בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שטארקט אייך און שטארקט די לערערינס צו געבן א גוטע חינוך
לערערין, סקול, חינוך הילדים, הפצה, יבנאל, מוסדות, דרך ארץ, שטעטל, מוהרא"ש, אמונת חכמים, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, כ"ו שובבי"ם, י"ב שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט וועט איר זען אז דאס איז אזוי ווי מוהרא"ש זאגט, ווען די מאמע איז פרייליך - זענען די קינדער פרייליך, און ווען די מאמע איז דערביטערט - זעט מען עס גלייך אויף די קינדער. די מיידל ... איז א גרויסע רחמנות, ביטע רעדט מיט איר רחמנות'דיג; ווייל איר מאמע גייט אריבער יעצט א שווערע צייט, זי איז נישט צופרידן מיט זיך וכו' וכו', און דאס קלאפט גלייך אויס אויף די קינדער. זי איז א גוט קינד, וואס זאל זי טון, וואס קען א קינד טון ווען די מאמע איז נישט מסודר וכו'; דאס קינד פארלירט די מח, הויבט אן טון אינטערעסאנטע זאכן, חוצפה'דיגע זאכן וכו'; איך בעט אייך, רעדט צו די לערערינס זיי זאלן רחמנות האבן אויפן קינד.


(פארשטייט זיך אז אלעס דארף זיין העכסט פריוואט, די לערערינס קענען נישט רעדן פון דעם; סיי פון דאס קינד און סיי פון די מאמע, וד"ל).


בנוגע די מיידל ... תחי', אז זי ווערט נערוועז אז מען רעדט אין סקול צופיל פון רבי'ן, מוהרא"ש און ראש ישיבה; עס איז נישט קיין פראבלעם, זי דארף נישט דא בלייבן, קיינער צווינגט נישט דא צו לערנען, זי קען צוריקגיין צו איר סקול. ברוך השם אונזערע קינדער רעדן פון אמונת חכמים, און זיי ווערן נערוועז פון וואס מען רעדט צווישן מיידלעך אין אנדערע סקולס, מען דארף נישט רעדן צו די מיידלעך זאלן רעדן ווייניגער פון רבי'ן און פון דער ראש ישיבה.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן אין יבנאל, קיינער מוז נישט דא זיין, מוהרא"ש פלעגט זיך אויסדרוקן, עס איז דא צוויי וועגן ארויס צו פארן פון יבנאל, אז ווער עס איז נישט צופרידן זאל קענען ארויספארן פון ביידע זייטן. דאס זעלבע איז אין שטעטל, עס איז דא בערך אכט וועגן ארויס צו פארן; צוויי וועגן פון טווין ברידזש, צוויי וועגן ארויס פון אלד מאנטיסעלאו, דענמען, איסט מאנגאפ, גארדן האוז, און קראס פארם, און ווער עס ווערט נערוועז אז מען רעדט דא פון ראש ישיבה, ווער עס ווערט נערוועז פון אונזער קהילה - קען אויסוועלן וואס פאר א וועג ארויס צו פארן.


נאכן צאמקום האט מען געמאכט א געים, ווער עס קען זאגן פון וואס זיי ווערן נערוועז, זאגט איינער אז זי ווערט נערוועז פון די מענטשן וואס רעדן אזוי סאך פון ראש ישיבה. עס דארף נישט זיין קיין פראבלעם, אונזער קהילה איז נישט געמאכט צו ווערן נערוועז, אין ישיבה האב איך אויך בחורים וואס רעדן א גאנצן טאג פון הפצה און בחורים זאגן אז זיי ווערן נערוועז פון רעדן אזויפיל פון הפצה, זאג איך זיי: "נערוועז דארף מען ווערן ווען מען רעדט פון פאליטיק אדער פון געלט, ווי קען מען רעדן אזוי סאך פון געלט און פון שיינע קארס"; זאגט די מיידל: "א שאד צו זיין דא און ווערן נערוועז, עס איז דא אזויפיל שיינע פלעצער וואו צו זיין".


בנוגע שיקן די שיעורים פון בית פיגא וויליאמסבורג; איך וועל רעדן צום מנהל ר' מרדכי נרו יאיר ער זאל שיקן די שיעורים פאר בית פיגא אין שטעטל.


בנוגע די לערערין וואס האט נישט קיין כח צו קומען ...; איך מיין זי דארף נאר אביסל חיזוק. עס איז אייער פליכט צו געבן די לערערינס גוטע ווערטער, דאס איז די וויכטיגסטע זאך פון א מנהלת; מיט אפאר גוטע ווערטער באקומען זיי כח און זיי וועלן טון א גוטע ארבעט מיט די גאנצע הארץ.


די חדר אין שטעטל דארף נאך א מנהל, איך ווארט דער מנהל ר' מרדכי אינדיג זאל זיך ארויסציען אהין, די מלמדים האבן נישט ווער עס זאל זיי העלפן, ווען א קינד איז חוצפה'דיג האט ער נישט וואו צו שיקן דעם קינד. נעכטן האט א מלמד צוגעכאפט די גלעזער פון א קינד ווייל ער איז געווען נישט דרך ארץ'דיג, ווען איך האב דאס געהערט האב איך געבעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, ווי בין איך דא? וואס איז דא?" אויך האט א מלמד גע'קנס'עט א קינד מיט נישט אהיימגיין פון חדר ווייל ער איז נישט דרך ארץ'דיג, דאס איז נישט נארמאל; דאס איז נישט קיין קנס און דאס טוט מען נישט, איך האף אז ביז זומער וועט זיין א מנהל און זאכן וועלן ווערן מסודר.


זייער גוט אז מען האט צעטיילט די צוויי מיידלעך ... מיט ..., די עלטערן פון משפחת ... זענען אביסל ברוגז, זיי מיינען אז מיר ווילן זיך ספעציעל פארלייגן אויף זייער טאכטער; וואס קען מען טון? נישט אלע עלטערן ווייסן ווי אזוי עס ארבעט חינוך, עלטערן פאלן פאר די קינדער ווען זיי זעען טרערן. איך שרייב עס אייך, איר זאלט וויסן אז די מאמע מיינט אז איר האט עפעס אויף איר קינד, איז אויב איר קענט רעדן מיט די מאמע - זאלט איר רעדן. אזוי אויך מרת ... האט זייער געשריגן אויף די לערערין מרת ... אז זי האט פיינט איר טאכטער. איך ווער אזוי צעמישט, איך ווייס שוין נישט ווער איז די קינד און ווער דארף זיין די מאמע... איך מיין מען זאל מאכן סקול פאר די עלטערן, זיי אויסלערנען מידות טובות און הכרת הטוב.


איך בעט אייך זייער מרת ... תחי', שטארקט אייך און שטארקט אלע טיטשערס זיי זאלן אריינלייגן אין די קינדער אמונה, יראת שמים און מידות טובות, און נישט שוואך ווערן פון גארנישט.


א גוט שבת.


איך האף צו קומען אין בית פיגא קומענדיגע וואך.