועות.


אויף דיין פראגע, ווען מען מאכט פדיון נפש להמתקת הדינים, אויב מען קען דאס לייגן אין די צדקה פושקע, אדער דאס דארף גיין דירעקט אין די האנט פון דער וואס מאכט די פדיון? מוהרא"ש זאגט (שו"ת ברסלב חלק ד, מכתב תנ) אז מען קען מאכן פדיון נפש דורך געבן אין די פושקע וואס קומט אן צום צדיק, מוהרא"ש זאגט: "בוודאי אם יכולים לתת לידי הצדיק מה טוב ומה נעים" אודאי איז בעסער אז מען קען דאס איבערגעבן אין די האנט פונעם צדיק, "אבל אם לא, יכולים להכניס בקופת הצדקה שלו" אבער אז מען קען נישט - קען מען געבן די פדיון נפש אין די פושקע.


דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקלט): "טוב מאד ליתן בכל עת על פדיונות לצדיקים" עס איז זייער גוט צו מאכן שטענדיג א פדיון, "ואפילו שלא בעת צרה חס ושלום" אפילו מען האט נישט עפעס א ספעציעלע צרה, מען זעט גרויסע ישועות, און דער רבי האט דערציילט אז די אונגארישע אידן געבן אסאך פדיונות פאר צדיקים, דעריבער זעען זיי שטענדיג ניסים, זיי זעען ישועות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.

#4 - געבן צדקה איידער מען גייט צום דאקטער
צדקה, רפואה, פדיון נפש, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס איז כדאי איר זאלט גיין צום דאקטער און הערן וואס ער האט צו זאגן, אמאל קען מען מיט א קלייניקייט פאררעכטן און זיך איינשפארן צער און עגמת נפש, עס איז נישט קיין חסרון אין אמונה צו גיין צום דאקטער; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ג) אז מען מאכט א פדיון נפש – קען דער דאקטער אויסהיילן, ווייל די ווערטער "ורפא ירפא" באטרעפט "פדיון נפש".


געבט געלט פאר דרוקן דעם רבינ'ס ספרים, דאס איז די ריכטיגע פדיון נפש, און גייט צום דאקטער, און מיט א קלייניקייט וועט איר זוכה זיין צו קענען אויסווארטן גאנצע חדשים מיט א געזונט קינד.


פארלירט זיך נישט, געבט נישט אויף. ווען איר ווערט צעבראכן פון די מצב וכו' – זאלט איר אויסדרייען די מחשבות און טראכטן 'וואס האב איך יא?' און נישט טראכטן טאג און נאכט 'וויפיל האב איך פארלוירן...' נאר 'וואס האב איך יא? וויפיל האב איך יא?'


איך ווארט צו הערן א גוטע בשורה.

#3 - יישר כח פארן צושטעלן די נסיעה קיין אומאן פאר די גאנצע קהילה
אומאן, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די פינף הונדערט דאלער פאר פדיון נפש. דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל נמתק ווערן די דינים פון דיר על ידי פלא עליון, וואס איז חסדים גדולים ורחמים גמורים אן קיין דינים.


א גרויסן יישר כח פארן צושטעלן די נסיעה קיין אומאן פאר די גאנצע קהילה, און פארן זארגן פאר מיר און פאר מיינע קינדער מיר זאלן האבן א גרינגע רייזע אהין און צוריק.


דער אייבערשטער זאל דיר פארשרייבן א זיסע יאר, נחת פון דיינע קינדער און הצלחה בכל ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#2 - פאר די אפעראציע זאל מען געבן א פדיון נפש און בעטן דעם אייבערשטן
רפואה, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער קינד זאל זיין געזונט און שטארק, אלעס זאל אריבערגיין בשלום.


פאר מען גייט מאכן די אפעראציע זאלט איר געבן א פדיון נפש און בעטן דעם אייבערשטן אלעס זאל אריבער גיין בשלום.


איך וועל אויך מתפלל זיין אלעס זאל אריבערגיין בשלום.

#1 - זיך פרייען אז מ'איז זוכה משמש זיין דעם רבי'ן
זיכוי הרבים, חסידות ברסלב, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו "אשר בנחל" שם חלקינו וגורלינו, אז מיר האבן די זכיה צו משמש זיין דעם רבי'ן דורכן העלפן פארשפרייטן זיינע ליכטיגע עצות פאר די וועלט. אין חב"ד רופט מען די וואס פארשפרייטן תורת החסידות 'שלוחים', מוהרא"ש האט דאס גערופן 'שמשים'; מוהרא"ש שרייבט צענדליגער מאל אין אשר בנחל אז ווי לאנג ער לעבט וועט ער זיין א 'שמש' פארן רבי'ן צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר די וועלט. דארפן מיר זיך פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו משמש זיין דעם רבי'ן און מיר דארפן בעטן אז מיר זאלן אונזער גאנץ לעבן בלייבן געטרייע שמשים.


ווען מען רופט אריין אין אפיס און מען וויל געבן צדקה פאר א פדיון קען די געלט נישט גיין פאר קיין שום זאך, די געלט דארף אנקומען צו מיר פריוואט.


שטארק דיך ווייטער מיט דיין הייליגע ארבעט אויפצובויען מוסדות וואו מען איז מחנך קינדער - אינגלעך און מיידלעך - מיט די ריינע אמונה.


געדענק וואס דער רבי האט געזאגט: "נצחתי ואנצח!" איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן.